ס’האט איינער אויפגעברענגט דעם ארטיקל, און איך האב באמערקט אז איך האב עס נאך נישט געפאוסט דא אהער. אויב יא, וועט איר מיר אודאי מוחל זיין פאר די חזרה.

זיצנדיג ביי א דרשה פון א גאר חשוב’ן מגיד מישרים, וועלכער האט מעורר געווען דעם ציבור איבער די ענינים העומדים על הפרק, און שטארק מרחיב בדיבור געווען איבער עניני תשובה, און דרכים וויאזוי בייצוקומען דעם שטן המשחית. זיצט דארט ר’ פסח א אינגערמאנטשיקל און שמייכלט זיך אינטער סאדיסטיש,און פון זיין שטילן שמייכל פארמירט זיך א הילכיגן געלעכטער וואס ווערט העכער און העכער, עד כדי הקאה, ער קען זיך נישט האלטן, ער איז רויט, ער ווערט בלוי, ער ווארפט זיך פאר געלעכטער ווי א צאפ, און דער ערנסטער ציבור וואס האלט אינדערמיט נתעורר ווערן פון די גאר ווארימע דיבורים היוצאים מן הלב ווייסן נישט צו זיי זאלן לאכן אדער וויינען…

פסח’ל איז א אינגערמאן ווי אלע, נארוואס ארויס פון ישיבה, און שוין געטראפן א שיינעם פרנסה, ער האט שוין אפילו לייסענס צו דרייוון, און ער וואגט זיך שוין פון מאל צו מאל צו האלטן דעם טלית בייטל צווישן די ציין ווען ער שמייסט ארויף דעם ראק צום אויבערשטן טייל קערפער זיך אריינצוזעצן מיט א זעץ כדבעי אין דעם קליינעם קארעלע זיינעם.

פסח רופט קיינמאל נישט אויס קיין עקסטערע אכטונג, אבער דאס מאל זענען אלע אויגן געוואנדן צו אים מיט פרעגענדע מינעס: ר’ פסח אפשר זענט איר מסביר על מה יצא הצחק הזה?

ער לאזט זיך נישט לאנג בעטן, און ער הייבט אן מיט א קורצע הקדמה זיין הסבר צום מאנסטערישן געלעכטער, ווען יעדע פאר מינוט שלינגט ער נאך די זוידיגע טרערן מיט א הילכיגן שלינג ווי איינער וואס קען נישט אפטריקענען א אויסגעגאסענעם פאס, און דאס בערך דערציילט ער:

וואס זאל איך אייך זאגן מיינע טייערע פריינט –הייבט אן פסח’ל זיין הסבר – עס איז מיר געקומען צו לאכן היינט ביי די דרשה פון אונזער חשוב’ן רב וועלכער איז שוין א בא בשנים, און נאך אלס איז ער פארנומען מיט די מלחמת הייצר וויאזוי מ’קען אים בייקומען, ער רעדט און רעדט, אבער בייקומען דעם יצר הרע קען ער נישט, און ער זאגט אפילו נישט אז ער קען. און דא שטיי איך א ראצער פון א אינגערמאן און איך האב אים בייגעקומען מיט א גרויסן העפטיגן זיג!

וואס?? וואס זאגט איר ר’ פסח? איר זענט בייגעקומען דעם יצה”ר? דעם עכטן?

יא אזוי ווי איר הערט! אז איר וועט מיר קלאפן אויפן ברוסטקאסטן וועט איר הערן א ווידער קול, עס איז לבי חלל בקרבי, איך בין פון די יחידים וואס זענען אים אזוי יונג בייגעקומען…

איר מיינט אודאי עס איז מיר שווער געגאנגען? אה!בכלל נישט! איך האב אים באזיגט איינס צוויי, און געגאנגען צוריק אין דער ארבייט אריין. ניטעמאל געמאכט קיין וועזן פון אים.

דער אלטער קראכער דער שטן האט געקוקט אויף מיר מיט קענטיגע שנאה, הלמאי א טוטער איז אים אזוי איבערגעפארן פאטאל, אבער איך שרעק זיך נישט און איך גיי ווייטער אן מפטירין כדאתמול. יעצט בין איך שוין צופרידן! איך קען אנגיין מיט מיין לעבן, און איך דארף נישט אלס מורא האבן פון דעם אלטן מלך כסיל.

פסח’ל קום אריין קלארער, פארצייל אביסל מער איבער דיין מלחמה מיטן יצה”ר, און וויאזוי דו האסט אים באזיגט! אפשר דאך וועלן נאך אידן זיך קענען ביי דיר לערנען? ביזט דאך פארט שוין נישט אנגעפוהלט מיט קנאה און שנאה צו א צווייטן איד, האסט דאך שוין באזיגט די אלע זאכן, אלזא דערצייל זאלן אנדערע אויך וויסן.

אהאהםם צעגארגלט זיך פסח’ל און מאכט זיך באקוועם מיט איין פוס אויפן צווייטן, און פאנגט אן פארציילן וויאזוי עס איז אים געלונגען צו בייקומען דעם יצה”ר אזוי יונג.

פסח’ל לייגט אראפ וואיזוי ער האט געזעהן דעם יצה”ר און פארשטאנען צו זיינע טעכניקן, פסח’ל פארציילט, איך האב מיך נישט געלאזט איך האב אפילו גענוצט גאר שווערע טאקטיקן איך האב מבזה געווען דעם גוף כדי דער יצה”ר זאל זיך אפלאן פון עם.

פסח’ל רעדט און רעדט פארסאפעטערהייט, ער אטעמט שוין קוים פון רעדן אזויפיל מער ווי זיין שטייגער, ווען פלוצלינג פרעגט אים ר’חיים א אנגעזעהענער איד וועלכער זיצט אין דער זייט און קוקט מיט בייז וואונדער צו דעם גאנצן ספעקטאל.

ר’ פסח, אויב זענט איר שוין בייגעקומען דעם יצה”ר, זענט איר אויף ציפקע צרות, ווייל דאס מיינט אז איר האט שוין אפגעדינט אויף די וועלט… אזוי שטייט דאך אז א מענטש קומט אראפ אויף די וועלט מיט א תפקיד,און אויב האסטו שוין דעם תפקיד דעם שווערסטן תפקיד אויסגעפירט, ווער ווייסט אויב דו וועסט נישט צאלן דעם טייערסטן פרייז, צו קענען נעמען שכר פאר דיינע מעשים??

יעדער קוקט צו פסח’ן מיט גרויס שעצונג, צו הערן וואס זיין תשובה אויף די נוגענדע שאלה וועט זיין:

אה זאגט פסח’ל:

דאס איז נישט קיין פראבלעם, ווייל מיט”מיין יצה”ר” האב איך נאך ניטעמאל אנגעהויבן! איך האב קודם זיך באפאסט מיט מיין חבר’ס… און דארט האב איך שטארק געזיגט…

איר פארשטייט א מעשה???

אויב נישט לייענט איבער…

 

 

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s