ביי אונז דרייט זיך א אינגערמאן וואס קיינער קען נישט עכט זיין נאמען, ער האט נישט צופיל פריינט, און אויך נישט קיין פיינט, קיינער ווייסט נישט אפילו צו ער שטאמט פון אידן אדער גרים, ער שטערט נישט קיינעם, און העלפט נישט קיינעם, ער לעבט זיך אין זיין וועלטל, וזהו.
הכלל, יעדן טאג קומט ער אין ביהמ”ד מיט א שירעם אין דער האנט, אמאל איז עס אפן, אויב רעגנט פונקט, און אמאל איז עס פארמאכט, ווי געוויינליך ווען עס רעגנט נישט. ער לויפט אריין מיטן שירעם אין א זייטיג שטובל וואו ער האט שוין א באשטימטע מקום קבוע פארן באליבטן שירעמ’ל און ער גייט ווייטער טוהן דאס זייניגע ביז ער פארלאזט דעם ביהמ”ד נישט פארגעסנדיג פון זיין שירעם.
דאס האט אויף אים ארויף געקלעבט א נאמען אלס א סימן, מ’רופט אים “דער אינגערמאן מיטן שירעם”.
אין א רעגנדיגן טאג ווען איינער זאל אריינקומען אין ביהמ”ד און אים זוכן, וועט ער נישט האבן קיינע אפציע’ס, ווייל דעמאלס זענען דא אסאך “אינגעלייט מיט שירעם’ס” און קיינער ווייסט נישט פון וועם מ’רעדט. אבער אין א זונשיינענדיגן טאג, אויב זוכט איר אים, דאן קומט אריין און פרעגט יעדן אינגל: האסט געזעהן די אינגערמאן מיטן שירעם? און יעדער וועט וויסן וועם צורופן.
עס קאסט אמאל א שמייכל צו זעהן ווי ער קומט אזוי ערליך מיטן שירעם און גיט אכט דערויף ווי אויך א אוצר, און שטילערהייט ווייס איך אז די פראפעשאנעל מודעה לייענער’ס ביי אונז אין ביהמ”ד וועלכע ווייסן צו זאגן פון די אדווערטייזטע קורסן פאר או סי די ליידנדע האבן שוין זיכער אפגעשאצט זיין מח אז ער איז געשלאגן מיט א געוויסן סארט או סי די וואס פאר סיי וועלכע סיבה איז דאס זיין אן קיין שירעם ביי אים א שרעק וואס ער פארטראגט נישט.
***
איר ווייסט דאך אז איך קען זיך נישט לאנג באהערשן ווען איך ווער נייגעריג, און איך האב אנגעהויבן נאכצוקוקן דעם אינגערמאן מער און מער, צו פארשטיין וואס ליגט אין דעם שירעם? פארוואס דארף ער דאס יעדן טאג? אפשר גאר נוצט ער עס צום קראצן די רוקן? אפשר האט ער א אויסשלאג אויפן רוקן און מוז האבן א שטארקן קראצער? ווער ווייסט?
אבער ניין, עס איז קלאר אז ער נוצט נישט דעם שירעם כל זמן ער איז אין שוהל. די ערשטע כף זכות איז אויסגעשלאסן.
קלער איך אפשר דארף ער אויפן וועג אהיים זיך שיצן פון די זון? כאטש ער איז א אינגער מענטש קען זיין אז ער האט א שוואכקייט צו די זון, און דערפאר דארף ער האבן דעם שירעם?
ניין! קען אויך נישט זיין! ער קומט דערמיט ביינאכט אויך ווען די זון שיינט נישט כלל.
איך זוך זכותים, און איך קען נישט טרעפן מער ווי איין איינציגע גוטע תירוץ, דער איד האט א סינדראם וואס איך ווייס נישט די נאמען דערפון.
***
ויהי היום, שטייענדיג ביים סינק נעבן דעם מקוה, האב איך זיך בטעות פארהאנקערט אין דעם אינגערמאן, און זיך געדארפט ענטשולדיגן פארן נישט באמערקן זיין אנוועזנהייט.
איך האב אים מיט א שמייכל פרובירט צו פארגוטיגן, און ער האט א שעמוועדיגער צוריק געשמייכלט, און מיר געענטפערט אז ס’איז גארנישט, ער איז אקעי.
איך האב אויסגענוצט די אומגעראכטענע געלעגנהייט און איך האב שנעל אים א פרעג געטוהן צו ער ווייסט אפשר ווען די קרית יואלער באס קיין וויליאמסבורג פארט? איך האב געוואלט א שמועס וואס זאל אפשר קענען מיר ענטפערן די אזוי געגארטע תירוצים וואס דער איד איז.
דער אינגערמאן האט שיין ארויסגענומען פון טאש א טאשן זייגער און ער קוקט אזוי דערויף און זאגט מיר אז אין פופצן מינוט פארט די באס.
איך געב א שמייכל און זאג אים, אהא זעלטן וואס מ’זעהט היינט א אינגערמאן מיט א טאשן זייגער, געוויינליך גייען שוין די אינגעלייט מיט טעלעפאנען וועלכע פארמאגן דעם זייגער און אזוי האבן היינט ווינציגער אינגעלייט עכטע זייגערס.
און דא איז געקומען א שטארק ערנסטער ענטפער פון דעם אינגערמאן: אה איך האב כלל נישט קיין טעלעפאן…
איך קען מיך נישט איינהאלטן און פרעג אים: קיין טעלעפאן האט איר נישט בכלל? און א שירעם זעה איך טראגט איר כסדר מיט? וואס איז פשט?
איך אטעם אפ פון מיין געוואגטען שריט אזוי אפן צו פרעגן די שאלה.
און דער אינגערמאן איז מיר מסביר מיט אייפער.
איך קום מיטן שירעם יעדן טאג, ווייל איך האב שוין געהאט אין מיין לעבן אסאך דורכפעלער, וואס איך בין געקומען אין שוהל אין א טרוקענער כברת ארץ צייט, און איך בין דערנאך אנגעקומען אהיים א נאסער דורכגעווייקטער.
און אז דו קוקסט אויף מיין רעקל, עס איז א וואלענער אנצוג, און מיין ביבער הוטל איז אויך א טייערער חפץ, און כדי נישט שאדן צו מאכן די טייערע בגדים מיינע, מאך איך זיכער צו טראגן מיט מיר אלס א שירעם. פארשטייט איר?
וואס זאל איך ענטפערן? ניין איך פארשטיי נישט! איך האב נאך אזוינס נישט געהערט אז א מענטש זאל זיך אלס ארום שלעפן מיט א שירעם ווייל אפשר וועט באלד גיין א רעגן.
איך קוק מיט וואונדער, איך זוך מיך נישט צו מישן אין זיינע געשעפטן, און איך פרוביר צו זיין העפליך, און ענטפער אז: יא איך פארשטיי, און האטס א גוטן טאג.
דער איד לאזט נישט נאך, און פרעגט מיך:
זאגט מיר נאר, איר האט א טעלעפאן אפשר?
ענטפער איך אז יא, און איך וויל אים שוין געבן דעם טעלעפאן וואס ער האט דאך נישט.
זאגט ער, נע איך דארף עס נישט, לאמיך נאר אייך פרעגן, איר האט אימעיל’ס אויפן טעלעפאן?
און איך ענטפער אז יא.
פרעגט ער ווייטער, פארוואס דארפט איר האבן די אימעיל מיט אייך?
זאג איך אים מיט הסברה אז איך בין א פארנומענער מענטש, און אמאל אז איינער שיקט מיר אן אימעיל דארף איך וויסן.
פרעגט ער ווייטער: און וואס איז אויב איר וועט קוקן דעם אימעיל אין אפיס, און אזוי ענטפערן דעמאלס?
ענטפער איך: אמאל איז דא אן אימערדזשענסי, איז וויכטיג איך זאל עס זעהן פאר איך קום נאך אן אין אפיס.
אהא, זאגט ער: און וויפיל אזוינע אימערדזענסי’ס האט זיך היינט געמאכט?
זאג איך אים אז היינט האב איך נאך נישט געהאט קיין ריכטיגע אימערדזענסי.
ווען איז געווען די לעצטע אימעיל וואס איר האט געקריגן וואס האט געמוזט ווערן געענטפערט אויפן פלאץ, און אויב נישט וואלט איר שאדן געהאט?
איך האב לאנג געמוזט טראכטן, און נישט געקענט דערטראכטן ווען א אימעיל איז א ריכטיגע אימערדזשענסי.
זעהענדיג אז איך קלער אזוי לאנג, רופט דער אינגערמאן אויס מיט פאטאס:
און אז איך גיי מיט א שירעם ווייל אפשר וועט רעגענען פארשטייט איר נישט? לעצטע מאל ס’האט גערעגנט איז געווען פאריגע וואך!!!
***
די מעשה איז קיינמאל נישט געווען, אבער ס’האט איבערגעלאזט אויף מיר א טיעפן רושם. (יא יא די מעשה וואס איז קיינמאל נישט געווען האט געלאזט אויף מיר א רושם)
שטעלט אייך פאר וויאזוי מיר קוקן אן איימיצן וואס דרייט זיך מיט א שירעם א גאנצן צייט ווייל “אפשר” וועט רעגענען?
זענען מיר נישט אייניג צודרייט פארן זיך ארום דרייען מיט קלוגע טעלעפאנען ווייל “אפשר” וועט מיך איינער זוכן?
איז דען נישט דא וועגן אונז צו טרעפן?
מוז איך זיין אוועילעבעל אויף טעלעפאן, טעקסט, אימעיל, וואצעפ, כאפצעם?
און קענט איר ריכטיג זאגן אז אין די לעצטע וואך איז געווען מער ווי 3 מאל דרינגענדע זוכענישן וואס אויב איר וואלט נישט געווען גראד ספאנטאן אוועילעבל וואלט איר דערלייגט מער ווי א צוואנציגער?
איז אייך א צוואנציגער ווערד צו טרעטן אויף אלס און אלעם, און זיך פארענטפערן טויזנט מאל אז איר דארפט עס פאר ביזנעס???
וואס איז דער אמת?
ביי מיר האט דאס געמאכט א טויש. איך לייג אוועק אי”ה דעם שווארצן טעלעפאן, וועלכער איז באמת א נער קעגן די היינטיגע חכמים טעלעפאן’ס, און מיר וועלן אי”ה טוישן צו א נארמאלן טעלעפאן, און ווער עס זוכט מיך וועט מוזן פון היינט שלום מאכן מיטן מציאות אז מיך קען מען “יא” טרעפן, אבער נאר דורך איין מעטאד.
אפשר זאל איך מיך ארום שלעפן אויך מיט א פעקס מאשין, אויב איינער וויל דוקא פאקסן?
אדער אנטון א פאסט באקסל אויפן רוקן, אין פאל איינער האט נאר הארטע פאסט פאר מיר?
וויפיל איז די שיעור צו דארפן לאזן זיך רודפ’ן די יארן, און נישט האבן קיין מנוחה ווייל אפשר איינמאל אין א שמיטה וועט זיך מאכן אז עס וואלט אפשר גרינגער געמאכט אויף א מינוט?
טייערע אידן! איך זוך שותפים!
איך בין באמת א פארנומענער מענטש ב”ה, און איך ארבייט און קום אפיר מיט אסאך אסאך מענטשן איבערן טאג, און איך קען זיך שפירן משונה’דיג וויכטיג, און אמת’דיג ענטפערן פאר יעדן וואס פרעגט: איך דארף עס פאר ביזנעס.
לאמיר אייך זאגן דעם אמת אין פנים אריין: איך דארף עס נישט פאר ביזנעס! איך וואלט געקענט רואיגער לעבן אן דעם טעלעפאן אין טאש!
מ’רעדט דא פון חינוך הבנים והבנות.
מ’רעדט דא פון אידישקייט.
ווער נאך איז גרייט איינצוטוישן דעם טעלעפאן פאר א נידריגערע ראנג עבירה טעלעפאן?
לאזט מיך וויסן אין אישי און מיר וועלן מחזק זיין אנדערע אויך אזוי צו טוהן, און דער זכות פון זיכוי הרבים וועט ביישטיין פאר יעדן וואס קומט ארויף אויף די באן און שלעפט מיט א צווייטן אויך.
עס נעמט נישט מער ווי דרייסיג טאג געוואויר צו ווערן ווי אומוויכטיג עס איז באמת דער “סמארט פאון”. לאמיר עס פרובירן צוזאמען.
[b][color=#FF0000][center]-קאמפיין איינס אראפ -[/center][/color][/b]