דער זייגער מאכער פון טיטוס

דער זייגער מאכער פון טיטוס.

האב איך מיטגעהאלטן א אינטערסאנטן פאראדאקס, ווען דער אידל וואס טיטוס האט געדינגען צו פארשווייגן די מאסקיטא אין זיין מוח, האט געכאפט א דרימל קעגן איבערן שול וואו איך דאוון, בעת ווען אלע זייגערלעך האבן געקלינגען אויפן העכסטן.

איך האלט אז דער אידל  האט עפעס העכערע כוונות מיט די גאנצע זייגער קלינגעריי. אדער איז ער גאר שטארק מיד, און פרובירט זיך האלטן אויף דערמיט. אדער האט אים טאקע טיטוס געדינגען צו פארשווייגן די מאסקיטן. אדער גאר טראכט איך איז ער גאר א באהאלטענער צדיק וועלכער איז מליץ טוב אויף די אידן וואס פארשלאפן צופרי דעם זייגער, און קומט אונז לערנען אז אפי’ ווען 100 זייגערס קלינגען אויף אמאל און מ’זיצט אויף א שטיין אויף די גאס, מיטן גאנצן האב און גוטס אויפן טיש עכ”ז קען מען פיין פארשלאפן.

איך בין דאך א חסידיש’ער איד, און איך קען די א’ ב’ פון פראקטיצירן אידישקייט, און איך האב שוין לאנג אויסגערעכנט אז קיין געלט מאכט דער נישט, עס מוז זיין עפעס א גאר טיעפע, אדער שרעקליך אויבערפלעכליכע סיבה צו זיין גאנצן זייגער מאכעריי.

איר האט באמערקט וועלכע זייגער’ס ער פארקויפט דארט? איך מיין ער ווייסט בכלל נישט אז עס איז א נייע עפאכע, ער פארקויפט שוין די זעלבע חפיצים דרייסיג יאר, און ס’זעהט נישט אויס ווי מ’דארף ריארדערן. גאר אינטערסאנט דער אידל.

ס’גוט אים אמאל צו שטיצן, ער שטייט דאך פארט פארן ביהמ”ד און קיין חילול ד’ איז נישט ווען מ’גיט צו לייזן פאר א איד אפאר טולער אמאל, אבער אינטערסאנט בלייבט עס פארט. איך קען נישט דערגיין פארוואס די זייגערס קלינגען? אה איך טראכט נאך א סיבה, קען גאר זיין אז ער וויל ווייזן אז די זייגערלעך ארבייטן. ווי מער איך טראכט אלס מער שטעלט זיך עס אויפן שכל, ווייל אויסערליך זעהן אלע זייגערליך אויס אפגענוצט. 

שוין אבי געשריבן א גאנצן הספד און צום סוף קומט דאך אלעס צוריק צום הוי דן לכל אדם לכף זכות. געלונגען!