מיין חבר משה איז פון די גרעסטע פאליטיקאנטן ביי אונזער שיעור יעדע נאכט. שוין וואכן לאנג וואס אויף זיין גיסטע קען מען דערקענען בערך וואס די ראדיא האט געמאלדן איבער די פאליטישע קאכערייען. אויב איז עס געווען א גוטער טאג פאר די דעמאקראטן, איז מוישע אומעטיג, און צעבראכן, ער זעהט נישט קיין עתיד פאר זיינע קינדער אין א דעמאקראטישע מדינה.

אויב אבער א טאג וואס האט זיך טאקע געמאכט זעלטן אין די לעצטע 6 יאר, איז געגאנגען גוט פאר די רעפאבליקאנער, איז משה אין א גיסטע פון מאכן א לחיים.

ווען ער קומט אריין צום שיעור מורמלט זיך שוין חיים אינטער, אה היינט איז געווען א גוטער טאג פאר די ….. מעמיר שוין באלד הערן פונקטליכער נאכן שיעור.

די פארגאנגענע וואך איז געווען פון די בעסטע וואכן וואס משה האט נאר געהאט אין די לעצטע פאר יאר. די דעמאקראטן זאגט ער זענען געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט, און ער זאגט אז די וואנט איז א גאר הארטע שטיינערנע, און זיי האבן גאלאפירט אויף הויכע ראטעס אזש ס’איז געווען קלאר א דורכפאל פאר די דעמאגאגן (אזוי רופט ער די דעמאקראטן, איך ווייס נישט פארוואס)

איך בשלעצמי האב איך א קליינע השגה אין פאליטיק’ס און ווי שוין ערווענט איז מיין לעצטע פאליטישע שטעלונג געקומען נאכן באשרייבן פרעזידענט מיט ראמני’ס געווינס, און פון דאן אן זיץ איך מיר רואיג און טוה אנדערע זאכן, ווייל איך ווייס אז מיט מיט מיט זיינע מיט לויפער’ס אין אפיס קען איך מיך שוין באפאסן מיט אנדערע וויכטיגע זאכן אויפן סדר היום. (א לץ וואס האט מיך געוואלט דערשרעקן האט מיך גאר פרובירט איינצורעדן אז אמעריקע זענען אזוינע בהמות און אויפגענומען דעם שווארצן סענאטאר באראק אבאמא פאר פרעזידענט. חחח איך בין נישט משוגע ב”ה)

אזוי אויסגעשלאסן פון פאליטיק ווי איך בין, קען איך אבער נישט אוועקשטיין ווען א איד איז אזוי בשמחה, און ביי נאטור שפרינג איך מיט ווען א איד פריידט זיך.

געשעהן איז דאס נעכטן נאכט, ווען משה איז אריינגעקומען צום שיעור און דער מגיד שיעור האט שוין געהאט ארויפגעצויגן די ברילן אויף די העכערע שטאק פון די נאז, און שון אנגעהויבן אראפצולייגן זיין שיעור כדרכו. וואס געוויינליך אין אזא צייט מן הנימוס רעדט קיינער נישט פון אנדערע דברים בטילים מ’וויל נישט פונעם שיסל גחלי רתמים. שטראמט אבער משה אריין צעיושעט מיט די הוט אין איין האנט און מיט די רעקל שוין האלב אויפגעהויבן צו כאפן א זעץ כאילו די “באנק” גייט זיך שפארן און ער דארף עס נאך כאפן. און ער שרייט אויס מיט פאטאס. “מיר האבן קאנטראל אויפן סענאט!! הודו לד’ כי טוב!!.

דער מגיד שיעור דערשרעקט זיך עטוואס פון די בהלה, און שנעל אריענטירט ער זיך, הייבט זיך אינטערא אביסל און זאגט: כי לעולם חסדו, און ער בעט ר’ משה’ן זיך צו אראפזעצן און פרובירן צאמצונעמען זיינע ברויזנדע מחשבות און אויסהערן דעם שיעור. ער גאראנטירט אים צו לאזן דעם פאלאטשינטא קאנפרענץ אנגיין גראד נאכן שיעור.

מיר אלע נייגעריגע מקשיבים האבן היינט נישט אריינגעפרעגט קיין קשיות אפי’ ווען ס’האט אויסגעפעלט צו ווייזן אז מ’האלט מיט, מיר האבן שוין נאר געוואלט הערן וואס ס’איז געשען מיטן סענאט? און וואס משה האט דערמיט.

ווי רואיג איך בין געווען ביים שיעור בין איך געווארן מער און מער עקסטאזעריזירט ווען משה האט מיט איין אטעם אנגעהויבבן מיט פארציילן פונקטליך וויאזוי דאס האט פאסירט, און וואס דא קומט פאר. אין קורצן האט ער געזאגט אזוי:

אין סענאט איז דא אסאך בענקלעך, די דעמאקראטן האבן א באנטש און די רעפובליקאנער האבן אויך אבאנטש. די חילוק איז ווער ס’האט מער, און דער האט די קאנטראל אויף די סענאט. ער האט מסביר געווען אז די קאנטראל איז מורא’דיג וויכטיג צו האבן, ווייל דער וואס האט עס קען אויספירן געזעצן דערמיט… איך האב נישט אזוי גוט פארשטאנען, ווייל מיר האט אלס אויסגעזעהן אז דער וואס האט די בענקל קען זיצן און ער האט עפעס ארויסגעברענגט אז די קאנטראל איז פאר די געזעצן און די בענקלעך נישט.

אלנספאלס זאגט ער ווייטער אז היינט ביי די וואלן האבן די רעפובליקאנער באקומען א מייערן קאמפויט מ’רופט עס אין ענגליש א מעדזשאריטי (נישט טועה זיין מיט מענעדזשיירעס ח”ו) און דערמיט האבן זיי קאנטראל אויפן סענאט…. וכו’.

איך האב נישט פונקטליך פארשטאנען וויאזוי ס’ארבעט, איך האב אפי’ סתירות געטראפן אין זיינע ווערטער, ווייל איך האב בענקלעך אינדערהיים איבערן מאס, און קאנטראל איז נאך נישט דא. אבער וואס פארשטיי איך צו פאליטיק’ס. די שמחה האט מיך אבער מיטגעכאפט, און כדי נישט אויסצוזעהן ווי אומוויסנד האב איך נאטירט אפאר וויכטיגע ווערטער צו געדענקען צו פארציילן אינדערהיים, זאל כאטש אויסזעהן ווי איך ווייס אביסעלע. (משום דרכי שלום א שמץ פון שקר…)

איך לויף אהיים און איך מאך אן אנשטעל פון א גאר פרייליכע מינע, און פאנג אן צו שרייען העכער ווי מיין געוויינליכע שרייערייען: הערסטע, הערנאר, ווייסט וואס גייט פאר? דו האלטס אפי’ נישט מיט??? וואו ביזטו דא? דו הערסט נישט כל העולם כולו, איך מיין קאל מעוואסער???

וואס גייט פאר?

מיר האבן געווינען דעם סענאט!!!! בעליוו איט אר נאט!!! די גאנצע!!! די בענקלעך!!! די קאנטראל!!!

יעצט וועט מען ווייזן פאר די דעמאגאגן אז מ’קען נישט אויספירן א בהמה קער… עפעס אזוי…

די אשת חיל שפרינגט פאר שמחה, זי קען נישט צו זיך קומען, און איך קוק מיט פארדאכט… ווילסט מיר זאגן זי פארשטייט בעסער ווי איך צו די זאכן??? וואס פארשטיי איך נישט זיך צו פרייען, און זי איז אזוי העפפי פלוצלינג? אדער אפשר מאכט זי דעם אנשטעל אוואו איך? נע זי קען נישט אזוי גוט די פאך ווי איך.

איך קען מיך נישט איינהאלטן, און איך פרעג: וואס פרייסטו דיך אזוי אז מיר האבן געווינען דעם סענאט? דו האלטסט דען מיט די זאכן???

אודאי האלט איך מיט זאגט זי, ס’איז מורא’דיג! דו טראג ארויס די גארבידזש, און איך וועל מיך גיין לייגן.

וואס??? וואס איז מיט די גארבידזש???

נישט דו האסט געווינען די סענאטעישאן??? נעם קער…

א גוטע נאכט, און האלטס אייך מיטן סענאט! און געבט מיר צוריק אביסעלע קאנטראל…

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s