זיצנדיג ביי די חנוכה ליכטעלעך און פרובירנדיג צו זעהן עפעס אין זיי וואס זאל וועקן, מאנען, ווארעמען, זעהט יעדער איד אין די לעכטעלעך אן אפשפיגלונג פון זיין לעבנסשטייגער. די שטראלן און ווארימע ליכטיגקייט שיינען אריין אין די טיעפענישן פון הארץ און ערוועקן כיסופים וגעגועין וואס מ’ווייסט צומאל נישט פון וועלכן קעמערל אין הארץ און מח קומט אט דער מאדנער הייליגער געפיהל.
זיץ איך און איך קלער אין די הלכה וואס חז”ל האבן אונז געלערנט, א גאר אינטערסאנטער דערהער. נר חנוכה באלאנגט צו צינדן ביים טיר צו די גאס, די הלכה איז זייער קלאר, ווייל די מצוה איז דאך צו מפרסם זיין דעם גרויסן נס וואס השי”ת האט מיט אונז אידן געטוהן.
נישט נאר דארף מען צינדן ביים טיהר נאר אויב האט מען צוויי טיהרן פון אנדערע זייטן דארף מען צינדן ביי ביידע מפני מראית עין, אז מ’זאל נישט זאגן אז דא וואוינט א איד וואס האט טאקע א מזוזה אויף די רעכטע זייט אבער קיין נר חנוכה זעהט מען נישט ביים לינקן זייט.
חז”ל שטעלן אפי’ אראפ גאר שטרענגע באגרעניצונגען אין דעם שיעור פון די הייעך פון דעם חנוכה ליכטל כדי ס’זאל זיין מערקבאר איר שיין פאר די גאס, און מ’זאל נישט האבן קיין טעות אין דעם צוועק פון די ליכטעלעך.
דערציילן אונז חז”ל אבער אז במקום סכנה ווען די גויים האבן נישט געלאזט צינדן קיין ליכט פאר די מצוה נאר פאר זייערע שמייליגע צוועקן איז די הלכה אז מ’לייגט דאס ליכטל אינדערהיים אפי’ אויפן טיש, און דערמיט יוצא מצות חנוכה.
עס איז וואונדערליך ביז גאר, די גאנצע מצוה פון פרסומי ניסא, מיט אלע דעטאלן וואס דארף זיין כדי טאקע מפרסם צו זיין דעם נס פאלט אוועק און מ’איז יוצא מיט די ליכטעלעך אינדערהיים אויפן טיש. אנדערש ווי ביי אנדערע מצוות וואס אידן האבן זיך מוסר נפש געווען נישט אוועקצונייגן קיין כי הוא זה, און אודאי נישט צו טוהן עפעס וואס ענדערט די תוצאות פון די מצוה, איז ביי נר חנוכה דער עיקר פלוצים פארוואנדלט געווארן אינעם טפל, און דער גאנצער ענין פון פרסומי ניסא ווערט פארדעקט מפני הסכנה.
אט איז א לימוד וואס מיר לערנען פון די חסידישע ספרים אין דעם ענין.
דער איד וואס גייט ארויס אויף די טריפה’נע גאס און ער איז דארט מכריז אויף טריט און שריט זיין אנקער צו זיין מסורת אבות, און זיינע טיעפע ווארצלען וואס ציעהן חיות פון די הייליגע תורה און פון אונזערע רבי’ס און לערער וואס האבן אונז געלערנט וויאזוי זיך צו פירן אויף טריט און שריט, דרייט זיך ווי א שיינענדער ליכטעלע און איז מפרסם דעם גרויסקייט פון דעם אייביגן טאטן אין הימל, און זיין פאלק די עם סגולה די אידישע קינדערלעך. דאס איז דאך דער תכלית פון דעם איד אויסצורופן מיט שטאלץ זיין קשר צום גרויסן טאטן.
פארט איז דאס אלס נאר ווען דער איד איז ביי זיך גענוג געבויט, און גענוג שטארק צו בייקומען די ווינטן פון די גאס, און ח”ו נישט אליינס צוריק פאלן אין קיין שום געביט, אבער אויב ח”ו איז ער נאך נישט ביי די מדריגה, און ער קען חלילה מיטגעכאפט ווערן מיט די שטורמישע ווינטן פון די גאס, דאן זאל ער פארגעסן פון דעם וראו כל עמי הארץ נאר זיצן אינדערהיים און זיך שטארקן מיט די הייליגע תורה, און ח”ו נישט פרובירן צו גיין אין א דרך וואס קען אים ברענגען צו בלאנדזשען אין פרעמדע פעלדער.
—
זרח חאלעמאק איז אמאל געווען אונטערוועגנס, איז ער אריין געגאנגען זיך ווארימען אין א קרעטשמע און איבערשלאפן דעם נאכט דארט. זיין חבר ברוך האט מיט אים דארט גענעכטיגט, און נאך אפאר שעה אפזיצן און פארברענגען די צייט ווען ס’איז געקומען צייט זיך אביסל אפרוען די ביינער, פרעגט ברוך מיט גרויס וואונדער פון זרח’ן. זרח, פארוואס טוסטו דיר נישט אויס דעם מאנטל און גרויסן שאל און שטיוול? פארוואס זיצטו אזוי אנגעפעלצט? דא איז דאך אזוי ווארים אז מ’קען פארברענט ווערן ל”ע.
ענטפערט זרח מיט זיין שפיציגע חכמה, חא חא חא דו מיינסט איך בין עפעס סתם א נער? איך ווייס דאך יא אז אויפן גאס בושעוועט א ווינט, און ס’שנייט און ס’פראסטיג, וואס טוה איך ווען מ’דארף ארויסגיין? הא? איך וועל עפעס זיך לאזן פארקילן? נישט אומזיסט זאגט מען אז אן אייזל איז קאלט אפי’ אין חודש תמוז.
נו שוין, נאך א לאנגע שמועס מיט קלארע הסברים, האט זיך זרח געבראכן אז מ’דארף נישט זיצן מיטן פעלץ א גאנצן צייט, נאר מ’קען עס אנטוהן ווען מ’גייט ארויס פון טיהר, און זיך היטן פון די קעלט אויף די גאס דארף מען נישט דערפאר זיצן אין שטוב מיט אלע שמונה בגדים פון קאפ ביז פוס.
דער נאכט איז פארביי, און גאר באגינען האבן זיך זרח און ברוך געפעדערט אין וועג אריין וויבאלד זיי האבן נאך געדארפט גיין א לאנגע שטרעקע אנצוקומען אהיים. אינטערוועגנס האבן זיי געמוזט דורך פארן דעם טייך צווישן איין שטאט אין צווייטן וועלכע איז פארבינדן געווארן מיט א באן וואס פירט אריבער פאר א קליינעם אפצאל.
זרח און ברוך צאלן דעם בילעט אפצאל און זעצן זיך אריין אין וואגאן, מאכן זיך באקוועם. און זרח גיבט א שליידער אראפ דעם פעלץ דעם מאנטל, דעם אויבער ראק, ער טוהט זיך אויס די שטיוול, און אפי’ די זאקן נעמט אראפ פון די פוס צו טרוקענען. לאנט זיך אן אויפן לינקן ארעם און איז גרייט פאר א באקוועמע רייזע. קוקנדיג צו זיין רעכטס זעהט ער ברוך’ן זיצן מיטן פעלץ און די שטיוול ווארטנדיג דער באן זאל זיך אפשטעלן און ער זאל קענען גלייך אראפגיין און נישט שפעטיגן זיין אפשטייג.
זרח נעמט זיך לאכן אויפן קול און שרייט אויף ברוך’ן, נו! דו זעהסט שוין אויך איין אז זיצן אפי’ אין א ווארימע באן דארף מען האבן דעם פעלץ? הא? בין איך דיך יא אזוי קלוג ווי די מאמע פלעגט מיר אלס זאגן…
איז ברוך מסביר פאר זרח’ן. פארשטייסט נישט זרח, ווען מ’זיצט אין שטוב און מ’קען באשליסן ווען ארויס צו גיין פון שטוב און ווען נישט דאן איז זייער פשוט אז קיינער וועט נישט זיצן מיטן מאנטל גרייט פאר די קעלט א גאנצן צייט. אבער פארנדיג אויפן באן וואס קען זיך יעדע ליאדע מינוט אפשטעלן און מ’מוז זיין גרייט אראפצוגיין אין א קורצע וויילע וואס דער באן שטייט, ווייל אז נישט פארמאכט זיך די טיהר און מ’פארט ווייטער, דאן איז שוין יא מן הסדר צו זיצן אביסל אנגעפעלצט אין די ווארימקייט און אביסעלע ליידן פון די היץ אלעס נישט צו דארפן פלוצלינג לויפן מיט די בגדים אין די האנט און אזוי ח”ו ווערן פארקילט. פארשטייסטו מיין פריינט?
זרח’ס אויגן דרייען זיך מיט וואונדער, און ס’האט נאך גענומען א לאנגע צייט ער זאל באגרייפן דאס עמקות וואס זיין מוח’ל האט שווער באנומען.
– – –
לאמיר אראפשטייגן פון באן פאר א מינוט, און לאזן זרח’ן קומען צו זיך פון דעם שאק פון צופיל אינפארמאציע. מיר קענען דאך ביזדערווייל ציען פאראלעל צו אונזער טאג טעגליכן לעבן.
יא אמת, ווען דער אידל זיצט אינדערהיים און איז אינעם ווארימען שאטן פון די אייגענע שטוב, וואו ער איז באמת באקוועם, און ווייסט אז ביים טיהר איז דא א שאפע פאר מאנטלען און שטיוול און ער קען אלס אנטוהן די בגדים פאר ער גייט ארויס אין די קעלט, איז זייער גוט און זייער בא’טעמ’ט.
אויב אבער איז דער אידעלע אויפן באן, אויפן רוישיגן באן וואס קען יעדע ליאדע מינוט זיך געבן א האסטיגן שטעל אפ און מ’טרעפט זיך אין די קעלט האלב אויסגעטוהן, איז דאך זיכער און מן הנימוס צו זיין גרייט מיטן מאנטל אנגעטוהן און די שטיוול אויף די פוס גרייט פאר דעם פלוצימדיגן אפשטעל.
מיר גייען ארויס אויף די טריפה’נע גאס, און מיר ארבייטן ווייל אדם לעמל יולד, און דער רוישיגער באן פירט אונז ארום אויף די בריקן אין די פרעסטן, מיט וואס זענען מיר גרייט? צו זיצן מיר אויפן באן אנגעפעלצט אין פאל פון דעם האסטיגן אפשטעל, אדער זענען מיר ווי זרח חאלאמאק???
– – –
די חנוכה ליכטעלעך וואס מ’דארף צינדן ביים טיהר און שיינען צו די גאס, ווייזן די ניסים וואס השי”ת האט אונז געטוהן, זענען פאר אונז א וועג ווייזער אין דעם גאר הייקאלן ענין. אפי’ ביי אזא גרויסן ענין ווי א מצוה דרבנן פאר וועלכע אונזערע עלטערן האבן זיך מוסר נפש געווען אויף קידוש השם, האבן אונז אבער חז”ל געלערנט אז די סכנה פון די גאס איז ליידער אמאל אזוי גרויס אז מ’דארף פארקוקן אויף דעם און צינדן אינדערהיים.
איז פרנסה טאקע א וויכטיגע זאך, אבער דאס ביסעלע באקוועמליכקייט אוועקצוגעבן כדי צו בלייבן פארפעלצט און נישט ווערן פארקילט, איז דאך זיכער ווערד דאס נאכצוגעבן, און טוהן ווי חז”ל האבן אונז געלערנט אין אזא פאל, אז מפני הסכנה גיבט מען אויף אפי’ אויף אזא הייליגע מצוה און מ’איז משנה כ”ש וכ”ש בן בנו של קל וחומר ווען דאס ביסעלע וואס מ’פארלאנגט פון אונז איז עטוואס אומבאקוועם.
האטס א לעכטיגן חנוכה מיינע גוטע פריינד און גאנץ כלל ישראל.