(געשריבן געווארן פארן “גליונות לש”ק פ’ חקת)
אין געשעפט שטייט מעכל און טענה’ט מיטן געשעפטסמאן, באקוקנדיג דעם גרויסן לייטער וועלכן ער וויל איינהאנדלען. ער פארשטייט שוין אז מיט אט דעם דויערהאפטיגן לייטער וועט ער קענען ארויף קריכן אויפן דעכל פון זיין כאטקע צו פאררעכטן די קליינע תיקונים צו גרייטן זיך צום ווינטער, ער וויל נאר וויסן אויב קען אים דער געשעפטסמאן אנווייזן אויף אן גוטן לייטער צו קענען דערנאך אראפקריכן אויך.
דער געשעפטסמאן איז מסביר, זעהענדיג מיט וואספארא תנא קמא ער האנדלט דא, אז אט דעם זעלבן לייטער וואס דו נוצט ארויפצוקריכן, קענסטו גלייך דערנאך נוצן אויף אראפצוקומען אויך.
מעכל פארשטייט נישט, וויאזוי איז מעגליך? דער לייטער גייט דאך אויף ארויף???
עס נעמט אמאל עקסטערע כוחות צופרידן שטעלן א קליענט, נעמט דער געשעפטסמאן דעם לייטער און לייגט עס אראפ אויף דער ערד, און ווייזט פאר מעכל’ן, מ’קען אויף דעם לייטער גיין און שפאצירן, און קיינמאל נישט אנקומען ערגעץ אין די הייעך, אויב לייגט מען נישט דעם לייטער אויף ארויף, און מ’שפאצירט מיט די פוסעלעך צום העכערן טרעפל. ווידעראום אויב לייגט מען די פוס צום נידעריגן טרעפל, דאן וועט מען בעל כרחך גיין אויף אראפ…
איין זאך מאכט זיכער דער געשעפטס מאן מסביר זיין פאר מעכל’ן: אויב לאזט מען אפ די צוויי הענט פונעם לייטער ווען מ’קריכט דערויף, דאן גייט מען זיכער אויף “אראפ”…
נאך א לאנגע משא ומתן האט מעכל ארויסשפאצירט שטאלץ מיט דעם גאר געלונגענעם געשעפט פון צוויי לייטער’ס פארן פרייז פון איינס.
– – – –
די פרה אדומה איז א חק בלי טעם, עס איז נישט פאר אונז צו פארשטיין פונקטליך וואס איר טעם איז, אבער מיר ווייסן אז עס איז מטהר טמאים, און מטמא טהורים, און פאר דעם פשוט’ן מענטשליכן שכל פארשטייט זיך שווער וויאזוי איז מעגליך אז די זעלבע ריינע קוה, די מקור פון מטהר זיין, איז גאר מטמא אין די זעלבע צייט.
די הייליגע תורה איז אונז אן אנווייזער אין אלע אונזערע וועגן. עס איז די זעלבע הייליגע תורה וואס לערנט אונז אז מיט יעדן חפץ און אין יעדע צייט קען דער איד וואס איז א הולך גיין אדער ארויף אדער אראפ מיט די זעלבע פעולות.
אלזא א איד האט א כלי וועלכע ער האט געקויפט צוליב געשעפטן, ער קען דערמיט טוהן זיינע פליכטן און ווידעראום מיט די זעלבע כלי קען ער נעבעך זיין יורד עד שאול תחתי’, מ’דארף שטעלן טריט אויף ארויף כדי צו קענען שטייגן, און ליידער אויב שטעלט מען טריט אויף אראפ אדער לאזט מען נאך פון זיך אנכאפן מיט ביידע הענט דאן טראסקעט מען גאר טיעף.
עס ווערט פארציילט אז הרה”צ בעל שומר אמונים זצ”ל איז געווען אין די צייטן פון די ערשטע וועלט מלחמה אין פעסט, און ער איז געגאנגען א יעדען צופרי פארן דאווענען זיך טובל’ן אין א קאלטע מקוה, און עס איז געווען א ווייטע מהלך, און די פעסטער גאסן האט זיך געווירבעלט מיט פריצות, ווי פארשטענדליך האט הרה”צ רבי אהר’לע אריינגעלייגט א גרויסע עבודה זיך צו היטן די אויגן.
און ער האט געזאגט אז די מסירת נפש’דיגע עבודה גייענדיג צו די מקוה און אויף צוריק איז אים גורם א גרעסערע טהרה אסאך מער ווי די מקוה אליין… און אסאך יארן שפעטער פלעגט ער זיך אויסדרוקען מיט בענקשאפט ווי נעמט מען אהער די פעסטער גאסן?
עס איז אזוי מיט יעדן הינזיכט, א איד א הולך, דארף זיך אלס אנכאפן מיט ביידע הענט און היטן זיך פון פאלן ח”ו.
האטס א פרייליכן שבת