ביים קופקע אין ביהמ”ד שטייט דארט זיינוויל ווי אלעמאל און זינגט זיך אפ זיין פעקל מעשיות, עובדות, נייעס, יא געשטויגן נישט געפלויגן, און ארום אים שטייען אינגעלייט און קייען די פיאות, קוקן די נעגל, און הערן זיך צו צו זיין אומגעהויערן חיתוך הדיבור.

 

אלס מומחה אין נפשות מערק איך אפילו אז בערל הערט זיך ניטעמאל איין אין תוכן הדברים, ער איז פשוט באגייסטערט פונעם שטימע, און אויסשפראך. ער האקט אריין מיט אומוויכטיגע פראגן, א שטייגער ווען זיינוויל איז מסביר וויאזוי די פרעזידענטליכע וואלן דעוועלאפירן זיך,  וויל ער פונקט וויסן פון וואו דאס ווארט פרעזידענט שטאמט. ער וויל וויסן צו טראמפ איז א קאטאליק אדער אן אראבער. וכהנה.

 

אלזא די שמועס איז גענוג הויך אז איך זאל זיך קענען מאכן נישט אינטערסירט און צוהערן מיט נייגער צום דרשה’לע.

 

זאנוויל האט זיך זיין אייגנארטיגן וועג פון אויפווייזן זיין גערעכטיגקייט, אז ס’זאל בלייבן אומאפפרעגבאר. אז ווען חיים וויל וויסן פון וואו ער ווייסט אז טשוכערפאכען קענען נאטורליך געהיילט ווערן אויב וואקסט זיי אן הויקער, ענטפערט אים זאנוויל מיט זיין שטענדיגן סוף פסוק ‘יעדער ווייסט’.

 

זאלט איר נאר פערצופאל זיין אנוועזנד וואלט איר זיך אויך אינטערגעשמייכלט ווען איר הערט וויפיל מאל דער ענטפערט, יעדער ווייסט, ס’איז אלעמאל אזוי, און אזוי ווייטער.

 

דאס מאס קאנפידענץ מאכט אים אומקוואליפיצירט פאר א. פראדאקטיוו קורס, ער דארף ליבערשט גיין אויף א פראדאקטיוו דייעט.

 

עס איז אזוי טאג איין טאג אויס וואס אונזערע נייעס טרעגער ברענגען אונז די מערסט אקוראטע געשיכטעלעך, אינטערגעלאנט אויפן אלעמאל און יעדער. מ’קען שוין נישט אפפרעגן,  מ’איז א בטלן פארן נישט זיין ווי יעדער אדער נישט מיטן אלעמאל.

 

ביי מיר איז שוין דער כלל אן אלטער און איינגעזעסענער אז ווען איך הער א מעשה וואס דרייפערטל געוויכט ליגט אויף “יעדער” און דאס איבעריגע ליגט אויף “אלעמאל”, איז עס ביי מיר אויף אויטא טראנסלעט צו “קיינער” און “קיינמאל”.

 

וויפיל מאל איך האב נאך פרובירט איבערפרעגן דעם בעל מנגן, ווער יעדער?  איז ער נאך צוויי נעמען געבליבן שטום.  וויפיל מאל איך פרעג; ווען אלעמאל? איז דער תירוץ א מאך מיט די האנט אין א אפפרעגענדע מינע, וואס ווייסטו דען?

 

עס איז צייט צו פארשטיין אז איש בל יעדער! איין מאן איז נישט יעדער! און אז לעולם איז א זמן מוגבל וואס הייבט זיך אן מיט א זייגער און ענדיגט זיך מיט א זייגער וועלכעס דארף קענעו ווערן אנגעצייגט.

 

איך האב צו מיר געקלערט אויף די ברכה וואס מיר זאגן “בורא נפשות רבות, וחסרונן” א רעיון א קליינעם מיט א אומריכטיגן פשט. עס איז מיר אלס שווער געווען וואס דער לשון איז, בורא נפשות רבות? עס וואלט געברויכט זיין דער לשון שטבעו חכז”ל, בורא כל הנפשות! זעהט דען נישט אויס דער לשון רבות ווי קיין ריבוי למעט ח”ו? ווי עס וואלט ווען געווען א מיעוט וואס נישט?

 

איך קלער אזא פאלשן פשט אז דאס לערנט אונז אויס נישט צו נוצן דעם “יעדער” אפי’ ווען ס’איז ריכטיג אזוי, און כ”ש ווען ס’ווייט נישט אזוי.

 

ואל הזנבליך יאמר, ווען איר ווילט אויפצייגן אייער רעכטפארטיגקייט נוצט נישט יעדעם ממש, לאזט איבער עטוואס פאר א צווייטס מאל.

 

האטס מיר א גוטע נאכט.
Advertisements

One thought on “יעדער אלעמאל, איז קיינער קיינמאל

  1. זייער גוט, זאלצער, אבער זאג כאטש וואס יענער אלץ/יעדער ווייסער האט געטעה’נעט וואס האט דיך אזוי ארויס געברענגט / ארויפגעברענגט פון/אויף די כלי?

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s