איין קינד …צוויי קינד . . . דריי קינד . . . זיבן קינדער!!!
דער מוח פון דעם אלגעמיינעם מענטש פארטראגט נאר אזויפיל וויפיל עס פארטראגט, און אמאל זעהט מען זיך ארום אז דער מח איז אין א שטילשטאנד, אין א מצב פון באהילפלאזיגקייט, און אומבאשרייבליכע פיין וואס פירט איר אריין אין א מצב פון שאקירנדע שלאף.
מיינע טייערע ברודער. איר האט דען נישט געוואוסט אז איך וועל מיך נישט קענען איינהאלטן פון שרייבן? איר האט דען געקלערט אז אזא שרעקליכע טראגעדיע וועט דורך גיין אן אויסגיסן די מחשבות אויפן פאפיר? 
איך גיס מיינע געפילן אויף פאפיר ווייל איך שרעק זיך זי צו האלטן אין מוח.
איך גיס מיינע מחשבות מיט טינט, ווייל באשאפן זענען זיי פון טרערן און בלוט.
אלס ווייל איך בין א איד און איך הער א ווידערקול פון א קול רעש גדול וואס מאנט און פארלאנגט. . . פון מיר! נישט פון אייך! נישט פון יענעם! נישט פון אונז! פון מיר!!!
וואס איז געווען פרייטאג?

אינגאנצן  איז עס געווען איין טאג פריער, עטוואס ווייניגער פון 12 שעה, ווען ביי די משפחת ששון האט מען זיך געגרייט צום שבת קודש. מ’האט זיך געזארגט אנצוקומען צום זמן אין צייט. מ’האט געגרייט א באשטימטע צאל ליכטעלעך צום צינדן, וועלכע רעפלעקטירן א משפחה פון אכט זיסע לעכטיגע קינדערלעך.
א געזונטע מאמע איז ביי די ליכטעלעך געשטאנען און געדאוונט פאר די קינדערלעך, נישט פאר איינס, נאר פאר אכט! 
די קינדערלעך האבן געזאגט גוט שבת און מיט א ליכטיגקייט אויפן פנים געווארט אויף דעם געוויינליכן שיינעם שבת טאג.
איך מיש אריבער אפאר שעה, איך וויל זיך דא אפשטעלן,  אבער דאס געוויסן לאזט נישט! עס שרייט: מיש ווייטער! דאס בלעטעלע איז דורכגעווייקט! קוק נישט! באמערק נישט! ס’איז נישט אינטערסאנט! ס’איז צו שרעקעדיג!
איך האלט זיך נישט אפ, און לויף צום זמן מוצש”ק. פון די אכט שיינענדע ליכטעלעך איז פארבליבן א צאנקנדיג ליכטל, און א צעקלאפטע מאמע!
זיבן ליכטעלעך פארלאשן, פארשניטן, פארביי, נישטא מיט אונז מער!
זאל איך רעדן ווי א שוואכע פרוי וועלכע וויינט פון א שאקירנדע מעשה ביכל? זאל איך שווייגן? וויאזוי טוט מען דאס?
– – –
ווען היינט איז ווען נעכטן, וואס וואלט איך אנדערש געטוהן אויב זענען מיינע מעשים א פאקטאר?
ווען היינט איז ווען אייער נעכטן וואס וואלט איך געטוהן אויב גיבט מען מיר די ברירה?
וואלט מיך געקימערט די טייערע ששון משפחה?
וואלט איך געטוהן אלס וואס נאר מעגליך ווען א קינד’ס לעבן הענגט? און ווען זיבן???
– – – 
אלזא נאכן טראכטן, און קלערן, האב איך מיך דערקלערט צום אינטערשטן שורה!
מיינע טייערע ברודער: היינט איז נעכטן! פאר מארגן!!!
זענען  מיר גרייט פון עטוואס באקוועמליכקייט אוועקלייגן אויב קען דאס זיין לזכות פון דעם מארגנדיגן טאג?
אדער זענען מיר נאר גרייט צו באוויינען דעם נעכטיגן טאג?
אפשר דאך ווען מען ווייזט אונז א מארגן, דארפן מיר לערנען אז יש מחר לאחר זמן! עס וועלן כסדר זיין מארגן’ס! אפשר לוינט אנצופילן א קישעלע מיט פעדערן און סחורה צו פארמיידן א קלאפ ווען עס זעהט אויס אומפארמיידליך. 
– – –
ווען א איד’ס פערזענליכע טראגעדיע ווערט יעדנס נייעס, איז דאס נישט פאר א סיבה? זאלן די נייעס טראגער  און ברענגער נישט האבן מער קיין  ברעכעדיגע נייעס און זיך דארפן פלאגן צו האלטן געשפאנט דעם עולם מיט וועטער באריכטן פון די ווייטע מעקסיקא. לאמיר צוזאמען טוהן א פעולה לטובה לעילוי נשמות די הייליגע אידישע קינדערלעך שעלו על מוקד בעצם יום השבת קודש. תהא נשמתם צרורה בצרור החיים.
Advertisements

One thought on “ווען היינט איז ווען נעכטן. . .?!

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s