אוי ווי עס בענקט זיך צו די צייטן ווען א כשר’ע מקוה האט נישט באדייט גאנצע הויפענעס פוירפל און בלויע האנטוכער, אדער שאמפו און אנדערע כשר’ע זוי גערופענע זייפן, נאר די הימלישע כח פון פארזאגן און נאכזאגן נייעס ווי עס איז געווען אדער נישט געווען, אדער ווי עס וועט זיין אדער נישט זיין.

וואו נעמט מען די טעג וואס ליגן אונז אין די ביינער, ווען אריינקומענדיג אין מקוה איז געזעצן ר’ חאצקל מיט א האנטוך אויפן שויס, און א קעמל אין די לאנגע קאלטאנעס און א קנייטש פון ליבליכע ווייטאג ביי די לעפצן שלעפנדיג דעם קעמל אין דעם הויפן טרוקענע שטרוי בארד, פארציילנדיג די נייעס וואס האט זיך מיט אים אקארשט געקאכט אינעם הייסטן בור.

וואונדער איבער וואונדער ווי ער האט געקענט רעדן און רעדן אנע דעם וואס אויף די דערנעבנדיגע בענק זאל אפילו א נברא זיין צום טרעפן, ער האט אזוי לאנג גערעדט מיט אמונה פשוטה, און צום סוף האט זיך געשאפן א קרעמל א חבורה פון גוטע לייט וואס זענען געקומען אלס צו הילף פותר זיין דעם שרעקוועדיגן חלום אדער חלומות וואס די ש”י טבילות האבן פאראורזאכט.

א וועלט מיט מטורפים, היינט יעדער איז א דיפלאמאט, יעדער ווייסט די נייעס, ר’ חאצקל זיצט פאריתום’ט זיכער ערגעץ אין א מקוה ווי מ’לאזט נישט אריין צוליב די זאונינג, ווייל ער איז נישט צום האבן מער.

אין יעדע מקוה’לע אין יעדע שטאט האט זיך אפגעפונען א חאצקל צו פאבריצירן און פראדוצירן די שענסטע און בעסטע מעשה’לעך און עפיזאדן וואס נאר אונטערן רושם פון פארע און היץ האט פארבלענדעט די אויגן פון קלוגע און נארישע צוגלייך.

אוי ווי נעמט מען די צייטן פון קודם קול מבשר, ווען פאר א שטיקל נייעס ריכטיג צו אנאליזירן האט מען געדארפט צעפאטשקענען די פיאה’לעך עטליכע מאל צו טרעפן א תירוץ צום בלייבן זיצן און הערן די פערל רייד פון די חאצקלעך.

אהוי צו וואס האמיר דערגרייכט מיט אזא עולם השקר, ווען אויף יעדן פאסיג הענגט א חאצקל און פראדוצירט די נייעס אין גרויסע שיינע מעכטיגע סטודיאו’ס און לאזן ניטאמאל דאס אידישע קעפעלע אנאליזירן פון די אינעווייניג ארויס די אויסקום אדער אריינקום פון סיי וועלכע עס איז געשיכטע.

פארוואס זאל דאס אידישע קעפעלע זשאווערן און נישט קענען אליינס אויפקומען מיט אזוינע געוואלדאוונע חלומות און פארזעהענישן? איז דען כלל ישראל געווארן עטוואס דומער אדער ח”ו ווייניגער אינטעליגענט?

פארוואס ווען עס פלעגט א אידל אפשטעלן חאצקלען פרעגן וואס א ווארט אויף זיין עלעקטעריק ביל באדייט צוליב חאצקל’ס וויסנשאפט אין ענגליש, האט חאצקל ניטעמאל געדארפט וויסן אן ענטפער, און געקענט ענטפערן: פהע ס’איז גארנישט, מאך דיך נישט צו טוהן… די שונאי ישראל סטראשענען אייביג…

און היינט דרייט זיך דער זעלבער אידל און ווייסט שוין פונקטליך די ענגלישע אפטייטשן פון די גאר טיעפע נייעס שפראך פון די העכסטע קאליבער רעפארטער’ס? פון אטע די זעלבע שונאי ישראל.

וואו נעמט מען היינט א כשר’ע מקוה? יעדער יאגט זיך, יעדער ווייסט אלעס, נישטא פארוועם צו פארציילן, נישטא פון וועם צו הערן. דאס בעסטע פאל איז ווען צוויי יונגעלייטעלעך טרעפן זיך און דיסקוסירן צוויי שיטות פון ווארט זאגער’ס אויף די ראדיאו, און דארט ביז אהין שטעלט זיך דער אינטעליגענץ…

איי חבל חבל וואס האמיר פון וויסן די נייעס אז מיר קענען עס נישט דיקטירן? וואו נעמט מען א חאצקל?

ווען מיר דערמאנען זיך די עלטערע דור וואס האט אונז שוין כמעט פארלאזט, ווי זיי פלעגן זיצן און זיך איזדיקעווען אין א שטיקל אונגאריש רעדווענדע נייעס, און זיך נישט געלאזט איבערשרייען מיט אלע פאלשע ציין האלב אינדרויסן, א וואונדער אז די מקוה אידן האבן געשארט גאלד? א וואונדער אז יעדער ווער ס’האט נאר געהאט א לייב אויפן קערפער האט באזוכט די מקוה איינס א טאג זיכער?

היינט פאר די פארפאלענע נעבעך וואס פארפעלן נעבעך אמאל א מקוה, איר פארשטייט זיי נישט? איר זעהט דען נישט אז דער שטן האט א גרינג פעלד זיי צו באזיגן? וואס ווייזט זיי דער גוטער מלאך? חאצקל’ס ליידיגן זיץ? מ’דארף דאך די אידן ציען אביסעלע צוריק אין מקוה אריין.
ווער דענקט דען נישט די “מקוה רעידזש”? אזא סארט כעס וואס די אלטווארג האבן נאר גענוצט צווישן די גרינע ראדני מקוה ווענט. אזא סארט מולטי טעסקישער גערעגטע טאן וואס האט אפגעשפיגלט א מיינונג מיט א שווערן ארויפציה פון א פאר’עקשנ’טן זאק אויף די פוס.

ווער געדענקט דען נישט וואו אינעפלוצים ווען די בארד איז שוין געווען פארקעמט און ביי מאנכע סתם פארשארט האבן די פוסעלעך צוביסעלעך אנגעהויבן שפאנען צום טויער ארויסגאנג און אן קייין סוף פסוק האט זיך דער שמועס געענדיגט ביז מארגן צופרי ווען עס איז געפארן ווייטער אן קיין שום פארזעצונג פון פריער אנזאג?

אוי וואו נעמט מען די חאצקלעך? די נאסטאלאגיע איז ביזן הימל.

איך האב היינט אריינגעוואנדערט אין מקוה נישט אין די געוויינליכע צייט וואס איך בין דארט יעדן טאג, און דא און דארט האב איך געהערט פלעטשקערייען פון די אינגווארג, וועלכע האבן פרובירט אביסל צו הייבן דעם אומעט, און שמועסן איבער אלס און אלעמען, אבער גיי ווייס, ווי קען איך זיי דען פארשטיין געבן אז זייער רעדן קומט נישט צו צו די שווייגן פון די אלטע חאצקלעך.

חאצקל פלעגט זיצן אויפן באנק און קוקן אויפן הענגער אקעגן איבער אים בשעת’ן פארקניפן דעם בארד מיט א כפול שמונה’דיגן קניפ, און ווען איימיצער האט געוואלט אנצינדן דעם היץ טעמפראטור אין מקוה האט ער נאר געדארפט פרעגן: חאצקל וואסי נייעס? און געקענט גיין ווייטער…

ער האט נישט צוריק געקריגן דעם קאלטן דיפלאמאטישן “אלעס גוט” ענטפער. אדער דעם פרעכן צוריקפראגע, “און וואס זאגסטו עפעס?” וחוזר חלילה. . . איך האדאך ערשט געפרעגט! וואס פרעגסטו ציריק?

ער האט נישט צוריק באקומען א קאלטן בליק מיט פאראכטונג ווי צו פרעגן: פון וואס רעדסטו? ווער זאגט ס’איז דא נייעס?

קיינמאל! קיינמאל! חאצקל האט אלס געענטפערט מיט א אויסגוס פון נייעס וואס אויב איז עס נאכנישט געווען וועט עס נאך זיכער זיין. חאצקל פלעגט אלס האבן אינטער די לעפצן א פארטיגן שטיקל פון וואס מ’קען ציען צימעס פאר און פיטערן א הונגעריג לאנד אין אפריקע…

חאצקל האט גערעדט פונעם פרעזידענט אוואו ער וואלט מיט אים געשמועסט צוויי מאל א טאג. איך געדענק ווען א חאצקל ביי אונז אין מקוה פלעגט רעדן א שפראך א שטייגער ווי פאלגענד: דער פרעזידענט טענה’ט אז אויב וועט ער נאכגעבן פאר דעם מר. סענעטער פון יעהופעצלאנד וועט ער אים מארגן פרעגן…. וכו’. נו ווער וואגט זיך היינט אזא חוצפה צו רעדן מיט אזא נאענטקייט פונעם ירום הודו??? נאר חאצקל!

חאצקל חאצקל, אויפן וועג ארויס פון מקוה פלעגן זיך מיט אים אלס מיטשארן אזוינע גראדע אידן וואס האבן באמת נישט געוואלט מער ווי וויסן דעם אויספיהר פון די שרעקליכע געשיכטע, אבער חאצקל פלעגט זיי האלטן משכון ביזן סוף, און געוואוסט צו ענדיגן מיט זיין גלייכגילטיגע סאדיסטישע רואיגקייט.

ווען איינער האט נאר פרובירט אריינצו האקן: נו! וואס איז טאקע געווען דער סוף?

האט חאצקל מיט א שטיקל שטרענגן בליק נאך איינמאל ווארנען אפילו איגנארירט די שאלה, און ווייטער געפעדימט דעם חלום גאר מיט א לענגערן פזמון, און אזוי האט זיך געווירבלט דער שמועס ביז אין הודו אריין און דער טאג איז אנגעהויבן מיטן רעכטן פוס.

אלזא מיין פלאן: מ’זאל דינגען אין יעדן מקוה א חאצקל פאר באצאלט, ביז זיי וועלן זיך צוריק שפירן באקוועם, און ווי אויך זאל מען אסר’ן צו הערן נייעס פון קיין שום אנדערע מקורות חיצוניות, די רבנים קענען עס א נאמען געבן א איסור אויף גויאישע נייעס וכו’, אבער עכ”פ מיר מוזן צוריק קערן דעם עטרה ליושנה, דער קרעמל אין מקוה מוז צוריק בליעהן און די חאצקלעך דארף מען צוריק אינסטאלירן מיט א דוירהאפטיגן אינסטולאציע.

וואס איז נייעס?

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s