(געשריבן פארן גליונות לש”ק פ’ תצא)
אין א קליין שטעטעלע איז איינגעפירט אז יעדע פאר חדשים נעמען זיך צוזאם די איינוואוינער, די לאנד באזיצער, יונג און אלט, ארים און רייך, די וואס האבן אייגענע הייזער, און די וואס דינגען פון אנדערע, און מ’שמועסט אויס די גאר וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק.
ביי די אסיפה דאס מאל איז די טעמע א לעצטיגע אויפשטייג פון גניבות אין די גרויסע געשעפטן, עס איז נישט ווי אמאל ווען דאס שטעטעלע האט זעלטן געליטן גניבות, נאר ממש יעדע וואך ווערט אן אנדער געשעפט געפלינדערט פון די וואנדאלן וועלכע רעכענען זיך גארנישט מיט קיינעם ווען זיי באראבעווען מיט הונדערטער און טויזנטער דאלארן ווערד.
דעריבער פארלאנגען די פארזיצער פון דעם קאמיטע פארן וואוילזיין פון שטעטל אז יעדער געשעפט זאל זיך איינהאנדלען א ספעציעלן שלאס וועלכע איז גאר שווער אויפצוברעכן, מיט נאך פארשידענע שמירה מאסנאמען.
זיצט מעכל וועלכער איז נעבעך א היימלאזער מאן וואס וואלגערט זיך אין די הקדשים און עסט ביי גוטע אידן א מאלצייט דא און דארט, און ער שרייבט מיט גרויס ערנסטקייט אויף זיין נאטיץ ביכל אלעס וואס ווערט פארלאנגט, ער מאכט א עקסטערן סעיף פאר דעם נייעם פארלאנג אז ‘יעדער’ מוז קויפן דעם נייעם שלאס! ער וועט שוין זוכן ווער ס’וועט אים בארגן צו קויפן דעם נייעם שלאס, אבער קיין אויבער חכם וויל ער נישט זיין. אז מ’הייסט קויפן קויפט מען.
מעכל!! וועקט ער זיך אויף ווי פון חלום. דער פארזיצער שרייט, מעכל, דו ברויכסט נישט קויפן דעם שלאס! מעכל קנייטשט אויף זיין שטערן מיט פארלייכטערונג, ער האט הנאה מ’האט אים געפטר’ט פון אזא טייערן אויסגאבע, באדאנקט זיך מיט א גרויסן שמייכל, און וויל וויסן פארוואס ער האט זוכה געווען מ’זאל אים באפרייען פון דעם פליכט? איז עס אין זכות פון מיינע אבות? פרעגט מעכל.
ניין! קלערט אים אויף דער פארזיצער, דו האסט דאך נישט קיין געשעפט, אלזא וואס וועסטו טוהן מיט א שלאס? דעם שלאס ברויכן נאר די מרבה נכסים’קעס אבער דו קענסט שלאפן רואיג.
—
וויפיל מאל מאכט זיך ביים ערליכן איד אז ער קוקט זיך ארום אויף די אלע גדרים וסייגים וואס מ’לייגט אויף אים ארויף, יעדער אין זיין חדר, אין זיין אפשטאם, אבער אלע מיט פליכטן, און מיט תקנות און מנהגים.
ער טרעפט זיך אמאל מיט דעם פראסטן איד וועלכער לעבט פריי, און ענטפערט נאך מיט פרעכהייט אז ער איז גאר מקיים אלע מצות אין די תורה אבער די איבעריגע פון חז”ל אדער אונזערע מורי דרך איז אים נישט מחייב. עס וואונדערט וויאזוי קען זיין אז מיר דארפן אזויפיל סייגים, און דער פראסטער פרייער איד לעבט א לעבן אן די אלע זאכן.
דער ערליכער איד, ווי מער ער שטייגט אלס מער סייגים און גדרים לייגט ער זיך ארויף, ער איז דאך לכאורה מער אויסגעארבייט, וואס דארף מען אזויפיל תקנות מיט מנהגים?
די הייליגע תורה זאגט אונז די וואך אין די פרשה, כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגיך. עס איז לכאורה זייער שווער דער לשון, וואס דארף שטיין כי תבנה בית חדש? אודאי דארף מען האבן א הויז צו קענען לייגן א מעקה? און אויף א אלטן הויז דארף מען נישט קיין מעקה? עס וואלט געקענט סתם שטיין דער פסוק, ועשית מעקה לגגיך, און מיר וואלטן שוין געוואוסט אז דאס איז אויף א הויז, וואו דען איז דער גג?
נאר די תורה לערנט אונז אויף די אויבנדערמאנטע שאלה, א גאר וויכטיגן לימוד; נאר דעמאלס דארף מען א מעקה, ווען מ’בויט א פרעכטיג שיין הויז, נאר ווען מ’האט א שיינעם בנין דארף מען עס היטן. דער עיקר וואס מ’פארלאנגט פון אונז איז צו האבן דעם בנין, דעם בית חדש, א בחינה פון וכל בוניך לימודי ד’, און נאר דעמאלסט ווען מיר פארמאגן א בנין פארלאנגט זיך א מעקה. עס פארלאנגט זיך תקנות, סייגים, גדרים, וועלכע מיר שפירן פאר הייליג צו היטן, צוליב דעם טייערן בנין, דעם טייערן בית חדש וואס מיר האלטן אין איין בויען.
און די נעבעך וואס האבן נישט קיין בית, נישט קיין בנין, נאר לעבן א פריי לעבן ל”ע, וואס קענען זיי טוהן מיט די מעקה? וואס ברויכן זיי דען א שלאס? עס איז נעבעך נישטא דער בנין צו היטן, עס איז נישטא דער הויז אויף וואס דער גג זאל חל זיין.
דעריבער זאגט אונז דער פסוק קלאר: כי תבנה בית חדש, עס פארלאנגט זיך צו בויען, צו זייען, צו הארעווען אין עבדות ד’, און דעמאלס איז דער ועשית מעקה פעליג. סתם ווארפן א מעקה אן א בנין איז טאקע נישט שייך. און דאס קומענדיגע מאל ווען א פארפרעמדטער פרעגט אייך: וואס ברויכסטו אזויפיל סייגים? פארוואס קען איך זיין א פיינער איד אנע אלע גדרים? זאלט איר געדענקען וואס די תורה לערנט אונז: ווייל מיר האבן א שיינעם בנין צו היטן!
זאל מיר טאקע קענען דינען דעם אייבערשטן מיט א אמת, און זיך האלטן שטאלץ מיט די גדרים וסייגים וועלכע היטן אונז פון דעם כי יפול הנופל, און נאר הייבן זיך אין די אמונה און עבדות ד’ לעשות נחת רוח להבוית”ש.
האטס א לעכטיגן שבת.