געשריבן פארן גליונות לשבת קודש (פ’ שמות תשע”ו)

ביים קעניג אין פאלאץ איז דער לייב דאקטאר גאר שטארק פארנומען, עס איז אן אינטערגאנג, פילע עבדים און שפחות ליגן אין דעם קעניגליכן שפיטאל און ווארטן ארויסצוקריכן פון דעם אומאיינגענעמען קרענק וועלכעס האט דעם פאלאץ באפאלן און פארלאנגט גאר שטארקע איבערגעגעבנקייט פון די דאקטוירישע שטאב.

מער פון אלעם איז דעם קעניג’ס זארג אויף דעם פרינץ וועלכער האט אויך איבערגעכאפט דעם מחלה, און ליגט אין זיין קעניגליכן אפטיילונג פונעם שפיטאל, און ווערט באהאנדלט דורך א שטאב מיט דאקטוירים וועלכע טרעטן נישט אפ פון בעט מיט זארגפעליגקייט ווי עס פאסט זיך פארן בן מלך.

נאך עטליכע וואכן פון שוועריגקייטן, ווען אלע בעאמטע זענען צוריק צו זייערע שטעלע’ס און דער בן מלך ערהוילט זיך אויך צעביסלעך פון דעם שווערן קרענק, האט דער קעניג פאררופן א שטאב און פאמילע פארזאמלונג וואו מ’האט אנאליזירט דעם געזונט צושטאנד פון די שטאב וועלכע קענען ווייטער אנגיין מיט זייערע פונקציעס, און בלייבן אויף די פאזיציעס ביים קעניג אין שטוב, און ווידעראום די עבדים וועלכע זענען אפעקטירט געווארן פון דעם קרענק אויף א פערמענאנטן אופן, האט מען אויף א שיינעם אופן מודיע געווען אז זיי וועלן דארפן איבערגעבן זייערע פאזיציעס צו נייע שטאב וועלכע זענען אין א געזונטערן צושטאנד.

דער בן מלך שטייט אין ווינקל דערשראקן און ווארט צו הערן דעם אנאליז וואס דער דאקטאר וועט אויף אים געבן, ער שארט זיך נענטער און פרעגט דערשראקענערהייט דעם דאקטאר: הער דאקטאר, וואס איז מיין געזונט סטאטוס? דער דאקטאר צעשמייכלט זיך און ענטפערט: דו האסט דיך נישט וואס צו זארגן, מ’וועט דיך נישט איינטוישן פאר א נייעם פרינץ!


וירא מלאך ד’ אליו בלבת אש מתוך הסנה וירא והנה הנה בער באש והסנה איננו אכל. טייטשן חז”ל אין מדרש רבא, אז דער סנה איז געקומען לערנען משה רבינו ע”ה אז די אידישע קינדער בני מלכים וועלן קיינמאל נישט פארלענדט ווערן, און וועלן אלס עקזיסטירן אפי’ ווען זיי זענען אין דעם טיעפן זוהמא פון מצרים.

דער אלשיך הק’ פרעגט אויף דעם פארוואס זענען אידן געווארן פארגליכן צום סנה? איז דען כלל ישראל נישט מער ווי א דארן?

נאר עס קומט אונז לערנען אז אפי’ ווען דער בן מלך איז נעבעך ווי דער סנה, און אפי’ ווען דאס קרענק האט אים ארום גענומען און ער איז נישט אין פולן פראכט ווי עס פאסט זיך פארן גלאנץ פון די מלוכה, איז נישט פארהאן אפי’ קיין קלער אז דער בן מלך זאל ח”ו פארטוישט ווערן, אפי’ ווען ער איז ווי דער סנה, דער דארן, איז ער נאך פארט דעם מלך’ס א קינד.

יא, די עבדים, די שפחות, די עמי הארץ דארפן ברענגען זייערע יחוס און געזונט רעקארדן צו קענען פארבלייבן אין קעניג’ס פאלאץ, אבער דער בן מלך האט זיך נישט וואס צו זארגן, דער קעניג וועט טון אלעס אויף דער וועלט אים צו היילן, און אים צוריק שטעלן צום כבוד וואס קומט אים.

אונזערע תפילות צום מלך מלכי המלכים, איז טראץ אונזער אמונה אז מיר וועלן שטענדיג בלייבן זיין פאלק, און קיינמאל נישט איינגעטוישט ווערן ח”ו, זאלן מיר אבער שוין זיין געזונט ברוחניות ובגשמיות, און זוכה זיין צו דעם טאג וואס וראו כל עמי הארץ, און דער כבוד שמו יתברך וועט זיך צוריק קערן מיטן אנקום פון גואל צדק בב”א.

א גוט שבת

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s