ווען היינט איז ווען נעכטן. . .?!

איין קינד …צוויי קינד . . . דריי קינד . . . זיבן קינדער!!!
דער מוח פון דעם אלגעמיינעם מענטש פארטראגט נאר אזויפיל וויפיל עס פארטראגט, און אמאל זעהט מען זיך ארום אז דער מח איז אין א שטילשטאנד, אין א מצב פון באהילפלאזיגקייט, און אומבאשרייבליכע פיין וואס פירט איר אריין אין א מצב פון שאקירנדע שלאף.
מיינע טייערע ברודער. איר האט דען נישט געוואוסט אז איך וועל מיך נישט קענען איינהאלטן פון שרייבן? איר האט דען געקלערט אז אזא שרעקליכע טראגעדיע וועט דורך גיין אן אויסגיסן די מחשבות אויפן פאפיר? 
איך גיס מיינע געפילן אויף פאפיר ווייל איך שרעק זיך זי צו האלטן אין מוח.
איך גיס מיינע מחשבות מיט טינט, ווייל באשאפן זענען זיי פון טרערן און בלוט.
אלס ווייל איך בין א איד און איך הער א ווידערקול פון א קול רעש גדול וואס מאנט און פארלאנגט. . . פון מיר! נישט פון אייך! נישט פון יענעם! נישט פון אונז! פון מיר!!!
וואס איז געווען פרייטאג?

אינגאנצן  איז עס געווען איין טאג פריער, עטוואס ווייניגער פון 12 שעה, ווען ביי די משפחת ששון האט מען זיך געגרייט צום שבת קודש. מ’האט זיך געזארגט אנצוקומען צום זמן אין צייט. מ’האט געגרייט א באשטימטע צאל ליכטעלעך צום צינדן, וועלכע רעפלעקטירן א משפחה פון אכט זיסע לעכטיגע קינדערלעך.
א געזונטע מאמע איז ביי די ליכטעלעך געשטאנען און געדאוונט פאר די קינדערלעך, נישט פאר איינס, נאר פאר אכט! 
די קינדערלעך האבן געזאגט גוט שבת און מיט א ליכטיגקייט אויפן פנים געווארט אויף דעם געוויינליכן שיינעם שבת טאג.
איך מיש אריבער אפאר שעה, איך וויל זיך דא אפשטעלן,  אבער דאס געוויסן לאזט נישט! עס שרייט: מיש ווייטער! דאס בלעטעלע איז דורכגעווייקט! קוק נישט! באמערק נישט! ס’איז נישט אינטערסאנט! ס’איז צו שרעקעדיג!
איך האלט זיך נישט אפ, און לויף צום זמן מוצש”ק. פון די אכט שיינענדע ליכטעלעך איז פארבליבן א צאנקנדיג ליכטל, און א צעקלאפטע מאמע!
זיבן ליכטעלעך פארלאשן, פארשניטן, פארביי, נישטא מיט אונז מער!
זאל איך רעדן ווי א שוואכע פרוי וועלכע וויינט פון א שאקירנדע מעשה ביכל? זאל איך שווייגן? וויאזוי טוט מען דאס?
– – –
ווען היינט איז ווען נעכטן, וואס וואלט איך אנדערש געטוהן אויב זענען מיינע מעשים א פאקטאר?
ווען היינט איז ווען אייער נעכטן וואס וואלט איך געטוהן אויב גיבט מען מיר די ברירה?
וואלט מיך געקימערט די טייערע ששון משפחה?
וואלט איך געטוהן אלס וואס נאר מעגליך ווען א קינד’ס לעבן הענגט? און ווען זיבן???
– – – 
אלזא נאכן טראכטן, און קלערן, האב איך מיך דערקלערט צום אינטערשטן שורה!
מיינע טייערע ברודער: היינט איז נעכטן! פאר מארגן!!!
זענען  מיר גרייט פון עטוואס באקוועמליכקייט אוועקלייגן אויב קען דאס זיין לזכות פון דעם מארגנדיגן טאג?
אדער זענען מיר נאר גרייט צו באוויינען דעם נעכטיגן טאג?
אפשר דאך ווען מען ווייזט אונז א מארגן, דארפן מיר לערנען אז יש מחר לאחר זמן! עס וועלן כסדר זיין מארגן’ס! אפשר לוינט אנצופילן א קישעלע מיט פעדערן און סחורה צו פארמיידן א קלאפ ווען עס זעהט אויס אומפארמיידליך. 
– – –
ווען א איד’ס פערזענליכע טראגעדיע ווערט יעדנס נייעס, איז דאס נישט פאר א סיבה? זאלן די נייעס טראגער  און ברענגער נישט האבן מער קיין  ברעכעדיגע נייעס און זיך דארפן פלאגן צו האלטן געשפאנט דעם עולם מיט וועטער באריכטן פון די ווייטע מעקסיקא. לאמיר צוזאמען טוהן א פעולה לטובה לעילוי נשמות די הייליגע אידישע קינדערלעך שעלו על מוקד בעצם יום השבת קודש. תהא נשמתם צרורה בצרור החיים.

מאנראו  באס דררייווער – באהאלטענער נגיד

איר הערט גוט! עס איז נאך א האלבער סוד, אבער די מער געלונגענע ווייסן דאס שוין א צייט, אז איינער פון די פשוט’ע דרייווער’ס וואס אזוי פאר די גאס מאכט ער א רושם ווי סתם א געלונגענער באס דרייווער וועלכער ארבייט פאר די פאר טולער, איז גאר א עושר מופלג, און פארמאגט נכסים מער ווי דאנאלד טראמפ ודכוותי’.
איך אליינס האב מיך ממש נישט געקענט גלייבן ווען איך בין געוואיר געווארן די נייעס, ס’איז מיר געווען נישט נאר חידושים, נאר א ווערימל פון קנאה האט זיך פארגנב’ט, הלמאי איך גרויסער ביזנעס מאן, קוק אלס אזוי פון אויבן אראפ (נישט אז איך קוק נאר איך וואלט געקענט ווען קוקן אויב האב איך שלעכטע מדות) ווי דער פירט מיך פאר אפאר טולער, און דארף נעבעך זיך אויסקומען מיט די שעשני כרצונו’ס  און שלוישעני אישה’ס יעדן טאג אויפן באס, אלעס פאר אפאר אפגעריבענע גרייצער. און דא ווער איך געוואויר אז דער איז גאר א איד א גביר, וואס זיצט אויף נכסים ווערד קרוב צו 4 ביליאן דאללער… איר הערט? מיט א ב’… און איך וויצל גארנישט. 
איך האב אויך קודם זיך פרובירט צו בארואיגן אז ס’איז איברעגעטריבן, און קען גארנישט זיין אמת. און אפי’ ווען איך בין שוין יא געוואויר געווארן דורך קראנטע מקורות אז ס’איז יא וואר האב איך זיך בארואיגט אז ער האט זיכער מארטגעדזשעס קעגן די גאנצע פארמעגן, סקען דאך אנדערש נישט זיין. ווער איך געוואויר אז אפי’ אויף די געביידעס וואס דער פארמאגט מארטגעדזשעס, איז ער נישט דער וואס צאלט דערפאר, ער האט אנדערע וועלכע צאלן די פעימענטס און נעמען קעיר פון אלס ארום און ארום.
….
וויאזוי בין איך געוואויר געווארן דעם שרעקוועדיגן סוד? ווען איך בין עס געוואויר געווארן בין איך נישט גראד געווען נאאיוו צו גלייבן, איך האב מיט גרויס סקעפציזם זיך פרובירט אליינס אפצופרעגן, און שוין שיער מצליח געווען. אבער נאך עטליכע גאר גרונדליכע פארשונגען האט מיר דער אמת געפאטשט אין פנים ווי א פעדער אויף א האן, אז פארפאלן, איך בין גאר דער נעבאכדיגער ארבייטער וועלכער ווערט יעדן טאג געפירט צו די ארבייט ווי א אומבאהאלפענער ראובאט, דורך א אידל א נגיד וועלכער לאכט זיכער אין די פויסטן פון מיר.
איי איי איי האט מיר נישט געשמעקט דער עסק, איך מאך א שווייג און פארצייל נישט פאר קיינעם יענעמס הצלחה, איך פארגין אים פשוט נישט דעם כבוד. אבער איך זעה אז ס’רינט שוין ארויס סיי ווי צו די פובליקום וויל יאך נישט פארפאסן די געלעגנהייט צו ווייזן אז איך האב אויך געוואוסט.
אלנספאלס מ’וועט בקרוב לכאורה הערן מער דעטאלן איבער דעם ענין, און געדענקט אז איך האב אייך שוין דערציילט דערוועגן.
איר האט געמיינט אז איך מאך א וויץ? אמת? איר האט געווארט צו לייענען ביזן סוף און געוואויר ווערן עפעס א נקודה אדער א השקפה, אדער סתם א דזשאוק? הא? ס’איז גאר נישט קיין וויץ, ס’איז גאר ערנסט. און אויב גלייבט איר מיר נישט קומט און צייגט אייך איבער.
פארט מיט אים איין טאג וועט איר זעהן פאר וועם מאנהעטן באלאנגט!!!
די שמאלע געסעלעך, די ריזיגע בנינים, אלעס אלעס, אלעס באלאנגט צו אים, עכ”פ ווילאנג ער פארט דארט פארביי… נאכדעם ווייס איך שוין נישט, אבער דעם נעקסטן טאג ווען ער קומט צוריק איז עס ווידער זיינס… איך שטעל אים אויף חזקה, אז טראץ וואס ער צאלט נישט די פעימענטס האט ער א יד ושם אין דעם הויפט שטאט פון אמעריקא’ס פינאנציעלע וועלט.
א פרייליכן פורים