עס איז דער שניט סעזאן פון יאר, און דער פארמער נעמט ארויס זיין בענאק’ל אויסלערנען וויאזוי זיך צו באגיין מיטן שניט פון די פריש געוואקסענע זאנגען וועלכע מ’דארף דערנאך פארוואנדלען אין זעקלעך ווייץ און פארקויפן אויפן מארק. דער יריד טאג איז נאענט, די סוחרים צאלן פאר די גוטע סחורה, און מ’דארף אהער שטעלן א גרייטן הויפן פון די גוטע ווארע.
דאס יונג פארמערל קוקט זיך צו מיט גרויס אינטערעסע אינעם אלטן’ס יעדע ריר, ער מאכט זיכער נישט צו פארפאסן אפי’ די קליינינקע מינדערוויכטיגע דעטאלן, אזש אפי’ ווייסט ער שוין וויאזוי נישט צו פארקריכן אין בלאטע, און וואו מ’דארף זיך אכט געבן די אפגעריבענע שטיוול פון די דערנער.
עס קומט צום שניידן די זאנגען, און דער אלטער פארמער באפעלט דאס קינד צוזאם צונעמען די געשניטענע, און העלפן אים צאמהויפענען זיי אין גרויסע הויפענעס און אזוי דערנאך קענען גרינג פארפאקן צום פארקויפן. דאס קינד קוקט זיך צו ווי דער טאטע פאקט שיינע בינטעלך גג על גג, אלע שטייען זיי גראד, א שטייגער ווי זיי וואלטן געוואקסן פארבינדן און אזוי געווארן געשניטן. און ער ברענגט א זאנגעלע מיט א גראזעלע, אלע זענען געבויגן אין דרייען, ער לייגט איינס צום צווייטן, אבער פארט איז ער נישט מצליח זיי אזוי אויסצוגראדן ווי דער טאטע טוהט מיט זיינע זאנגען.
טאטע, פרעגט דאס קינד: פארוואס מיינע זאנגעלעך בייגן זיך און האלטן זיך נישט אזוי גראד ווי דיינע? צו האבן די זאנגעלעך מורא פון דיר? צו דארף מען צו זיי האבן א שטרענגע שפראך?
קינד מיינס, קוק דיך גוט צו, זאגט דער טאטע: איך נעם צוזאם הונדערט זענגעלעך אויף איינמאל, און זיי האלטן זיך צוזאם ווערן זיי אויסגעגראדט. דו ברענגסט זיי איינציגווייז, און אליינס קענען זיי זיך קיינמאל נישט האלטן.
***
דער הייליגער ר’ מאיר פרעמישלאנער זי”ע טייטש אויפן פסוק “כף אחת עשרה זהב” איין בייג אז א איד גיבט זיך, וואס דאס איז דאך דער לשון פון “כף” ווערט פון אים “עשרה” דאס איז דאך דער אות יו”ד, זהב, א גאלדענער איד.
***
די אידישע קינדער זענען אזוי געקנאטן, אז יעדעס איד פאר זיך איז געבויגן, און נאר אזוי טוט דער אידעלע שטייגן. ער בייגט זיך מער, און שטייגט נאך מער.
זאגט הקב”ה פאר משה רבינו: נשא את ראש! הייב אויף דאס קאפ פונעם געבויגענעם איד. ווייל עס איז “ראש” איין קאפ. ווען אידישע קינדער זענען צוזאם, דאן איז יא שיין צו זיין אויפגעהויבן. דאן ווערן זיי געהויבן ברום המעלה. ווי דאס בינטעלע זענגעלעך וואס ווערט פארוואנדלט פון הונדערט איינצעלנע זאנגען צו איין שיין בינטל. ווערט כלל ישראל פארוואנדלט פון זעקס הונדערט טויזנט נפשות אין איין גרויסער ראש בני ישראל. און דאן איז דאס א שיין גראד געהויבן פאלק.
עס איז גארנישט שווער צו זיין געהויבן, נאר טאמער מיר טוען דאס איינציג און אליינס נישט מיטן כח הרבים, נישט מיט אחדות איז דאס כמעט ווי אוממעגליך צו בלייבן שטיין אזוי גראד, אבער אויב זענען מיר איין כח, כאיש אחד בלב אחד, דאן איז דאס שיינקייט פון אידעלע אין די הייעך, און א שטאלץ און קידוש ד’.
האט א לעכטיגן שבת
(געשריבן פאר “גליונות לש”ק” פ’ נשא)