איך בין דיינס (לכבוד די שמחה)

(געשריבן געווארן אינטערן רושם פון די שמחה ביי אונז אין שטוב מיטן געבורט פון מיין זון בשעטומ”צ)

איך בין דיינס
ווער איז מיינס
מיינס איז דיינס
וואס איז מיינס
אלעס איז דיינס
וויפיל איז מיינס

נישטא קיין מיינס
נאר א דיינס
א קינד א קליינס
זיך רופן מיינס
פארט איז דיינס
ווער נעמט אליינס

דערפאר טאטע מיינס
א לויב א שיינס
דו לאזט דיינס
זיך רופן מיינס
א נפש א ריינס
א נשמה א שיינס

טאטע מיינס
לאמיך האלטן דיינס
דאס קינד דאס קליינס
מיט פרייד און שיין’ס
און שטענדיג זיך פרייען מיט אים און מיט אלע, בסימן טוב ובמזל טוב אמן.

ווייס ליכטיג (פאעזיע)

ווייס ליכטיג
שיין ציכטיג
קליין געוויכטיג
שיינט דורכזיכטיג

באנעמט די גלידער
שוועבט איידל אנידער
מאכן קיין גערודער
ווי שטילע לידער

פינטעלעך, ברעקעלעך
קליינטשיקע פעקעלעך
רינדיקע, שטעקעלעך
שפיציגע, פלעקעלעך

שיינען אינעם נאכט
פאלן ווי אנמאכט
ווייסקייט א פראכט
ס’שמייכלט, ס’לאכט

דער גאנצער יקום
ארום און ארום
פארדעקט אומעטום
גלאט אן א מום

– – –

פוסעלעך באווייזן
טריטעלעך שפרייזן
וועגעלעך רייזן
צוריק אין גלייזן

אלסדינג אויפוואכן
לעכער פאראורזאכן
בלאטע אנמאכן
ווייסקייט פארשוואכן

אוי א פארלוסט
דאס ווייסקייט פארגלוסט
אליינס פארמיאוס’ט
אין תהום צוריק פליסט

אוי מענטשעלע דיינע טריט
גיב אכט, היט
באטראכט יעדע שריט
און אלס וואס קומט מיט.

דאס בילד (פאעזיע)

בראשית ביים אנהויבן
זיך געטון ערלויבן
א שטאב מעלער באצאלן
שיין אראפגעמאלן
געארבייט מיט געדולד
און געשאפן “דאס בילד”.

אריבער די צייטן
א מאשינקע גרייטן
באשיצט די זייטן
געשטעלט פונדערווייטן
פונקען צום לייכטן
א פלאסטיק א פייכטן
גענעכטיגט געהיטן
געפוצט געשניטן
געארבייט מיט געדולד
געשאפן “דאס בילד”

פארגעשריטן וויל מען
די הייקאלע פילמען
א מטבע שילמ’ן
אפשר געלונגען
א פאטאגראפיסט דינגען
צום עקספערט געטרויען
ערווארטונגען בויען
דעם פילם דעם רויען
ווארטן מיט געדולד
צוריקבאקומען “דאס בילד”.

פלוצים א כאאס
קיין בליצן, קיין שאס
יעדער האט דאס
דער פילם פארשטופט
יעדער שמויגער קליפט
רעזולטאטן אין א רגע
דער טעלעפאן נגע
יעדער ווערט א פגע
די אויג פארבלענד
מ’דרוקט דעם סענד
אן רחמנות גאר ווילד
אומגעראכטן “דאס בילד”

נמאס פון בילדער
נמאס פון געפילדער
פון אלעם ערשעפט
איבעראל סנעפט
א בילד אין א בליק
א אומשולדיג דרוק
פאר די וועלט א שיק
פון איין טעות אומשולד
די גאנצע וועלט זעהט שוין “דאס בילד”.

זיי נישט טועה
אלס געווען עין רואה
איינער קוקט
איינער שיקט
איינער דרוקט
איינער בליקט
דעליט קליקט
לאנג צעמזיק’ט
צעריסן צעפליקט
גייט נישט צוריק

חדש ימינו כקדם
נישט פאר יעדעם
העלפט אביסל תשובה
חרטה קבלה עזיבה
בילד פארמעקט אינגאנצן
ווי ניי גלאנצן
בנים למקום
כנייר חדש נמחקים
השיבנו ד’ אליך
רחם על בניך

אז מען לייגט אריין – נעמט מען ארויס (פאעזיע)

א געווינס באגערן
נאר מעגליך דעראבערן
אז איר קריגט

אויך שייך דערלייגן
כדי צו שטייגן
צו ווערן באזיגט

***

א לאטערי געווינען
מיט מזל דערינען
א טולער דערלייג

קענסט נישט פארנעמען
דעם רובל פארשוועמען
העלפט מזל א פייג

***

קריגן דעם לוין
א פארמעסט קרוין
מוזט קענען פארלירן

ווייל א געווינס
איז קיין געפינס
יגעתי מצאתי שפירן

***

אויפן שפיץ בארג
דערגרייך אן זארג
דארפסט נאר קריכן

פאל דורך איינמאל
ווי איידער קיינמאל
הצלחה צו זוכן

***

מצליח אין געשעפטן
מיט מזל באהעפטן
א בינטעלע דאלארן

אז לייגסט אריין
קען מעגליך זיין
הצלחה צו שארן

***

נחשון איז געשפרינגען
און אזוי געלונגען
דער וואסער געשפאלטן

פתחו לי פתח
קליין א טפח
הצלחה צו דערהאלטן

***

יגעת מצאת תאמין
מיט תפילה צוזאמען
א טראפיטשקע יגיעה

גארטל די לענדן
א פרוטה’לע שפענדן
פארמיידן די מניעה.

צוויי ריזן

צוויי ריזן
וואנדערן מוזן
מיט א קינד אויפן אקסל צו א ווייט ארט

גייענדיג געשווינד
פרעגט ביים קינד
זאג מיר מיין קינד וואס זעהסטו דארט

דאס קינד זאגט פונקטליך
ביימער פעלדער און פינטלעך
דער ריז זאגט קינד מיינס זאג ווען דו זעהסט א הייזעלע

דאס קינד איז זיך מטריח
שטעלט זיך אין די הייעך
ביז ער זעהט און זאגט איך זעה דעם ציל פון אונזער רייזעלע

נענטער זעהט מען בעסער
דאס הויז ווערט גרעסער
א פאלאץ א שיינער גאר א פראכט

מיט פרייליכע געמיטער
דאס קינד פון אקסל א נידער
און צוזאמען אין פאלאץ שיין פארבראכט.

דער צווייטער ריז
אויפן אנדערן זייט איז
מיטן קינד אויפן אקסל אויך אויפן וועג

קינד מיינס קוק ווייט
אויף יעדע זייט
זאג מיר ווען דו זעהסט א הייזקע אויפן שטעג

דאס קינד זאגט צום טאטן
איך קוק אויף אלע זייטן
נישטא קיין זכר, דו ביזט אויפן פאלשן דרך

קינד מיינס דעם וועג קען איך
נישט דאס פרעג איך דיך
זאג נאר ווען דו זעהסט אן הויז ווי ווייט בערך

ווען דאס קינד קען נישט פארשטיין
דער טאטע רעדט צו אים שיין
קינד מיינס איך פיר דיך דו ביזט טאקע אויף מיר העכער

אבער פארן ארויסגיין
האב איך דעם וועג שטודירט פיין
סך הכל וויל איך זאג מיר ווען דו זעהסט די דעכער

ווען דאס קינד לאזט זיך נישט
דעם טאטען ער דרייט און מישט
דער טאטע לייגט אים אראפ אין די זייט אליין

קינד מיינס אז דו קענסט אזוי גוט אליינס
פרוביר וויפיל דו קענסט דו קליינס
און דאן לאמיר זעהן ווי דו וועסט פארשטיין

– – – –

אונזערע חכמים ראשונים כמלאכים
אלס וואס מיר ווייסן אויפן אקסל פונעם חכם
מיר זעהן ווייטער די צייטן טוען זיך בייטן

מיר זעהן אמאל מיט א קלארקייט
זיצנדיג אין די הייעך באקוועמערהייט
דאס וואס זיי האבן געוואוסט פונדערווייטן

וואס זאגט דאס קינד, דער חכם
טאטע איך גיי אין דיינע דרכים
כאטש אויף דיין אקסל טו איך זיצן

איך זעה א בילד א קלארן
וואס צוריק מיט יארן
האסטו מיט דיין חכמה שוין קלאר געטון וויסן

אז איך האלט מיך צו די דירעקציע
נאר מיט דיין לעקציע
וועל איך אנקומען שנעל און גרינג

אנדערש איז דאס נאריש קינד
קוקט אראפ אויפן טאטן אצינד
ער שפירט זיך העכער פון אלסדינג

די חכמים זאגן אזוי, אבער איך זעה נישט
איך זעה דאך ווייטער, זיי זענען צעמישט
איך זעה נישט קיין הויז, איך מוז טוישן ליניע

אז איך זעה נישט עפעס ווי קען עס דען זיין
איך בין דאך אזוי הויך, טראץ איך בין קליין
אויף די אקסל פונעם ריז בין איך קיין קטלא קניא.

נישט אלעס זעהסטו מיין קינד פון די נאנט
די חז”ל האבן געלערנט און פירן דיך ביי די האנט
אויב גייסטו אליינס וועסטו ווייט פארקריכן

געדענק אז וואס דו זעהסט, האבן זיי געוואוסט פריערט
און וואס דו זעהסט נישט, פון דעסטוועגן עקזיסטירט
נאר גלייבן דארפסטו זיין מוכן.

אמונת צדיקים פירט אונז טון מיר איבערצייגן
ביז אהער קיינמאל געטון דערלייגן
נישט אלעס זעהן מיר אבער זיי האבן געוואוסט

אלזא ווען דו זעהסט שוין אביסעלע ווייל דו ביזט נענטער
ווער נישט העכער ביי דיר ביזט נאר מער אין צענטער
און פלאג דיך נישט אויף נייע וועגן, דיין פלאג איז אומזיסט

(אין ליכט פון די הקדמה צום ספר הברית)