צייט אדער בעטערי

ווער העט ווען געגלייבט אז ס’וועט נאך קומען א צייט ווען אויפן וואגשאל וועט מען לייגן 30 טייערע מינוט פון איין זייט, און א קליינעם בעטערי אויף די צווייטע זייט?

ווער האט געגלייבט אז ס’וועט נאך קומען א צייט ווען גאנצע 250 פונט וועלן זיצן אנגעצויגן ביי א וואנט שטעקער פארבויגן אין דרייען צו זעהן ווי דער קליינער בעטערי אינדיקעיטאר דערקוויקט זיך פונעם עלעקטעראנישן שטראם, און מיט יעדע שטרעכעלע וואס ער וואקסט וועט דער גרויסער בשר בהמה זיך צעשמייכלען און אטעמען מיט פארלייכטערונג?

ווער העט ווען געגלייבט אז א איד קען זיצן אין קאר און פארנוצן א גאלאן גאז צו ווארטן דער קליינער בעטערי זאל זיך ערנערן, ווען דער זעלביגער פארקירוועט יעדן טאג א מייל צווי צו נעמען 4 צענט ביליגער געז ביים נעקסטן שטאט?

ווער האט דען געקלערט אז אמאל וועט נאך קומען די טאג ווען מ’וועט צאמשטעלן געלט פאר א בעטערי וואס איז על ערש דוי, און מ’דארף קריטיש וויכטיג אביסל עלעקטריציטעט דערפאר ווייל אין דעם איז אפהענגיק דאס לעבן פון א צעבראכענעם אידל?

אה! איר פרעגט וואו אזא טיי אווענט קומט פאר?

און אלעס ביז אהער האט איר יא אמאל געגלייבט אז ס’וועט אמאל פאסירן? גלייבט מיר מ’האלט נישט ווייט!

א כתיבה וחתימה טובה, פאר אייך און אייער משפחה, און אלע אידן, מיט אלע בעטערייען.

האב איך אזוי אגב’דיג געקלערט, אז דאס מיינט טאקע די ווערטער “נעתר לבקשתינו” אנגענומען פאר אונזערע בעטערייען.

– יענס געלעכטער! ווען דער נער איז נישט מיינס –

ווייערלעס שעלטער

איך האלט זיך פאר א גרויסער אינווענטאר, איך האב שוין אויסגעפונען גאר אינטערסאנטע און נוצבארע בליציגע אינווענשאןס. די סיבה פארוואס איר זעהט עס נישט אין ערגעץ מיט מיין נאמען איז ווייל רוב פון מיינע געניאלע איידיעס האט שוין עפעס א באנדיט אויסגעקלערט פאר מיר.

נו וואס בין איך שולדיג? יענער איז עלטער! אדער יענער האט געהאט מער צייט אלע וויילע איך בין נאך געווען ביי די גמרא. טא איז עס מער נישט מיין אינווענשאן? א פרשה פאר זיך! יושר איז אינדערערד.
דאס מאל אבער בין איך אויפגעקומען אויף א מוחישן און אבסאלוט נייעם געדאנק וואס קיינער האט נאך נישט געקלערט, און איך פלאן ארויסצונעמען א פאטענט דערויף, און ווערן א מיליאנער, און טיילן צדקה, און בויען מוסדות, אה און באצאלן מיינע חובות אפשר אויך. . .

עניוועי טו די פוינט.

איינע פון די גרויסע פראבלעמען וואס די היינטיגע עלעקטריזירטע יוגנט און פארגעסענע אלטווארג ספראווענען זיך, איז אז ווען מ’איז אין א איינס אויף איינס אסיפה מיט אן עלעקטעראנישן דעווייס פון סיי וועלכע סארט, און מ’שפירט אז דא האט מען איינעם מיט וועם מ’פארשטייט זיך טראץ וואס די היומען’ס אין די וועלט פארשטייען אונז נישט, געשעהט ווען דער קליינער מאשינקעלע איז בועט ברבו און דינט נישט ווי געהעריג.

למשל די אלטווארג ווען זיי באנוצן זיך מיטן ראסטבערי און ער גיבט א פריז אפ פאר מ’דרוקט סענד פאר א גאר וויכטיגן “לאל” אדער “היי” מעסעדזש וואס האט גענומען אויסצוקלערן א שיינע וויילע.

וואס טוט מען? מ’נעמט זיך שעלטן הויך צו שטיל, אלעס ווענדט זיך וואו דער אייזל שטייט איין, און אמאל רעכנט מען זיך נישט מיטן שטאנדפונקט פונעם אייזל אויך נישט.

איך זעה אן עלטערן אינגערמאן קוקן אויפן קליינעם בערעלע, און א 2 מינוט אנאליז וואס איך האב אפגעשריבן באריכות וועל איך אייך דא איבערגעבן בקיצור.

ער קוקט מיט א קנייטש אויפן אזוי אויך פארקנייטשטן שטערן.

ער קראצט דעם אויער מיט די שפיץ פונעם הענטל פון די גרינע ברילן און פרובירט צו קוקן נענטער.

ער שמייכלט זיך אונטער.

איך קןק: ער זעהט דארט א דזשאוק לכאורה.

איך קוק נענטער; ער האט געטראפן קול מבשר’ס טעלעפאן נומער נאכן זוכן 15 מינוט, נישט כאפנדיג ער האט עס געספעלט מיט א סי אנשטאט א קעי.

אקעי, די געלעכטער גייט אוועק, ער באקומט א ערנסטן טעקסט ער פארקלערט זיך דערויף און מאכט א גרימאז פון אומפארשטאנד.

א שנעלער רוף אהיים מאכט קלאר די מצב. דאס ווייב האט מיט צרות אפגעטעקסט ער זאל אהיים ברענגען מילעך, און ער האט געמיינט ס’שטייט עפעס מילעטש. פון וואו זאל ער וויסן אז אזוי ספעלט מען מילך אין ענגליש אין אידיש עממ.

ער שמייכלט אן התרת ספיקות’דיגן שמייכל און פארטון ווייטער אויפן טעלעפאן מיט אלע פינגערס.

פלוצלינג!!! בלעקבערי במילואו, עס איז פריזינג טיים. ער דרוקט אלע באטטענס צו זעהן אויב איינס ארבייט. ער טרייט צו דרוקן שטערקער און האלט אן מיט די אנדערע האנט אז די באטטאןס זאלן נישט דורכפליען פארן כעסיגן פרעשור. און אט קומט עס…

א געמיינעם קללה נישט קיין מיאוס ווארט אבער א צעגארגעלטען חחחח בוםםם פארש… בלעקבערי. בלבללבלבאבלבלא. א קללה אויף אלע ציונים און א פליק ארויס דעם בעטעריי.

זיין בלאדפרעשור איז הויך, זיין בלעקבערי איז פארלאשן, און דער טאג ריאונירט.

ער וואלט זיך קיינמאל נישט אזוי צעגארגלט אין פרידנסצייטן, ער האט דאך נישט געדענקט וואו דאס אייזל שטייט איין פאר גרויס חימה.

***

אט זעה איך שוין א אינגערמאנטשיקל וואס שפילט מיט זיין עגגפלענט. איך מיין זיין איי-פאון ווי מיט א פידעלע און ס’שמייכלט זיך אים פון גרויס סוקסעס. ער דארף ניטעמאל דרוקן, ער שארט דעם פינגער אויפן סקרין, פאר איינעם קען זיך דאכטן אז יעדע שאר פון איין ווינקל צום צווייטן איז נאך א ריעלעסטעיט דיעל, קיינער ווייסט נישט ס’איז נאר קענדי קראש.

אבער פלוצלינג פאסירט דאס אומערווארטעטע, דער טעלעפאן לאזט אים וויסן אז ער איז יעצט נישט אין די מוהט, און לאזט אים מיטן פינגער שארן א ליידיגן סקרין.

דער אינגערמאן מיט גרויס אייפער גיבט א בלאז ארויס דעם רוח התמצית מיט א מין שופר בלאזעריי אז די ארומיגע צעטרייסלען זיך פאר שרעק, און אט אזוי ווערט דער אינגערמאן נעבעך עלטער און ווייסער פון אזוינע עגמת נפש פריצייטיג.

***

ער זיצט אין קאר, מיט איין האנט טעקסט, די צווייטע האלט א קאפפי, דער עלנבויגן האלט דעם סטירינג וויל, און בומממממ א שארטסטאפ מיט א הילכיגן פייף ווען א היטש הייקער ווייזט מיטן פינגער און ער האט עם עס שיער אראפגעפליקט.

א טוץ מיט אומאיינגענעמע אויסדרוקן, און נאך א לעוול דרוק צום אנגעצויגענעם מצב.

***

אקעי, איר כאפט די פראבלעם? מ’קען זיך נישט אויסגעבן צו שרייען קללות אויף זיך אליינס ווען מ’איז אליינס שולדיג, און אויך נישט אויף א קליינעם טעלעפאן וואס מ’דארף היטן ווי א אויג אין קאפ און איגנארירט די קולות.

***

דא קומט מיין געניאלער איינפאל. . .

-די ווייערלעס שעלטער-

מ’וועט מער נישט שעלטן זיך אליינס!

מ’וועט מער נישט טאלערירן דאס איגנארירן!

עס וועט זיין א קליינע מאשינקעלע וואס וועט האבן פרי-ריקארדעד קללות (מ’וועט קענען דאונלאודען פארשידענע מיני און פארשידענע קולות וכו’ הכל כפי הצורך) און ווען מ’וועט זיך נעמען שעלטן אדער שרייען זאל דאס גלייך צוריק שרייען.

למשל:

כעסן: משוגע מעטארע
מאשינקע: (אויטאמעיטעד שטימע) מעטארע איז נישט משוגע.
כעסן: או יע
מאשינקע: או נאו. וכו’

עפיזאד 2

כעסן: וואס פאר א שווארץ יאר גייט דא פאר.
מאשינקע: א ווייס יאר, און ס’גייט נאך.
כעסן: או נאו
מאשינקע: או יע.

יו געט די פוינט?

אדער וועט מען קענען איינשטעלן דעם מאשינקעלע אליינס צו שעלטן און ווייטער זיצן רואיג ווען מלאכתו נעשית ע”י אחרים…

זאג מיר נישט אז דו לאכסט ווייל איינער האט דאס שוין אויסגעטראפן??? איך האב שוין צופיל אינוועסטירט דערין.

ערנסט גערעדט איין מינוט! איז דאס נארמאל צו שרייען אדער שעלטן אדער אפי’ פאר דעם געלט בענטשן, ווען די ברכה האט ניטאמאל אויף וועם חל צו זיין?

עס איז א אויפפירונג וואס קומט פון נישט טראכטן, און דאס איז די גאנצע וואס איך וויל מעורר זיין. שרייט נישט ווען קיינער הערט נישט! דער גוי טוט דאס. און אויב וועט אייערע קולות נישט ברענגען גארנישט זענט איר א קורע בחמתו! רייסט אייך נישט איבער.

א גוטע נאכט.

גלות באקוועמעריקע

גלות ווי באקוועם ביזטו?

אהוי איך זינג זיך אינטער, פארשטייט זיך אויף א גאר טרויערדיגע באקאנט מעלאדיע פון דעם הייליגן קאלובער זי”ע. אוי גלות גלות ווי באקוועם ביזטו, שכינה הקדושה ווי ווייט ביזטו, וואלט די גלות נישט באקוועם געווען, וואלט די שכינה נענטער געווען… אוי נאכאמאל גלות גלות…

הערשט נאכן זינגען א צייט האב איך אנגעהויבן רעאליזירן אז איך זאג נישט די ווערטער ריכטיג, און צוגעלייגט אן אויער צו הערן וואס איך זאג…

אבער עס זינגט זיך מיר ווידער . . . אוי גלות גלות ווי באקוועם ביזטו, שכינה הקדושה ווי ווייט ביזטו, וואלט די גלות נישט באקוועם געווען, וואלט די שכינה נענטער געווען.

איך פארשטיי נישט. פארוואס געדענק איך נישט די ריכטיגע ווערטער? פארוואס געדענק איך אזוי גוט די מעלאדיע פון הייליגן קאלובער רב זי”ע און איך געדענק נישט די הייליגע ווערטער אין וואס ער האט זיי פארפאסט? אין וואספארא גלות זענען מיר? איז דאס אן אנדערער גלות ווי אט דאס וואס דער הייליגער צדיק האט געזעהן? איז דאס א גלות ווי דער ניגון קומט געטוישט?

מיינע טייערע הארציגע ברודער, ווען מיר זיצן אויפן קליינעם בענקל, און פרובירן צו אנשטעלן א טרויערדיג מינע, און מיר פרובירן צו פארציילן פאר אונזערע קינדערלעך אז עס איז דא א סיבה צו קלאגן וויבאלד דער ביהמ”ק איז חרוב געווארן, צו דארפן מיר זוכן די ווערטער מסביר צו זיין פאר אונזערע קינדער דעם רעאליטי, אז מיר זענען אין א פינסטערן ביטערן עקלדיגן גלות? אדער איז דא די הבנה צו ענטשיידן די הסברה?

אונזערע קינדער, אונזערע דורות, און פאר די וואס האבן נאך אליינס נישט קיין קינדערלעך די אלע ארומיגע קליינע קינדערלעך וואס קוקן אויף אייך ארויף, הערן א קול וואס מיר קענען נישט הערן, זיי הערן א קול אויף א פריקווענסי וואס רעדט נאר זייער שפראך! איר ווילט אודאי הערן וואס זיי הערן? עס וועט אייך זיין ביטער אינטערסאנט.

לאמיר דעשיפרירן.

זיי הערן:

אוי גלות גלות ווי באקוועם ביזטו, שכינה הקדושה ווי ווייט ביזטו, וואלט די גלות נישט באקוועם געווען, וואלט די שכינה נענטער געווען

זיי הערן:

וואס פעלט מיר דא? סך הכל וויל איך משיח זאל קומען ווייל מיין שכן מאכט מער געלט?

וואס פעלט מיר דא? סך הכל וויל איך משיח זאל קומען, ווייל ס’נעבעך דא א צרה אין די משפחה?

איז דאס וואס אונזער ערנסטע מינע און טרויערדיגע תשעה באב טראגע דארף זיי זאגן?

***

חז”ל זאגן אם אין הבנה אין הסברה, אפשר איז צייט מסביר צו זיין ריכטיג? אפשר איז צייט צו פארשטיין ריכטיג? און קענען טוישן דעם ניגון פון די אומבאקאנטע פריקווענסי צו די ריכטיגע ווערטער פון דעם הייליגן ניגון.

 
די גמרא זאגט אין גיטין דף נ”ה אמר רבי יוחנן, מאי דכתי’ אשרי אדם מפחד תמיד, שלמה המלך זאגט אין משלי, אשרי אדם מפחד תמיד, וואויל איז דעם מענטש וואס זארגט זיך שטענדיג, אדער שרעקט זיך שטענדיג. און די גמרא ברענגט דערויף די מעשיות פון קמצא און בר קמצא, און די אלע אנדערע גורמים פון דעם גלות, וואס זענען געקומען פון א קליינעם געשעעניש וואס וואלט אין די אויגן פון א בשר ודם געקענט ווען פארמיטן ווערן אויב וואלט מען נאר געוואוסט ווי גרויס דער שאדן קען זיין.

תוספות פרעגט פון אן אנדערן פלאץ אין די גמרא אין מס’ ברכות ווי אונז זעהן מיר אז ווען איינער האט מורא איז דאס א סימן פון א חוטא, און עס איז גאר א שלעכטער סימן. טא וויאזוי קען שטימען די הייליגע ווערטער פון שלמה המלך אשרי אדם, וואויל איז דעם מענטש וואס איז באזארגט שטענדיג.

עס זענען דא פילע תירוצים און פירושים סיי וואס תוס’ אליינס ענטפערט און אזוי אויך פילע לימודים פון די ראשונים ואחרונים אריינצולערנען פשט און פארשטיין געבן דעם חילוק.

איינע פון די תירוצים איז אז ווען איינער איז מפחד איז טאקע א סימן פון א חוטא, אבער די ווערטער פון שלמה המלך גייען ארויף אויף איינעם וואס זארגט זיך איבער זיין תורה, אז עס זאל נישט פארגעסן ווערן, וויבאלד דאס לערנען תורה פון א בשר ודם וואס דאס איז א חכמת ד’ וואס דארף ווערן אריינגעגעסן אין דעם נידריגן חומר, איז נישט מעגליך צו זיין זיכער דערין אז עס וועט זיך תמיד האלטן, ווי די גמרא זאגט אז דברי תורה זענן שווער צו איינקויפן און גרינג צו פארלירן, און דערפאר דארף מען זיך דערויף יא זארגן, און עס איז נישט קיין סימן פון א זינדיגן.

איך בין זייער מקצר, און פאר אן אריכות איז ראטזאם צו קוקן אין הייליגן ספר נצח ישראל פון מהר”ל מפראג זצללה”ה, אבער איך וויל דאך נישט פארלערנען דא א שיעור, נאר צוקומען צו א נקודה נענטער צו ברענגען די הבנה, אז דער ניגון זאל זיך זינגען מיט די ריכטיגע ווערטער.

***

גלות אמעריקע, די גלות אין וועלכן מיר זענען היינט פארזינקען, איז אנדערש ווי די פריערדיקע דריי גלות אין וועלכען אונזערע עלטערן און רבי’ס האבן געוואנדערט. עס איז געווען תקופות פון שווערע צייטן, און אזוי אויך פרידנסצייטן, אין וועלכן תורה און חסד האבן געהאט א גאר שטארקן כח אפילו אין די שווערסטע גלות’ן, אבער אלס איז געווען איין גרויסער סימן פון “גלות” אויפן שטערן פון אידישע קינדער, עס האט געהייסן “פחד”!

אידן האבן אלס געזארגט אפילו אין פרידנס צייטן, אז טראץ וואס יעצט איז גוט און וואויל, איז עס מקושר צום קעניג אדער צום באהערדע וועלכע האבן מיט זייער רחמנות וואס השי”ת האט אריינגעטוהן אין זייערע הערצער געלאזט די אידן פרידליך דינען דעם בורא, און אלס געוואוסט אז דאס אלעס איז א פראגע פון צייט ביז דער נעקסטער מושל אדער מלך קומט ארויף אויפן בענקל און ווער ווייסט וואס דאן וועט זיין.

מ’האט אלס מתפלל געווען לשלום מלכות, און בפרט אין צייטן ווען מ’האט רואיג געקענט דינען דעם בורא עולם. טראץ מ’האט געהאט געשעפטליכע שוועריגקייטן, אקאנאמישע שוועריגקייטן, און אנדערע מינדערוויכטיגע – אין די אויגן פון אונזערע עלטערן – שוועריגקייטן. האט מען געוואוסט אז דער עיקר איז געווען די רשות פון דעם מלכות צו קענען בויען אידישע היימען, און ציעהן דעם גאלדענעם קייט, און טיעף אין הארץ האפן און בעטן אז מ’האלט ביי די לעצטע רינגעלע פאר דעם טאג פון משיח’ס קומען, אז מ’זאל מער נישט דארפן אזויפיל ציעהן.

עס האט געצאפלט דאס הארץ ווען עס זענען געווען אפאר גוטע יארן, ווייל מ’האט געוואוסט אז מ’איז אין גלות, און אז מ’איז אויסגעשטעלט צו די חסדים פון די פעלקער וועלכע האלטן לאנג נישט אן.

עס האט געציטערט דער געוויסן אז אויב דארף מען נאך א דור אדער צוויי שלעפן דעם וואגן ווער ווייסט אין וואספארא בלאטע מ’קען זיך אנשטאלפערן.

קיינמאל זענען אידן אין גלות נישט געווען רואיג, נאר אלס געהאפט, געזארגט, און געציטערט, מה יולד יום.
זענען אונזערע עלטערן און אור עלטערן געווען מער זינדיג ווי מיר זענען?

האבן זיי געהאט דעם פאלשן פחד וואס ווייזט אויף א חוטא?

לאמיר זיך ארום קוקן א מינוט.

ווען איז געווען דאס לעצטע מאל ווען איר האט געזארגט, אז אפשר וועט מען אונז פארטרייבן פון אמעריקע אדער פון אנדערע מדינות ווי אידישע קינדער לעבן פארהעלטנסמעסיג רואיג?

האב מיר נישט אנגעהויבן צו אדאפטירן דעם פאליטישן און גויאישן מהלך פון פאראויס קוקן און באשליסן אז מיר זענען אין אמעריקאנעם לשון “סעיף” אדער “גאראנטירט”?

איז דער מינימיזירטער פחד א תוצאה פון אונזערע מצות און מעשים טובים? אדער וואס שטימט נישט דא?

***

כדי צו פארשטיין און ריכטיג האבן א בליק איז וויכטיג צו טיעף קענען לערנען דעם גלות, און פארשטיין, וואס איז טאקע שלעכט?

איך וואלט פארן תכלית פון די דאזיגע שורות געגעבן א נאמען פאר אונזער גלות:

גלות באקוועמעריקע

מיר זענען אין א אנדערן סארט גלות ווי די וואס אונזערע עלטערן האבן געהאט, מיר זענען אין א ביטערן פינסטערן גלות ווי באקוועמליכקייט איז מלך, און לייכטזינגיקייט איז די תוצאה. אינעווייניג אין הארצן טוט אונז וויי, עס רייסט שטיקער, מיר ווייסן עס איז אומריכטיג, אבער מיר קענען זיך קיין סאך נישט העלפן, ווייל אט אין דעם גלות האט אונז רצונו מלא עולם אריינגעשטעלט, און מיר דארפן נאר איינערקענען און בעטן זיך ארויסצוזעהן דערפון.

אין גלות באקוועמעריקע, וועלן מיר אוועק גיין פון פרינציפ, און פארטוישן אונזערע טיעפסטע און הייליגסטע דיעות פאר נארישע באקוועמליכקייט וואס היינט איז עס גוט און מארגן דארף עס דעם אמעריקאנעם געגארטן “טשענדזש”!

אין גלות באקוועמעריקע וועלן מיר לייענען און הערן וואס די פאליטיקאנטן זאגן און זיך בארואיגן מיט נארישקייטן נאר נישט צו באלעסטיגן דעם קליינעם מוח’ל מיט א ערנסטער און טיעפן קלער און א אינערליכן צאפל פון פחד.

מיר וועלן גיין אין די לענג און אין די ברייט צו פארמיידן צו קוקן דעם אמת אין פנים אריין. מיר וועלן זוכן הילף ביי דאקטוירים און ביי פסיכיאלאגן ווען דער אמת קומט און פאטשט אין פנים. מיר וועלן פשט לערנען אין יעדע געשעעניש און אויב איז עס א שרעקליכער שווערער געשעעניש וועלן מיר זיך גלייך ארויסנעמען פון דעם שאכטל און פארשטיין פונקטליך פארוואס דאס מיינט נישט אונז, און בלייבן “באקוועם”.

מיר דארפן נייע קאר’ס און טעלעפאנען פאר “ביזנעס”. בעסער געזאגט פאר “באקוועם”.

מיר ווארפן געלט ווי מיסט, אפילו די פשוטע ארבייטער, פאר נארישע מינדערוויכטיגע פיטשיווקעס פאר דעם שונא “באקוועם”.

פון וואו נעמט זיך דאס צו אונז?

מיר לעבן אין “באקוועמעריקע”.

דער גוי, אונזער שכן, אונזער באלעסטיגער וועלכער אין די שפראך פון חז”ל ווערט רייך, שיין, און קלוג, פון די ארבייט און חכמה פון אידישע קינדער, קען נישט זעהן צו ווייט, ער קוקט ארויס אויפן האריזאנט, און דאס ווייטסטע וואס זיינע אויגן ערלויבן אים איז דעם היינט נאכטיגן סטעיק אין די רוישיגע גאס.

ער קוקט ארויס אויפן האריזאנט און ער זעהט זיך אליינס אקעגן קומען מיט העדסעט אויפן אויער און קנאקעדיגע מוזיק צו פארטעמפטן זיין מוח כדי צו בלייבן “באקוועם”.

ער מאכט חשבונות און פירט זיין לעבן אויף אן איינציגן ציל אין לעבן צו בלייבן אלס און אייביג “באקוועם”.

מיר קענען אריינגיין טיעפער אינעם גויאישן לעבנס שטייגער, אבער איז עס דען וויכטיג פאר בני בינה, צו אריינקריכן אזוי טיעף און זיך פארשמירן פון די מחשבות איבערן גוי? אדער קענען מיר שוין ציען פון דא א שטיקל קאנקלוזיע?

***

איז נישט צייט צו איינערקענען אז אונזער ציהל אין לעבן איז מער ווי “באקוועם”? קענען מיר נישט זעהן אזוי ווייט אז ווען א איד ארבייט שווער פארן דאללער איז עס נישט אז ער זאל האבן יעדע “באקוועמליכקייט” צום היינטיגן טאג, נאר ענדערש אז ער זאל קענען צום תכלית צולייגן נאך א שטיינדל און ברענגען נענטער די גאולה שלימה?

***

וואס איז דען אזוי שלעכט צו זיין באקוועם? און פארוואס איז דאס אזא פינסטערער גלו?

תכלית גערעדט לאמיר קומען צום הבנה פון דעם פינסטערניש, און פארשטיין אביסל וואס עס פעלט אונז. איך וויל אייך אריינפירן אין א נישט איינגענעמע אטמאספערע פאר אפאר מינוט, און איר קענט ארויסגיין ווען איר ווילט.

מיר כאפן א שפאציר צום נענטסן שפיטאל, עס דרייען זיך ארום די דאקטוירים מיט די ווייסע איינצוגן, מענטשן לויפן און קומען, עס איז א באן סטאציאן צווישן לעבן און טויט, און צווישן קראנק און געזונט, אסאך אסאך גייען און קומען, און ליידער אסאך אסאך זיצן דא א לאנגע צייט, און ווידעראום די וואס קומען אבער גייען נעבעך שוין נישט ארויס.

און מיר גייען דורך די שטאקן, איך רעד פון די שטאקן ווי עס ליגן נעבעך קראנקע און אומגליקליכע, “אומבאקוועמע” פאציענטן, וועלכע ליידן יסורים נוראים, און מאכן קולי קולות עד לב השמים, וואס פארן אידיש הארץ און אפילו להבדיל פארן “באקוועמען” גוי, איז שווער דורכצוטראגן. מ’זעהט דארט פאמיליע מיטגלידער כליפצען און וויינען און מיטליידן מיט די ליידנדע קראנקע. עס איז שרעקליך און אומפארטראגבאר.

העי וואו לויפט איר? איך וויל גיין אויפן נעקסטן שטאק מיט אייך! פארוואס ווילט איר נישט? איר ווילט נישט הערן? לאמיך אייך ווייזן א גאר באקוועמע פלאץ, עס וועט אייך רואיגער ווערן אויפן געוויסן, עס איז דאך נישט מער ווי יושר אייך איבערצולאזן מיט אזא שווערן טעם.

אויפן טאוול אויף די שטאק שטייט  “האספיק” דעפארטמענט, עס איז באשטימט פאר כראניש קראנקע וועלכע האבן שוין נעבעך א באשטימטן טאג אויפן דאקטאר’ס קאלענדער וועלכע זיי וועלן זיכער (מעדיציניש גערעדט) נישט דערלעבן. זיי קוקן אויפן קאלענדער און זעהן דעם טאג וואס זיי וועלן שוין נישט זיין בין החיים רח”ל.

זיי ליגן נעבעך רואיג אין בעט, און אלעס וואס מ’טוט מיט זיי איז מ’האלט זיי “באקוועם”!

עס איז נישטא קיין קולות, מ’שלעפט זייער געוויסן, מ’פארדומט זייערע מוחות, מ’פיטערט זיי מיט בארואיגינגס מיטלען, און זיי שמייכלען נעבעך, נישט וויסנדיג אדער רעזיגנירט ווארטנדיג אויפן באשטימטן מינוט.

וואו לויפסטו דארט? וואס ווילסטו פון דעם דאקטאר?

שטער אים נישט!

איך וויל אים עפעס פרעגן גאר וויכטיג!!!

הער דאקטאר, אפשר קענט איר מיר העלפן פארשטיין?

מיר זענען פריער געווען אויפן הינטערשטן שטאק ווי די קראנקע ווארפן זיך פאר יסורים, און די משפחות וויינען און שרייען, און דער מוח פונעם מענטש ווערט צעקוועטשט פאר צער און אויסגערינען פון לחלוחי דמעה צוקוקנדיג די אומבאהאלפענע מצבים, און ווידעראום אויף די שטאק ווי די שטערבליך קראנקע ליגן, איז אזוי רואיג און אלעס איז שמייכלדיג, מ’שטאפט די קראנקע מיט בארואיגינגס מיטלען.

אפשר קענט איר מיר הער דאקטאר מסביר זיין, אויב שוין יא דא אזוינע בארואיגינגס מיטלען פארוואס גיבט איר דאס נישט פאר די אויפן אינטערשטן שטאק?

פארוואס זאלן זיי אזויפיל ליידן?

נישט האבנדיג צופיל צייט, ענטפערט דער דאקטאר:

פאר די וואס זענען אויפן אינטערשטן שטאק האפן מיר נאך צו ברענגען “ריכטיג לעבן” און דערפאר קענען מיר זיי נישט פארסמ’ן דעם קערפער מיט די אלע פארטייבנדע בארואיגונגס מיטלען. אבער די וואס ליגן דא אויבן, זענען שוין מיואש פון דעם גוף, זיי זעהן זיך שוין אויף די אנדערע זייט פונעם צוים, ווי זיי לאזן דעם גוף צום באגראבן און די נפש געזעגנט זיך דערפון, אלזא פארוואס זאלן זיי ליידן??? איך דארף גיין…

***

שאקירט! פארשטומט! פארטייבט! שפאצירן מיר אראפ פון דעם שפיטאל און מיר ציפן זיך אליינס צו זעהן, צו זענען מיר פארטייבט? צו האלטן מיר אין א מצב פון יאוש? איז דען נישט דא פאר אונז האפענונג פאר “ריכטיג לעבן” אז מיר מוזן זיך נעבעך פיטערן מיט די פאנטאזירישע באקוועמערישקייטן? קענען מיר זיך ארויסזעהן אביסל פון “באקעוועמעריקע” און ריכטיג כאפן א בליק און פארשטיין, אז טראץ אלע פארגעשריבענע באקוועמליכקייטן, קומט אמאל א רעאליטי טשעק, און דעמאלס איז ביטער שווער זיך צו געוואוינען צו א שוועריקייט, און מיר דארפן דעמאלס האבן געלט און כח פאר דעם פסיכיאלאג צו קענען אויסהאלטן א שוועריגקייט?

יא מיינע פריינט מיר זענען אין גלות באקוועמעריקע, אבער מיר קענען לעבן דערינען א אידיש לעבן, און פארשטיין אז באקוועם איז אונז א שונא, און מיר מוזן זיך צוגעוואוינען צו לעבן מיט תכלית און אומבאקוועמע מציאות, און בויען, טרוימען, און צילן, צום תכלית הנרצה.

ווילט איר וויסן פארוואס באקוועם איז אזוי שלעכט? (און איך באציה זיך בגשמיות, נישט אין רוחניות וועלכע מיר אלע פארשטייען).

ווייל עס קומט אמאל א צייט ווען עס איז “אומבאקוועם”!

די צרה איז פיהל גרעסער פארן בעל דמיון וועלכער זעהט נאר זיין נעקסטע סעודה אדער קומענדיגן דיעל און זעהט נישט אז אלעס צופאלט ווי א בארג מיט קארטן ווען דער “אומבאקעוועמער” מינוט קומט.
גאנצע משפחות, גאנצע קהלות, גאנצע געגנטער, זענען חרוב געגאנגען צוליב א “אומבאקוועמע” מינוט, וועלכע האט ריאונירט זייער לעבן, נישט זייענדיג גרייט צו זעהן דעם מציאות פאר די אויגן.

ווען איר זענט ווען נישט מיינע ליבע אידישע ברודער, וואס וואלט מיך עס דען אנגעגאנגען? אבער אז מיר זענען קינדער פון איין טאטן, איז א פליכט אויפמערקזאם צו מאכן:

זעצט אייך אויף שטעלט אייך גראד, און הערט אויף זוכן דעם שונא “באקוועם” וועלכער ריאונירט לעבנס, און מאכט אייך אביסל אומבאקוועם! און אזוי לאמיר ברענגען משיח’ן אונז ארויס נעמען פון גלות “באקוועמעריקע”.

לאמיר אויפגעבן איין באקוועמליכקייט! צו ווייזן מיר זענען גרייט פאר א שפאציר ארויס פון באקוועמעריקע.

לאמיר קוקן וועלכע באקוועמליכקייט איז טאקע וויכטיג פאר ביזנעס? און וועלכע איז נאר א גרויסער שפיגל פון “באקוועמעריקע”?

און ווען מיר אידענטיפיצירן דעם שונא לאמיר אים אראפרייסן אינגאנצן, און שרייען פארן הייליגן באשעפער: קוק איך האב אויפגעגעבן די “באקוועמעריקישקייט” אדער די אנדערע, ווייל מיר זענען גרייט צו פארלאזן “באקעוועמעריקע” אזוי ווי ער שטייט און גייט, ווייל מיר ווייסן אז “אומבאקוועמעריקע” איז נאר איין דור געריקט פון “באקוועמעריקע”.

זאל דאס שוין זיין די לעצטע שעות אין דעם באקוועמערישן גלות וואס פארפירט אונזערע מוחות, און מיר זאלן אלע אויסגעלייזט ווערן בקרוב בימינו אמן.
 
אוי גלות גלות ווי אומבאקוועם ביזטו? שכינה הקדושה ווי ווייט ביזטו?