מיט וועם וועל מיר זעגלען?

געשריבן געווארן פארן גליונות לש”ק פ’ דברים

דער קאפיטאן איז אויפן שיף ווי א קעניג אין זיין קעניגרייך, ער באפעלט, ער שאפט, און ער שטעלט אהער א גאנצע מלוכה מיט אלע קליפערליך. זיינע שטאב מענטשן גרייטן אן גענוג צו עסן און טרינקען און פון אלע אנדערע געברויכן, אז אפי’ אויב זאל קומען צו אומגעראכטענע פארלענגערונגען אויפן לאנגן וועג זאל אלס זיין מעגליך אנצוקומען בשלום אויף די יבשה.

די רייזנדע, וועלכע שטעלן פאר דאס פאלק אין דעם קליינעם מלוכה, הערן זיך צו פארזיכטיג צו די באפעלן פונעם קעניג דער קאפיטאן, ער זאגט וואס מ’מעג און וואס מ’טאר נישט אויף דעם שיף, און ער גיבט פונקטליכע אנווייזונגען וועלכע מ’מוז אויספאלגן כל זמן מ’רייזט מיט זיין שיף.

ביי איינע פון די רייזעס ווען אויפן שיף האט זיך שוין פארמירט ווער די רייזנדע זענען און פאסאזשירן האבן זיך באקענט איינער מיטן צווייטן, האט זיך ארויסגעשטעלט א אינטערסאנטער פאקט, אז דער שיף איז יעצט באוואוינט מיט א גאנצע גרופע אינוואלידן נעבעך, ווער הינקעדיג ווער בלינד, רח”ל אא”וו.

ויהי בנסוע, יעדער איז על מחנהו, מ’גרייט די שטובער, מ’מאכט זיך באקוועם. דרייט זיך ארום דער הויפט מאטראז גאר אנגעצויגן, מ’קען צו אים נישט רעדן ממש נישט צום דערקענען. בכלל נישט ווי זיין שטייגער, וואס איז אלס סאליד און צוגעלאזן, פירנדיג אזא ריזיגן אפעראציע דארף מען דאך האבן אומגעוויינליכע רואיגקייט.

א געהילף פרעגט דעם מאטראז הויפט; מיין האר, וואס שטערט דיך? וואס ביזטו אזוי אנגעצויגן? וואס שרעקט דיך? צו ווייסטו עפעס וואס איך ווייס נישט? זענען מיר אין א סכנה?

דער הויפט נעמט דעם געהילף ביי די האנט און גייט אין א ווינקל, און איז מסביר אזוי: קוק דיך ארום מיט וואספארא פאסאזשירן מיר פארן, איינער הינקעדיג, איינער בלינד, א צווייטער סתם נישט מיט אלעמען. עס פאסירט אלעמאל אז אויפן שיף זענען דא אלע מינים, אבער דאס מאל. איז דער גאנצער טראנספארט פון די סארט.

נו, איז וואס? פרעגט דער מאטראז מיט וואונדער? מיר זענען זיך משדך מיט די פאסאזשירן? סך הכל פירן מיר זיי אפ און מ’געזעגנט זיך אין פריידן. וואס שטערט דיך אזוי?

אזוי לאנג ווי דער שיף פארט און אלעס ארבייט פיין, האב איך נישט קיין דאגות – ענטפערט דער הויפט – אבער אויב ח”ו קומען מיר צו פראבלעמען און מ’דארף די פאסאזשירן זאלן העלפן זעגלען אויב די מאטארן צוברעכן זיך, וואס וועלן מיר טוהן? מיט אזוינע פאסאזשירן קענען מיר דען פירן א שיף?

דו הערסט? דער קאפיטאן איז נאר גוט ווען אלעס פארט כשורה, אבער אויב ח”ו די מאטארן צוברעכן זיך דארף מען די צוזאמארבייט פון אלע פאסאזשירן. מיט וועם גיי מיר דא צום טיש?

(עס איז א שטייגער ווי היינט אויף די פליגערס ווען מ’גיבט א ספעציעלע לעקציע פאר די וואס זיצן ביים אימערדזשנסי ארויסגאנג, צו וויסן וויאזוי צו העלפן די פאסאזשירן אין פאל פון נויט.)

שרייבט דער הייליגער כלי יקר די וואך אויפן פסוק בין פארן ובין תפל ולבן.

יעדע מינוט אין לעבן דארפן מיר אנקומען צו די גרויסע חסדים פונעם קאפיטאן פון די וועלט, און ווען מיר זינדיגן ח”ו פארלירן מיר די זכותים צו קענען געהיטן ווערן פון די אלע מקרים רעים פון די וועלט רח”ל.

אויב אבער האלט מען זיך באחדות, קען דאס נאך האלטן בדרך הטבע, וויבאלד איינער העלפט זיך דעם צווייטן, און מ’לעבט צוזאמען, אז מ’זאל נישט גראד דארפן אויסשטיין ח”ו די תוצאות פון די זינד, און מ’האט די געלעגנהייט פאר תשובה.

די אידן האבן געזינדיגט צוויי גאר שטארקע זינד, אין די צוויי טרויעריגסטע טעג פון יאר, דאס ערשטע מיטן עגל, און דערנאך מיט די מרגלים. און ווי דער כלי יקר ווייזט אן איז דער חטא העגל געווען טאקע א מרידה בד’ און די אידן האבן זיך פארזינדיגט לדורי דורות, און דאס איז פארגעקומען שבעה עשר בתמוז. דערנאך האבן די אידן געזינדיגט אום תשעה באב מיטן חטא פון די מרגלים, וועלכעס איז געווען בשנאת ישראל אז מ’האט זיך פיינט געהאט איינער דעם צווייטן, וואס דאס האט געברענגט דעם טאטאלן חורבן הבית יארן שפעטער.

חז”ל זאגן אונז טאקע אז מיטן עוון פון שנאת חנם איז חרוב געווארן דער בית המקדש. איז דען קיין אנדערע חטאים נישט געווען? נאר ווילאנג אידן האבן זיך געהאלטן צוזאמען האט דער עונש נישט געקענט פולקאם אויסגעפירט ווערן אויף זיי. אנדערש איז געווען ווען מ’האט זיך פיינט געהאט און זיך מער נישט געקענט שיצן פון די פורעניות.

דער שיפס קאפיטאן פירט דעם רעדל, און אפי’ אויב שאפט זיך א לעכל אדער דער מאשין ארבייט נישט, נעמט מען די כוחות פונעם רבים און מ’פארט דורך די שטורמישע וואסערן. אויב אבער קען מען נישט ארבעטן צוזאמען אויף די זעגלען איז קיין רעדע פון פארן נישט פארהאן.

לאמיר זעגלען צוזאמען וועט דער שיף אנקומען צום בארטן, און צוריק זוכה זיין אז די שכינה הק’ זאל רוען בתוכינו והימים האלו יתהפכו לששון ושמחה.

האט א לעכטיגן שבת.

אזא גרויסער שטעקן

(געשריבן פארן גליונות לש”ק פ’ מטו”מ)

זלמ’לע איז קיין גרויסער חכם נישט געווען, אבער א שמייכל האט ער אלס געהאט, און גוטע פריינט האבן געגליכן מיט אים א שמועס נאך א טאג שווערע ארבעט, עס האט זיך געשפירט ווי א וועלט אנע קיין דאגות. אבער צומאל איז פאר זלמ’לע אויך שווער געווארן א טיעפער כאפ, און דאס האט אים געקענט אריינפירן אין מרה שחורה.

איז זלמ’לע געגאנגען אויף א שפאציר ביים ברעג פון גרויסן וואסער נעבן שטאט, און זיך אזוי איינגעקוקט אויף די נפלאות הבורא, מיט זיין אויסערארדנטליכע רואיגקייט. פון דערווייטנס זעהט ער א שטעקן אין וואסער באוועגט זיך אומגעוויינליך, עס שלעפט זיך אהער און אהין, עס דרייט זיך נישט מיטן שטראם פון וואסער, ער שטייט באגייסטערט, אזא מין פלא דאס, א שטעקן זאל זיך אליינס באוועגן? ער שפעקולירט אפשר איז דאס גאר א חי’ אדער א מאשינקעלע, אנדערש קען אים אין קאפ נישט אריינגיין וואס דאס גרויסע שטעקעלע איז.

אבזערווירנדיג דעם וואונדער שטעקן, רוקט זיך זלמ’לע פאראויס אויף זיין שפאציר נענטער צום ארט וואו ער וועט קענען נענטער א בליק טאן אויפן שטעקעלע. ווי פון חלום דערוועקט ער זיך זעהנדיג דארט שטיין מאטל דעם פיש סוחר מיטן גרויסן פיש כאפער אייזן וועלכעס ער דירעקטירט מיט פאכמאנישקייט צו קענען צושטעלן פיש פאר די שטעטעלשע אידן. מאטל צעזינגט זיך הויך מיט א קנאקעדיגן “גוטן אוונט, זלמ’לע” זעהנדיג אז אויף אזא פישל האט ער נישט געראכטן זיך, יעצט וועט ער נישט זיין אזוי איינזאם דא. 

אויף מאטל’ס באגריסונג, זוימט זיך נישט זלמ’לע און לייגט פאר זיינע שוועריגקייטן, ער קען נישט פארשטיין דעם שטעקן וואס ער זעהט דא אין וואסער באוועגן אזוי שנעל און קעגן דעם שטראם, וויאזוי פאסירט דאס? 

זלמ’לע זלמ’לע דאס איז דאך מיין פיש פאנגער וועלכעס איך נוץ צו כאפן די פיש אין נעץ אריין. איך דריי ארום אהער און אהין ביז א פישל כאפט זיך צו צום ווארים וועלכער הענגט אויפן שפיץ, און דאן איז ער גאר מיינער, און איך מאך אים דערנאך א ווארימען ברוך הבא אין געשעפט אריין פון וועלכן דו קויפסט דערנאך דיין שבת’דיגן פיש.

אזוי??? וויאזוי קענסטו דאס קאנטראלירן דעם שטעקן פון דארט אינמיטן דעם וואסער? דו שטייסט דאך ביים ברעג?

טייערער זלמ’לע לאמיך דיר מסביר זיין, א שטעקן דארף מען נאר ביים שפיץ אנכאפן, און פון דארט קען מען קאנטראלירן דעם גאנצן שטעקן ביזן אנדערן שפיץ. דער שטעקן דארף ליגן אין מיין האנט דארט ווי ער פאנגט זיך אן, און אזוי ארום ווערט ער געפירט אהער און אהין. פארשטייסטו?

– – –

אין די פרשה פון די וואך ווען מ’רעדט פון נדרים, און דאס הארבקייט און טייערקייט פון א ווארט, זאגן אונז די ספרים הקדושים אז דעריבער איז נישט ווי דער סדר געוויינליך אין די תורה אז משה רבינו ע”ה האט גערעדט צו כלל ישראל, איז דאס מאל דוקא דער פרשה צו די ראשי המטות, זאגן אונז אויף דעם די ספה”ק אז דאס איז ווייל דער שפראך פון א איד איז ווי דער עק פונעם שטעקן וועלכעס קאנראלירט דעם גאנצן מענטש.

החיים והמות ביד הלשון. דאס קליינער צונג קען ברענגען און טראגן ווייט ווייט, און דעריבער דארף מען דאס שטעקלע זייער פארזיכטיג קאנטראלירן.

וויפיל גרויסע לייט זענען שוין פארווארפן געווארן מיט א פליטת פה, און וויפיל קליינע מענטשעלעך זענען דערהויבן געווארן לרום המעלה דורך א גוט ווארט אין גוטן פלאץ. איז דען נישט מער ווי גערעכט אויף דעם קליינעם אוצר אכט צו געבן און איר היטן ווי אן אויג אין קאפ?

אויסער די געפערליכע חטאים מיט וואס דאס צונגל קען דעם איד פארפלאנטערן, איז דאך א שכל אז א טראפקעלע מחשבה קען פארמיידן גאר גרויסע פראבלעמען.

האטס א לעכטיגן שבת.

דער טראמפייטער

אמעריקע איז א לאנד פון דעמאקראטיע, איר קענט טוהן וואס איר ווילט, און מ’קען אייך צוריק טוהן וואס איר ווילט נישט, און איר קענט זיך אפרעדן אויב איר ווילט, און מ’וועט אייך אויסהערן אויב מ’וויל. 

עס קומט אמאל ווען דעמאקראטיע נעמט אן פארמען וואס זענען ווייט פונעם שכל, אבער וואס איז דא צו באקלאגן, דאס איז דאך דער ציהל, זיין פאררוקט, נישט פארשטיין וואס דער ציהל איז אבער אלס געדענקען אז מ’איז פריי צו טוהן וואס מ’וויל אן קיין שום סיבה.

נעמט א שטייגער, דער קאמפיין פארן פרעזידענטשאפט, וואס אין די אלטע היים האט מען פון אזוינס נישט געוואוסט, די מלכים און בני מלכים פלעגן שאפן א מאנארכיע און קיינער האט ניטאמאל אריינגערעדט אין די נושא, עס איז געווען דער קעניג אליינס וועלכער האט באשלאסן ווער עס וועט איבער נעמען דעם טראן, אדער איז עס געווארן באשלאסן דורך קריג און כאאס, קיינמאל איז נישט געווען דער דערהער אז מ’וועט צוזאמנעמען די פשוטי המון עם און הערן זייער מיינונג.

די גיטער און די דערפער זענען איינפאך אפגעקויפט געווארן דורך רייכע אריסטראקראטן, און די שטעט זענען געפירט געווארן דורך דעם גובערנאטאר וועלכן דער קעניג האט אריינגעשטעלט צו פארטרעטן זיין מאיעסטעט און בעיקר סוף יאר ברענגען די שטייערן צום אוצר המלוכה, און פארדעם האט דער שטאטס מייסטער געקענט טהון מה שלבו חפץ.

– דער ציהל פון דעמאקראטיע –

עס איז זייער א שיינער געדאנק געווען ביים געבורט, עס האט געוויזן אויף א געוויסן פרייהייט פון וועלכן דער מענטשהייט האט נישט גענאסן זינט די צייטן פון נמרוד, עס האט אוועקגענומען דעם הכנעה וואס פאלק און לאנד האבן געהאט צו איין מעכטיגן פערזאן, און דער ציטער וואס זיין אנוועזנהייט האט געשאפן אין די גלידער איז עפעס וואס מיר קענען נאר לייענען אין די ביכער.

עס האט געזאלט שאפן גלייכבארעכטיגקייט צווישן די פארמעגליכע און אומגליקליכע צוגלייך, עס האט געזאלט מאכן אז דער ארימאן מיטן עושר זאלן פארן אויפן זעלבן קארעטע אן קיין געוויסנביסן.

דער באקריוודעטער זאל קענען פירן א גראדן לעבן און נישט דארפן ליידן עקסטער צוליב זיינע אוממעגליכקייטן.

דעמאקראטיע טראץ זי האט גאר שיינע קאלירן איז זי נישט קיין ווייטער קאזין פון לענין’ס קאמיוניזים, וועלכע טראגט אויך די שיינע פראזן פון גלייכבארעכטיגונג, נאר מיט עטוואס אנדערע קנייטשן. עס איז נישט קיין רעכטן וועלכע ווערן צוגעטיילט פון די באהערדע, נאר רעכטן וועלכע ווערן אוועקגענומען פון פאלק און צוטיילט ביים פאלק מיט א גאר שיינעם פרייז פאר די באהערדע. עס איז געבויט צו מאכן ארים די רייכע, און לאזן ארים די ארימע, נאר די מאמע רוסלאנד אדער וועלכע עס איז גורס דעם קאמיניזם זאל לעבן אין רייכטוהם, ווען די ארומיגע ארים ווי רייך צוגלייך טונקען זיך אין פינסטערן דלות.

– דעמיוניסטן –

ערגעץ אינטערוועגנס האבן זיך די צוויי קאזינס משדך געווען און עס איז געווארן א נייער דערהער, א צאמשטעל פון דעמאקראטיע מיט קאמיוניזם, און ס’האט געשאפן דעם “דעמיוניסט” אין אידיש איז עס דער “בעל הדמיונות”. מ’לאזט דעם פאלק דמיונ’ען אז מ’לעבט פריי, מ’לאזט זיי מיינען אז זיי זענען אין קאנטראל פון זייערע נכסים, און אז זיי קענען טוהן מה שלבם חפץ, ווען אין דער זעלבער צייט מאכט מען מיט זיי דאס גענאר מיט א ענדע נו”ן.

אקעי, וואס שלעפ איך דא ארום, איך וויל צוקומען צום נושא: אין אמעריקע איז אנגענומען דער צאמשטעל פון צוויי ווערטער אלס א באקוועמליכקייט וועלכע מאכט געדענקען א נושא בעסער, עס איז אזא סארט מארקעטינג טאקטיק וועלכעס נעמט גאר גוט אויס ביי די מאסן.

האט זיך געיאוועט אז אינעם פרעזידענט קאמפיין לויפט דער באקאנטער פיגור דאנאלד טראמפ, וועלכער וויל האבן אויף זיין פראפייל אויך דעם נאמען אלס “לויפער פאר פרעזידענט” און אויב וועט אים געלונגען וועט זיין נאך א שורה, “פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס”. ביי אים איז דאס איין גרויסער שפיל, וועלכעס ענדיגט זיך קיינמאל נישט, און ווען דער ביליאנער בעל תאוה גלוסט זיך אן נאך א שורה אויפן רעזומעי גיסט מען אריין אפאר הונדערט מעלאנעלעך און מ’לאזט אין גאנג א קאמפיין, מיט די האפענונג אז אמעריקע איז שוין אזוי טיעף און אזוי ווייט פאררוקט אז ס’זאל קענען אט דאס פאסירן אז אזא פיגור זאל זיין דער קומענדיגער פרעזידענט.

אז איר פרעגט מיך, אויב קומט ער אן אויפן טיקעט וועל איך שטימען פאר אים. איינס ווייל אאיך בין דאך אויך א “אמעריקאנער” און איך האב מיר מיינע רעכטן. איך בין בארעכטיגט צו זיין משוגע ווי א שובך מיט טויבן, און קיינער קען מיר נישט זאגן קיין ווארט טראץ פרידאם אוו ספיטש, וויבאלד איש בין אן אמעריקאנער.

צוויי ווייל אויב מיט נארמאלע פרעזידענטן (?) זענען מיר אנגעקומען אהער, מי יודע, אפשר גאר דארף מען אמאל א קלאון פאר א פרעזידענט און אריינברענגען אין די פארכמורעטע אמעריקאנער אביסל לעבהאפט.

3. וויי אויב אמעריקע לאזט אים זיין אויפן טיקעט, פארדינען זיי נישט איימיצן בעסער אלס פרעזידענט.

נו, אויב וועל איך סיי ווי שטימען פאר יאם, מעג ער דאך הערן מיין מיינונג! נישט אזוי? אין אמעריקע איז אנגענומען דער צאמשטעל פון צוויי ווערטער אלס א באקוועמליכקייט וועלכע מאכט געדענקען א נושא בעסער, עס איז אזא סארט מארקעטינג טאקטיק וועלכעס נעמט גאר גוט אויס ביי די מאסן.

 אלזא וויל איך פאר מיין צעקניפטן פרעזידענט קאנדידאט פארלייגן א נאמען וואס וועט ארייננעמען זיינע מעלות צוזאמען מיט זיין נאמען אין איין ווארט און לויט קענערס וועט עס גאר גוט אויסנעמען ביי די מאסן אלס א מארקעטינג קאמפיין.

אנשטאט אים רופן דער צודרייטער טראמפ, וועלן מיר אים רופן דער “טראמפייטער”.

וואס זאגט איר?