יעדעס יאר די זעלבע זאך, מ’רעדט און מ’גרייט זיך און מ’יובל’ט אויפן געווינס וואס גייט קומען מוצ”ש זייגער צווייע, מ’טריאומפירט איבער א עקסטערע שעה וואס ווערט צוגעלייגט אויפן זייגער, און די געוויינליך פארנומענע אידן וואס האבן א פולן סקעדזשול פאר די אזוי אויך פארנומענע 24 שעה פונעם זייגער, פאנגען אן אראפצוציפן מינוטקעלעך צו אויפריכטיג פלאנירן דעם עקסטערן שעה וואס הקב”ה שענקט אונז.

אלזא ווי אלעמאל בין איך געזעצן מער ווי איין שעה און געקראצט קאפ וואס איך קען אלס טוהן אין די איבריגע שעה וואס איך וואלט ווען אזוי וויכטיג געדארפט פיהל מאל. איך פרוביר איבערצוקוקן מיין קאלענדער און זעהן וואו זענען די אנגעשטרענגטע שעות וואס איך האב אזוי שטארק געוואלט פארלענגערן, און לאמיר זען צו די שעה די איבריגע וועט ארויסהעלפן אין דעם שעת הדחק.

איך קוק צוריק אויף חודש תשרי פון פארא יאר, באמת פאנג איך אן נאך ביי סליחות, ווייל איך געדענק אז עס איז געווען “אנגעצויגן מיט צייט”. איך קוק מיך ארום וואו איך קען דארט אריין ווארפן די איבריגע שעה. עה 5 אזייגער סליחות, איך מיין אז דאס איז גענוג פאר מיר איך וויל נישט א עקסטערע שעה דארט, נעקסט פליז.

עס איז ערב ראש השנה, מ’זאגט צוויי שעה סליחות, איך מיין אז ס’איז אויך גענוג. הגם די לעצטע מינוטן פארן זמן זענען יא עפעס אנגעשטרענגט, אבער נאך א טאג פון 11 לאנגע שעה אז ס’האט נישט געלינדערט די שמערצן וועט איין שעה שוין נישט אויסמאכן.

דאס דאווענען ר”ה איז אזוי אויך גענוג לאנג, און אפילו אין פאזע וואלט איך נישט אריינגעשטופט נאך א שעה. שלאפן קען מען נישט, עסן וויל מען נישט, דאווענען דאוונט מען נישט, נו, די 30 מינוטיגע פאזע דינט פונקט גוט פאר וואס מ’דארף איר. נעקסט פליז.

צום גדלי’, פאסטן נאך א שעה? נע! נישט קיין עסק פאר מיר.

כפרות שלאגן? תשליך? יום כיפור? וכו’, איך קען נישט טרעפן די שעה ווען עס איז די ריכטיגע צייט אריינצושטופן א עקסטערע שעה. אלעס קוקט אויס אזוי פערפעקט און פונקט וויפיל מ’ברויך.

נו? וואס טוט מען דא? איך קריג א עקסטערע שעה און איך ווייס נישט וואס צו טוהן מיט עס.

הכלל, איך זיץ און איך שפעקוליר, אפשר א עקסטערע שעה אין די ארבעט וועט ברענגען עקסטער געלט? געלט איז דאך עפעס וואס אין אמעריקע האט א שייכות מיט די שעה, טיים איז מאני…

דא איז וואו דער מח גיבט זיך מיר א וועק אויף. וועלכע שעה אין די ארבייט איז די מערסטע פראדוקטיוו? און וויאזוי קען איך באמת טרענספערירן א שעה פון א מוצ”ש ביינאכט צו א העפטיגע ארבייט שעה פון א מאנטאג אדער דינסטאג?

מיט אביסל התבוננות איז עס געלונגען. און איך מיין אז די שעה האט זיך אויסגעצאלט.

די שמחה פון די עקסטערע שעה וואס מיר קריגן איז דאך עפעס פון וואס מ’קען זיך עפעס ארויסלערנען און דערפון ציען פאראלעל צום גאנצן יאריגן התנהגות.

איך קוק מיך אים אין די ארבייט צווישן די ארבייטער ארום מיר, און צווישן די אנדערע גוטע פריינט און קרובים וואס איך הער פון זיי בערך די זעלבע שפראך צומאל. מ’טרעפט זיך אויף א שמחה, אדער סתם אזוי אין א גוטמוהטיגן שמועס, און יעדער פארציילט פון זיינע עקספיריענס איבערן טאג, איינער רעדט פון די שוועריגקייטן מיטן בעל הבית זיינעם, א צווייטער פון א קאלעגע מיטארבייטער, און א דריטער סתם אזוי איבער די שווערע ארבייט וואס ער האט. און צוזאמען איז מען זיך מחזק, און עס ווערט אויפגעוויזן אז יענעם’ס גראז איז באמת נישט גרינער.

אה, ווען איך וויל ווען אריינווארפן א עקסטערע שעה, איז עס אמאל א גרעסערער לאנטש ברעיק, אדער אמאל א פריערער אהיים גיין אדער א שפעטערער קומען.

ווידעראום פאר די בעלי בתים שבתוכינו, אמאל א עקסטערע שעה נאכצוקומען די ארבייט און נישט דארפן פרייטאג בלייבן לענגער, אדער אוועק נעמען די אומענדליכע שעות פון ביינאכט וואס מ’מוז אמאל בלייבן אין אפיס ענדיגן א פראיעקט. יא איך האב עס וואו צו לייגן מיין איך.

ביז אהער האב איך געשריבן, טראכטנדיג פון תשנ”ב לפ”ק, אבער ווען איך האב מיך אויפגעשטעלט א צופרידענער און געוואלט שליסן פאקט אז מ’גייט צולייגן א שעה, און ראטן די חברים אין וועלכע שעות עס אריינצושטעלן, באמערק איך אויפן לוח אזוי אוועקלייגנדיג אז מ’האלט שוין תשע”ה לפ”ק.

דער גאנצער בילד האט זיך געטוישט, און איך האב מיך צוריקגעזעצט אנטוישט…

תשע”ה. צו וועם זאל איך זיך ווענדן? פאר וועם זאל איך צולייגן א שעה? פאר וועם איז נאך א שעה טייער?

יא יעדער יאגט זיך יעדער פלאגט זיך, אבער לאמיך צוריקגיין צו מיין שמועס מיט די זעלבע חבירים און הערן וואס זייערע זארגן זענען? און זעהן צו איך קען קומען מיט מיין חכמה עצומה פון צולייגן א שעה צו העלפן אין זייער נויט?

מ’שטייט א קבוצה און מ’שמועסט, פון וואס? פון די נייעס, פון א פרישע קליפ, פון א מעסעדזש וואס איז ארום געפארן, פונקט היינט געזעהן, איינער געשיקט, געזעהן ביי א חבר, וכו’. יעדער מיט אנדערע תירוצים. און איך וואונדער זיך.

דארפן מיר טאקע א עקסטערע שעה? אדער קענען מיר ספאנסערן אפאר שעה פאר אן אנדערן וואס ארבעט נאך יא שווער?

אויב דארפן מיר טאקע אזוי וויכטיג א עקסטערע שעה, נוצן מיר די שעות וואס מיר האבן?

מיר זענען באזעסענע אידן און ערוואקסענע בני אדם, וואלט מיר דען נישט געדארפט איבערקוקן יעדן טאג די שעות און זעהן וויפיל פונקטליך פון די שעות ווערן באמת גענוצט, און וויפיל פון די שעות נוצן אונז אויס פאר מיר נוצן זיי אויס?

וויפיל שעה זענען מיר מאבד לדעת, אז מיר פרייען זיך אזוי צו א עקסטערע שעה?

השבת אבידה, איך האב אייך געפונען אסאך שעות, קומט און נעמט זיי בחפץ לב, און לאמיר זיי נוצן צוזאמען אין פריידן אויף גוטע און ווערדפולע מעשים.

וזאת למודעי: דאס איז נישט געשריבן געווארן לשם מוסר, נאר לשם התבוננות, נישט פאר מיר נישט פאר דיר, און נישט פאר יענעם, נאר פאר ווער עס וויל א רגע קלערן דערוועגן. בתקוה להבנה.

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s