אין א קליין שטיבאלע
א ענגע מסיבה’לע
זיצן די מלאכי חבלה
אויספירן זייערע פליכטן בבהלה
פאר די מענטשעלעך גרייטן עפעס א יללה
אה, שרייט ער ווי א זיבאלע
איבאלע איבאלע

מ’וועל מיר פאר’סמ’ן דעם יקום
משמים עד תהום
נישט לאזן קיין נפש ארום
און מיר וועלן אויף וואקאציע גיין מיט טרוים

דער מלך זקן וכסיל
זיצט אויפן גרויסן שטוהל
ער רעדט נישט אריין צופיל
הערט זיך צו שטיל
נע, טרייבטס נישט איבער דעם גבול
אויסהארגענען אלע איז נישט וואס איך וויל
איך האב אסאך מער געפיל
ווען איך קען שפילן א צווייטן שפיל

מיט א גרילצענדען שטימעלע
און א זויערן לידעלע
מיין צרה איז נאר דער אידעלע
און אז איך וועל אים ברענגען איבאלע
וועט ער הייבן צום הימל א תפילה
און איך וועל בלייבן אין גרובעלע

פאר דעם אידעלע דארף איך עפעס מער
א בן מלך איז דאך ער
ער וויינט נאר איינמאל דער
און דער קעניג גיט א דערהער
פיינט האב איך עד אין שער
אבער א פלאן מוז איך האבן דערפאר

כדי אים צו באזיגן
מוז איך אים איבערקלוגן
ער זאל נישט וויסן מיינע באטריגן
מיך צו האבן איבערגעשטיגן
איך מוז מיט א פאלשן שמייכל א ריזיגן
אים געבן א הויפן שפיללצייגן
ער זאל זיך דערמיט טשאטשקען און וויגן
און אין זיי דאס גיפט זאל ליגן.

הא הא לאכט דער אלטער שטן
מיט מיין חכמה וועל איך אים שטעלן אין שאטן
ער וועט אפי’ א טרער נישט לאזן צום טאטן
זיינע געפילן פארטעמפן וועט ברענגען רעזולטאטן
און מיר מחבלים וועלן זיך האלטן אין די זייטן
ווי דער אידעלע וועט אויף אונזער פלייצע רייטן
לאמיר זיך צום קאמף גרייטן.

די הענקער דעבאטירן
באשליסן אינטער פארשלאסענע טירן
מיר וועלן ביידע אויספירן
פאר די אפריקאנער א מגיפה פרובירן
אי-באלע ביי זיי קוואטירן

אה און פאר דעם שונא נומער איינס
א טעלעפאן א שיינס
מיט א שמייכל נישט קיין קליינס
און ער וועט זיין מיינס
אהיים ברענגען אין שטוב זיינס

מיר אידעלעך פארשטייען
מיר טוען זיך גארנישט פרייען
מיר פרובירן זיך ארויסצודרייען
און מיר זענען מתפלל מיט געשרייען
טאטע, קעניג אין הימל געטרייען
פארגעב אונז און טוה אונז פארצייען
דער שטן זאל פון אונז אפשייען
און מיר זאלן דיך דינען לאנגע יארן באהבה
ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה קרובה.

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s