פון די ארכיוון.

איינע פון די מדות פון בני אברהם אבינו, איז די מידה פון ביישנים, אידן זענען פון נאטור אויס ביישנים, עס איז איינע פון די זיטן וואס השי”ת האט אין זיי אריינגעטוהן פון געבורט אויס.

– לאמיר צוקומען צו א נקודה וואס איז ראוי למחשבה-

איינע פון די אנגענומענע סימנים מיט וואס מען אידענטיפיצירט א חסר דעה, איז די ערשטע סימן, דער שעמט זיך פאר גארנישט! דער קען זיך אויפשטעלן ברבים טוהן פארשידענע זאכן וואס אנדערע טוען בהצנע.

ווי ווייניגער די בושה, אלס קלארער די סמנים פון הוילקייט אין דעם מוח’ל. א קלוגער פערזאן האט שטערקערע גדרים אין זיין באנעמונג אין גרויסנטייל צוליב זיין בושה, און נאטורליך אז פארקערט איז א סימן אויף דאס פארקערטע.

אין מיין טעגליכע האנדל מיט די מענטשהייט, בין איך געקומען אויף א געוויסע פאקט וואס האט זיך וואונדערליך ארויסגעשטעלט ווירקזאם אין פארשטיין אביסל דעם תוכן פונעם מענטש אויף די אנדערע זייט טיש, און איז פון די סודות וואס ווערט גענוצט דורך ארבייטס געבער, און קאנסולטענטס, ווען מען טוהט אפשאצן דעם פאציענט, אדער אפליקאנט.

ווען דער מענטש שטעלט אראפ זיינע הודאות ער איז מודה אויף געוויסע פעלערן אדער עוולות, איז אלס דא א רייע שטיגן דערונטער וואס ער איז נישט מגלה, און לויט וויפיל ער זאגט, קען מען בדרך כלל פארשטיין ווי ווייט טיעפער מ’קען נאך גיין.

למשל אויב וועט אן ארבייטער אין די פינאנציעלע וועלט מודה זיין אין א קליינעם ליגנט אמאל, ווייסט מען שוין אז דא ליגט א גרויסער בארג וואס איז נאך פארבארגן.

אויב א מלמד זאל זאגן אז ער איז ארויס פון אנדערן מוסד צוליב וואס ער האט אמאל זיך פארזינדיגט פארן מנהל מיט נישט גריסן אים, וכו’ ווייסט מען אז דא ליגט אביסל מער ווי וואס ער זאגט. עס איז געוויינליך דא עפעס וואס ער שעמט זיך צו פארציילן. (לכל כלל יש יוצא מן הכלל, אבער פארן צוועק פון א משל האף איך עס וועט דינען).

מער פון אלעם ווערט עס אבער שטארק בולט ביי רוחניות אויך, און ווען מ’קלערט אריין דערין וועט דער מענטש זיך אביסל קענען ארומקוקן און וויסן מי ומי ההולכים, ווער זענען מיינע חברים? בין איך אין א גוטע סביבה? אדער דארף מען גולה זיין צו א נייעם קרעמל.
ווייל די טבע איז אז א מענטש וועט אלס האבן עפעס מיט וואס ער שעמט זיך, און וועט נישט עכ”פ בריש גלי מגלה זיין דעם סוד זיינעם. עס איז אלס דא די שמרים, די זאץ אונטערן פלעשל וואס דער מענטש וויל נישט מ’זאל זעהן.

אויב איז ער א דורכגעווייקטער חסידישער איד מיט א ברען און יראת שמים, וועט איר אים מאכן רויט און פארשעמט ווען ער וועט אמאל מוזן מודה זיין אז ער האט שפאצירט אויפן גאס אן א רעקל. דאס איז די זאץ אינעם פלעשל.

מיט גרויס בושה יארן נאכן חטא וועט א איש חסיד מודה זיין מיט בושה וחרפה אז ער האט פארפאסט א זמן קרי”ש אמאל. דאס איז די זאץ אין זיין פלעשל.

אבער ווען מיר געבן זיך א רוק אביסל אהינציר צו אונז די פשוטי המון עם, אידן וואס האבן נאך צו הארעווען אויפן ארימען פעקעלע מעשים טובים, וועט איר שטוינענד זעהן אז געוויסע מעשים וואס ביי זייערע עלטערן וואלט זיי אויפגעשאקלט פאר א לאנגע צייט, און ביי זיי איז דאס ניטאמאל אין אינטערשטן טייל פון פלעשל ליידער.

קום איך דען מוסר זאגן? איר קענט דאך מיך שוין. איך וויל נאר אפשר דערוועקן דעם מוח ווען ער איז במוחין דקטנות. ווען מ’הערט א איד רעדן אין ביהמ”ד אין א קופקע איבער קליפס וואס “איינער האט געשיקט” (פונקט פאר מיר), וואס כאטש עס איז באמת א נסיון ליידער וואס דער דור האט, און דער פריערדיגער דור האט כלל נישט באגריפן עכ”פ אין אונזער חדר.

אין פריערדיקן דור איז טעלעוויזשאן, ווידיאו, מאווי’ס אלס געווען עפעס א טומאה וואס דער חסיד האט געשפירט אז דאס דערהייבט אים צעשיידט אים פון די איבעריגע שמוציגע וועלט. עס איז ניטאמאל געווען א נסיון. פונקט ווי דער נסיון פון עסן א מילכיגן חזיר סענדוויטש האט נישט געשלאגן ווארצלען ב”ה.

איז אבער בעונינו הרבים דער דור געשלאגן געווארן מיט דעם אינטערנעט, און נאך יארן פון אומפארזיכטיגקייט איז ליידער דער מציאות געווארן אז מ’פלאגט זיך מיט אזא מין נסיון וואס אמאל איז נישט געווען, און מיר קענען עס רופן דער חזיר נסיון פון אמאל איז געווארן א זמן קרי”ש נסיון פון היינט ליידער.

צו דער זעלבער צייט איז נאך אלס דא א שיינער צאל אידן וואס ווען זיי זאלן ח”ו נכשל ווערן מיט א קליפ, וועלן זיי זיך נישט מוחל זיין אן קיין גלגול שלג, און אנלייגן אלע זייערע צרות און צרות הכלל אויף זייער שגגה.

זייערע סטאנדארטן זענען העכער פון די וואס זענען שוין ליידער דורכגעפאלן עבר ושנה.

זיי וועלן דאס נישט אויפברענגען אין קיין שמועס מיט א צווייטן, און אודאי נישט אין א קופקע, זיי וועלן אוועקשארן זיך רויט פארשעמט אויב איינער זאל עס אויפברענגען. דאס איז דער נידעריגסטער שטאנדפונקט פון זאץ אינעם פלעשל.

ווען אבער עס שטייען א קופקע אידן נעבעך און דיסקוסירן דעם קליפ אדער יענעם רח”ל בריש גלי, און אן קיין שום מינדעסטע בושה, פרעגט זיך די שאלה:

אויב איז דאס נישט די זאץ, וואס איז יא?

ווען זענט איר יא ביישנים בני אברהם?

נעמט אפיר א אינג וואס רעדט אינגרויסן און
איך וויל דערמאנען אז איך רעד נישט בדרך תוכחה, אבער בדרך התעוררות, אז אפשר איז צייט, אז אפי’ אויב “איינער האט מיר געשיקט” ליידער א קליפ, נישט צו רעדן דערפון, און אודאי נישט קופקענען דערויף, און כל שכן וכל שכן נישט אין ביהמ”ד.

איז דאס נישט עטוואס א סימנא מילתא, ווען מ’האט שוין נישט די מינדעסטע בושה? אויב אין יעדן פלעשל איז דא שמרים, וואס אום באשעפערס ווילן איז דער זאץ אין די פלעשל?

עס איז זייער א קלארער אנווייזער אויף א מענטש, ווען מ’זעהט פון וואס ער שעמט זיך נישט!

עס ווייזט אז עס איז דא עפעס נידריגער ליידער.

איז דאס דען א כלל? איז דאס דען אלעמאל אזוי? קומט נישט די אלע שמועסן מער פון א ריכטיגן חסרון אין מחשבה? וואלטן נישט פיהלע חשובע אינגעלייט זיך מונע געווען פון רעדן, און זיך טאקע געשעמט, ווען מ’נוצט אביסל דעם מוח למחשבה?

עס איז צייט צו טראכטן! און דאדורך זיך שעמען ווען עס איז נאך דא אויף וואס.

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s