מיט רשות, און פארלאנג פון א גאר חשוב’ן חבר אונזערן טוה איך אראפברענגען דעם ארטיקל וואס איז געווען געדרוקט אינעם “וואכנשריפט” אויסגאבע אין קר”י, לתועלת הרבים.
(נישט געשריבן געווארן דורך מיר)

מיט התרגשות הלב שרייב איך אראפ די פרטים איבערצוגעבן אזוי ווי עס איז געווען אן גארנישט צולייגן, מיין ארבעט איז אז איך ברענג פראדוקטען פון טשיינע און איך פארקויף עס ווייטער פאר גרויסע געשעפטן, ויהי היום האט וואל מארט באשטעלט ביי מיר גאר א גרויסן ארדער און איך האב מיך צוזאם געבארגט געלט פון אלע מיינע חבירים און באקאנטע און אראפגעפארן אהין צו באשטעלן די ארדער (דאס הייסט געוואוינט אין טשיינע פאר איבער 6 וואכן!) למעשה האט זיך דער ארדער אביסל פארשפעטיגט ווי געפלאנט, און ווער עס קען די מהלך פון די אנשי חסד פון וואל מארט האבן זיי מיר געזאגט קלאר אז אויב עס וועט נישט זיין ביי זיי ביז די געוויסע טאג וואס זיי האבן אנגעגעבן דאן קען איך מיך האלטן מיט די גאנצע סחורה, וואס דאס מיינט פאר מיר א פינאנציעלע טויט קלאפ, למעשה איז די טאג אנגעקומען און די סחורה איז נאך געשווימען רואיג אויפן וואסער, און פארשטייט זיך אז זיי האבן מיר געשריבן א טרוקענע אימעיל אז איך האב נישט וואס צו ברענגן די סחורה.

איך בין פונקט געווען אין ביהמ”ד ווען די אימעיל איז אריינגעקומען אויף מיין איי פאון איך האב ממש אנגעהויבן וויינען ווי א קליין קינד נישט אויסהאלטענדיג די צער און בושות, וואס וועל איך זאגן פאר אלע מיינע חבירים פון וועם איך האב אנגעבארגט די גאנצע געלט.

איז פונקט אדורך א איד און האט מיר געפרעגט וואס עס גייט פאר האב איך אים פאציילט דברים כהוייתן, זאגט מיר דער איד אז פונקט היינט אינדערפרי האט ער געהערט ווי אפאר אידן שמועסן פון א מוראדיגע זאך אז אין קרית יואל איז דא א קבוצה פון קרוב צו פופציג אינגעלייט וואס זיצן ביים שיעור וואס ווערט טעגליך פארגעלערנט דורך הרב מרדכי הערש שפיצער שליט”א אין די ספינקא ביהמ”ד וואס האבן זיך מקבל געווען אז יעדער ווארפט אוועק די סמארט פאונס און די גאנצע ציבור האט דאס איינגעטוישט אויף פשוטע פליפ פאונס, דער מגי”ש שליט”א האט דערציילט אז איינער א גרויסער נגיד האט געדארפט שידוכים פאר זיינע קינדער האט ער מחליט געווען אז ער מיט די גאנצע משפחה געבן אויף דעםסמארטפאון און ביז 2 טאג איז די ערשטע קינד אגעווארן למזל טוב.

זאגט מיר די איד , אפשר ביזטו זיך מקבל אויפצוגעבן דיין פאון און אין דעם זכות וועט דיר השי”ת העלפן, וואס זאל איך אייך זאגן, איך האב געטראכט צו זיךאויב א קבוצה פון 50 אינגעלייט! האבן געהאט די כח אויפצוגעבן די סמארטפאון דאן פארוואס זאל איך נישט קענען, און יא תיכף ומיד מיט דעם איד צוזאמען בין איך געגאנגען צו א טעלעפאון געשעפטאון אוועקגעווארפן די סמארטפאון און זיך איינגעהאנדעלט א פשוטע פליפ פאון.

און יעצט וועל איך קומען צום פינטל, די גאנצע מעשה איז געווען א וואך פאר יו”ט די וואך פלוצלינג באקום איך א אימעיל פון וואל מארט אז די סחורה וואס זיי האבן גענומען פון א צווייטן איז פעלערהאפטיג, און זיי ווילן יא איבערנעמען די סחורה פון מיר, האב איך געזאגט אז פאר די פרייז וואס זיי האבן מיר געהאט אין פלאן צו צאלן קען איך עס נישט פארקויפען ווייל איך האב שוין געמאכט א דיעל מיט איינעם און איך דארף עס מבטל זיין, למעשה האבן זיי מיר געהעכערט וויפיל איך האב זיי געבעטן און ב”ה איך האב זייער שיין פארדינט פון דעם געשעפט.

אפי’ איך בין נישט קיין שרייבער האב איך אפגעמאכט דאס אריינצודריקען אין צייטונג מודיע זיין דעם עולם אז עס ליגט א סגולה דא ביי דיר אין טאש, די דארפסט נישט פארן אין ערגעץ עס קאסט נישט צופיל געלט און מען קען זיך אויסלייזן פון אלע פראבלעמען, און פאר די איד וואס איז צו מיר צוגעקומען וויל איך ברבים זאגן א גרויסן יישר כח, און פאר די קבוצה ביים ספינקא שיעור וויל איך זאגן חזק חזק ונתחזק,

גענוומען מיט רשות פון ‘וואכן שריפט’

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s