הרה”ח הגאון ר’ שמואל בער גאטליעב ז”ל מוהל מומחה, מחסידי קלויזנבורג, נפטר היום וזה מה שכתבתי בהערכתו על אייוועלט.קאם
—
אויסער וואס איך בין שוין יארן מקנא דעם יוד’ס התמדת התורה, האב איך א אינטערסאנטע געשיכטע מיטגעהאלטן אין נאנאשער ביהמ”ד מיט אים.
איך פלעג אסאך זיצן אין נאנאש, מ’האמיר דארט געהאט אין א געוויסע תקופה חברותות, מער פאר ביינאכט, ווי ליל שישי, וכדו’, און אויבן (ווער ס’געדענקט נאך נאנאש אין די בראשית יארן, דעם ווייבער שול דיינינגרום) פלעגן זיצן די צוויי תלמידי חכמים מובהקים הרב חיים הלל היללער שליט”א, פון וועם איך האב ב”ה אסאך געלערנט, און פיהל מער (וואס איך וואלט ווען געקענט לערנען פון אים) נישט געלערנט. מיט זיין חברותא הרב בנימין זאב הערשקאוויטש שליט”א. די צוויי פלעגן דארט אפפראווענען די נעכט הויך אויפן קול, און ר’ בנימין זאב מיט “רויך אויפן קול”. אזוי אז ס’האט זיך געגלוסט צו זיצן דארט.
אמאל אמאל האט זיך געמאכט אז ווען ס’געווען א יומא דפגרא, ווי למשל בין הזמנים וכו’ פלעגן מיר דארט זיצן אויך איבערן טאג, צוליב די געוויסע אייגנארטיגקייטן פון דעם פלאץ.
יעדן טאג 1:00 פלעגט זיין א מנין מנחה, צו וועלכן עס פלעגן קומען אלע אלטע אידן. היינטיגע צייטן ווען מ’בארופט זיך אויף עידזשעס, איז עס געווען לכאורה די עידזש פון תרפ”ט אין מונקאטש…
צווישן די אידן איז נעבעך געווען פארשידנס, געווען אזוינע וואס זענען געווען ווארימע חסידישע און תלמידי חכמים, און אויך איז געווען אזוינע אויף וועם מ’האט דערקענט דעם כל זמן שמזקינים אויפן אומבאקוועמען שטייגער. מיר האבןר עספעקטירט יעדן עקסטער וויסנדיג אז זיי קומען נעבעך פון גאר א שווערן יוגנט, נאר אלס געטראכט, וואס וועלן מיר ענטפפערן ווען מיר וועלן זיין אלט, און האפנטליך נישט דורכגיין קיין קריג? ווען א יונגער אייניקל וועט מיר פרעגן א פשוט’ן מחבר, און איך וועל נישט וויסן, וואס וועל איך זאגן? די באבע איז שולדיג???
אלנספאלס פלעגט 12:00 אזייגער שוין אנקומען א טשערעדע מיט אלטע עידזש זיידעס, און זיך אראפזעצן בייםאפענעם סידור אויפגעמישט ביי וידבר, מ’פלעגט זיךאיינער דעם צווייטן אינטערזאגן דעם פעידזש נומער וואו צו מישן, און מאנכע פלעגן ארויפלייגן דעם גראבן פינגער און טייטלען אויפן ו’ פון וידבר, אוואו דער מלמד וואלט געשטאנען מיט א קאנטשיק און געהיטן.
איז דאך אבער נאך 12 און דער מנין איז אום איינזע, פלעג מען אזוי מיט די פינגער איינגעשטעקט און דעם בריל אויפן שפיץ נוניע אנהייבן פארפירן א שמועס איבער די דברים העומדים על הפרק, און ביי דעם פרק וואו די אידן האבן געהאלטן איז ע”פ רוב געווען דאקטאריי און פאציענטעריי, מ’פלעגט זיך פארציילן עובדות פון היינט און פון נעכטן, וואס דער דאקטאר האט געראטן, און וואס מ’האט אים געענטפערט, ווער מיט חוצפה און ווער מיט עזות, און ווי אויך מיט געוויסע פחד פון זיין פסק.
דער שמועס פלעגט אנהאלטן גאנצע 59 מינוט אויפן זייגער, ווען פלוצלינג האט דער גרויסער מעשענער וואנט זייגער געשלאגן איינס זירא זירא, און פלוצלינג ווי א ווינט האט זיך אנגעהויבן א געיעג, נו! נא! וידבר! מ’דארפמער א נייע בעל תפילה, קיינמאל נישט צייטליך, וכו’. מיט כעס און חימה האט זיך געטון דארט אויף טיש און אויף אויסגעריבענע בענק.
מ’האט אפגעדאוונט א מנחה פארן באשעפער, געיאגט און געזאגט (נישט אויסגעלאזט קיין ווערטער, און ביים אריבערמישן למשל אויב האט מען געהאלטן ביי תקע בשופר, און גדול איז שוין געווען אויפן נעקסטן פעידזש, אבער דער אינטערשטער חלק פון סידור איז דאך שוין געווען א צופיל געמישטער, האט א אידל געקענט שטיין און גלעטן דעם בלעטל ביז ער האט ארויסבאקומען א קלארן שופר, כדי נישט טועה צו זיין, און נאר דעמאלס אריבערגעמישט זעהן וואס קומט היינט פאר אויפן צווייטן זייט בלאט. #בכל יום כחדשים)
איין טאג, נאך מנחה, ווען דער עולם פון די עלטערע כיתה האט זיך צוריק געזעצט שוין רואיגער נאכן האבן געענדיגט דעם וויכטיגן טעסק פון דאווענען, און צוריק אריין אין די דיסקוסיעס וואו מ’האט געהאלטן (שטייצעך נאר די וואס האבן נאך געדענקט. ווען נישט האט מען אנעהויבן א פרישן שמועס) שטעלט זיך אויף אונזער חשובער תלמיד חכם הרב גאטליעב ע”ה און קלאפט אויפן טיש…
אלע אויערן זענען געוואנדן צו אים, עס איז נישט זיין שטייגער אריינצורעדן אין די נושאים וואס מ’דיסקוסירט, און אלע אלטע אידן האבן שנעל שטילערהייט אנגעשטעלט די ברילן אויף 90 דעגרי שיעף ארויף זייטיג קיין דרום, נישט צו פארפאסן א מינוט פון דעם אינטערסאנטן עפיזאד.
הרב גאטליעב נעמט זיך זאגן בערך אזוי: מיינע טייערע חברים. וואס גייט דא פאר מיט אייך? מיר אלע שמעקן שוין פון בית החיים, און מיר האלטן נענטער ווי ווייטער, און אנשטאט זיך צו זעצן לערנען, אדער אויב קען מען נישט לערנען כאטש זיצן און זאגן תהלים א גאנצן טאג, זיצט מען און מ’פארברענגט אין די פארקס. איר שעמט אייך נישט? (זיינע ווערטער) ווואס וועט איר ענטפערן אויף יענע וועלט? ווער ווייסט ווי לאנג אונז זענען מיר נאך דא?
פארברענגט נישט די פאר טעג וואס איר האט נאך מיט שטותים און הבלים, נעמט אפיר א ספר, א גמרא, א תהלים, און טוט וואס איר קענט זיך צו גרייטן צום יום הדין.
וואס קען איך זאגן? וואס זאל יאך זאגן? דאס פלאץ האט אויסגעזעהן באמבאדירט. אלע זענען געזעצן נעבעך אראפגעלאזט די קעפ, און מאנכע האבן זיך אינטער געשליכעצט מיט טרערן נעבעך. דאס הארץ איז מיר אויסגעגאנגען פאר די אידן וואס זענען נעבעך אזויפיל דורך אין לעבן, און דא כאפן זיי אריין ברבים אז מין פסק, און זיי שפירן נישט פאר וויכטיג זיך צו פארענטפערן נאר פארבייגן די קעפ און וויינען, און קלערן, און טראכטן, און ווער ווייסט וואס לויפט דורך אין די מוחות זייערע.
הרב גאטליעב האט זיך צוריגעזעצט צו זיין טישל אויף וועלכן ער האט פארענדיגט שוין דעמאלס 13 מאל ש”ס, און ווייטער הויך אויפן קול אנגעהויבן לערנען, און אויף די אנדערע זייט שוהל האבן זיך די אידעלעך צוביסלעך ארויסגעשארט פון ביהמ”ד על השטעקן ועל המשענה, און מיט דעם האט זיך עס געענדיגט. עכ”פ איך האב געמיינט אזוי.
איין אידל איז געבליבן אין ביהמ”ד א גאר באחן’טער אידל, פוהל מיט לעבהאפט און נעבעך אויך פון די וואס האבן ביי די מלחמה יארן ווען געזאלט זיצן אין ביהמ”ד אין ישיבה, און אזוי ארום געבליבן א גרויסער ע”ה. און דער אידל האט זיך צוגעשארט צו אונזער חברותא און זיך גענומען רעדן אביסל פון הארצן. און דאס איז געווען אוואו א האמער אויף א האק, ממש איך בין ארויס צעשויבערט יענעם טאג, און נישט געוואוסט וואס ערשט צו טוהן.
דער אידל האט זיך גענומען זאגן: יא יא בחור’לעך, וויסן זאלט איר אז ס’איז נעבעך אמת יעדעס ווארט וואס ער זאגט, מיר זענען ליידער אין א גאר שווערן שרעקליכן מצב, נישט לערנען נישט תהלים, נישט גארניש, מ’ווארט מיר דער טאג זאל פארביי גיין. יעדן טאג ווען ס’הייבט זיך אן דער טאג פאנגט זיך אן א שווערע מערכה עס דורך צו שטופן, און ווען דער נאכט פאלט צו קומט די שווערערע מערכה דורכצושטיפן שלאפלאזע נעכט, און אזוי גייט אריבער אונזער צייט…
אוי ווען איך קען ווען צוריק דרייען וואלט איך גענומען א גמרא און זיך דערמיט באהאלטן ערגעץ און נישט אוועק געגאנגען דערפון אפי’ נישט פאר די וויכטיגסטע מענטשליכע געברויכן. איך וואלט מיך דערפון קיינמאל נישט אוועקגערירט, היינט קען איך א תהלים נישט עפענען, די אויגן שווינדלען מיר פון קוקן, און דער מח פארטראגט מיר נישט קאנצענטראציע. איך געדענק נאך איין מימרא פון די גמרא אין מס’ מגילה וואס איך האב געלערנט ביי די 15 יאר, און דאס געדענק איך א גאנץ לעבן (ער האט מיר געזאגט די מימרא אבער איך געדענק עס נישט, עפעס וועגן אחרי רבים להטות מיין איך). הלואי ווען איך געדענק ווען נאך אפאר אזוינע מימרות…
דער איד האט נעבעך געוויינט אן טרערן, גערעדט גראד פון הארץ אן קיין ציין און ליפן אפהאלט, עס האט זיך געגאסן מרה ווי אויף א זאלץ ברעטל. און מיר האבן מיטגעוויינט מיט אים פארשטייט זיך נאר אינעווייניג. מיר האבן אים מחזק געווען אז ער האט די נומערן אויפן האנט און מיט דעם וועלן זיך אלע טויערן עפענען פאר אים, אבער ער האט געשריגן נעבעך:
וואס האב איך דערפון??? וואס טוה איך יעצט??? איך גיי אויס פאר ליידיג גיין!
עס דערמאנט זיך מיר די שרעק, די אנגסט, די אומעט, און שטארקער רצון וואס האט זיך אין מיר אנגעצינדן מאמענטאל אלע אויף איינמאל, און א פעסטע החלטה אז איך וויל נישט אויסזעהן אזוי, און האפנטליך זיין א זכות פאר די אידן נעבעך אז זיי זאלן אנקומען צו מנוחה נכונה, און די וואס לעבן זאלן האבן לעכטיגע טעג מיט נחת און געזונט…
אבער וואו האלטן מיר היינט??? א קשי’ פאר זיך… ס’איז שרעקליך ביז גאר.
יהא זכרו ברוך