שטייענדיג בין השמשות מוצאי ימי חנוכה, ווען די געפילן רוישן נאך פון די געהויבענע אורות פון די פארגאנגענע אכט טעג, און פאר מאנכע ווערט אביסל קאלמוטנע, מ’קען זיך שווער געזעגענען פון די געהויבענע טעג, איז אין די זעלבע צייט אויך דא א געוויסע בארעכטיגטע זארג וואס מ’מוז ערנסט אין באטראכט נעמען.
די ימי החנוכה פון א רוחניות’דיגן שטאנדפונקט איז עפעס פון וואס איך וויל נישט רעדן צוליב סיבות ידועות, איך בין נישט פונקט דער וואס זאל אריינרעדן אין די ענינים, אבער וואס מיך שטערט מורא’דיג א טאג נאך חנוכה בפרט דאס יאר תשע”ט, און לויט אלע ווארשיינליכקייטן וועט עס נאר ערגער ווערן ווי א יאר שפעטער, איז דער מציאות אז דער ווערדע פון דעם פשוט’ן איד פאלט א טאג נאך חנוכה צו א גאר נידעריגן סכום, און איך שפיר אז אזא שנעלע טראסק קען האבן אן אפעקט אויפן פינטעלע איד.
לאמיר אין באטראכט נעמען פאר די וואס געדענקען נאך די ל’ יארן אין אמעריקע, ווען חנוכה איז געווען א יו”ט וואס מ’האט געשפילט דריידל און געגעסן לאטקעס. (ווער נישט גערעגט, איך האב שוין אויבן געשריבן אז איך רעד נישט פון די רוחניות, אלזא לייען ווייטער) און די טראבלמעיקער’ס האבן געשפילט קוויטלעך.
לאטקעס, פאר די וואס ווייסן נישט איז א גאר גרינגער מאכל צו מאכן, און א גאר שווערער מאכל צו טראגן מיט זיך פאר 8 טעג, אבער וואס טוט מען נישט פאר פרסומי ניסא.
אידענעס האבן די לאטקעס געפרעגלט, און אידן האבן די לאטקעס געגעסן, און לייבל וויינשטאק האט פון די לאטקעס גערעדט, און די קינדערלעך האבן פון די לאטקעלעך געזינגען, אלס האט זיך געדרייט ארום די לאטקעלע.
ביז… ס’איז געקומען די דאונאט’ס עפאכע, אה… די רינדיגע משחיתים, די אויליגע טייג מיטן געמויזעכץ, ס’האט זיך פארקויפט 4 פאר א דאללער, ס’האט געמאכט א גרויסן רושם אויף די קינדערלעך, די דאונאט’ס זענען א שטארקער גורם צום קיום הדורות, און גאנצע שטיקער אידן זענען צוגעקומען צו כלל ישראל זינט איר באשאף ב”ה.
דער דאונאט האט זיך ווי א רעדל געדרייט פון א נארישער טייגל געטונקען אין טשאקאלאדע ביז צום היינטיגן מצב פון א הויכגעשעצטן הייליגן דאונאט פארזיכטיג געשמירט מיט כל ערליי מאראסטן. עס איז שוין געקומען צו א מצב אז דער דאונאט איז דא אין מילכיג, פליישיג, און פארעווע.
דער דאונאט האט זיך דערקייקלט צו זיין דער מעכטיגסטער וואפן קעגן די גריכן מיט די עלעפאנטן, עס שטעלט אהער אידן אזוי גרויס און אזוי ברייט אז מיר האבן זיך נישט פאר וועם צו שעמען מער.
דער דאונאט איז געווארן א חמור מדינא און נישטא קיין גרויס פראצענט אידן וועלכע קענען דורכגיין די חנוכה טעג אן נכשל ווערן אין די טעמי הדאונאטס ודומיהן.
אלזא וואס איז דען דער פראבלעם? בין איך דען א שונא ישראל וואס פארגינט נישט ח”ו פאר אידן א גוטער דאונאט?
דעם פארגאנגענעם חנוכה האט מיך א איד מזכה געווען מיט א פיינעם דאונאט, און איך מוז מודה זיין אז עס איז געווען פונקט אזוי גוט אדער נאך בעסער ווי די חמץ מוצאי פסח ביים זמן, דאס טייגל האלב רוי, די געמויזעכץ איז געמאכט געווארן פון איבערגעקוקטע אייער און איבערבלייבענישן פונעם חרוסת, אבער איך האב מיט א שמייכל פארזוכט נישט צו פאראורזאכן קיין עגמת נפש פאר מיין באקאנטן.
אבער דאן איז מיר ווי א באמבע געפאלן ווען דער איד האט מיר מגלה געווען אז מיטן אראפשלונגען דעם דאונאט בין איך ווערד מיט גאנצע 7 טולער מער ווי א מינוט בעפאר.
דאס מיינט אז אויב איז מיין באבע ע”ה גערעכט געווען אז איך בין ווערט א טריליאן דאללער, בין איך יעצט א טריליאן און זיבן. ממש אזוי, דער דאונאט פארקויפט זיך אין א שטאט ווי מ’רעדט פון חתונה תקנות און פון בר מצוה תקנות, און ס’פארקויפט זיך א דאונאט פאר זיבן גלאטע דאללארן רח”ל.
אין א געמיינדע ווי די בויער פון די הייזער ווערן גערעכנט פאר רויבער פארן בעטן געפעפערטע פרייזן, שטייען אידישע קינדערלעך אין א שורה גראד און ווארטן צו קענען באצאלן ביים רעגיסטער 7 דאללער פאר א אומגעצייטיגטן טייגל באשמירט מיט חרוסת.
דאס מיינט צו זאגן אז א איד וואס איז ערליך, און איז מקיים דעם אנו אוכלין דאונאטס אין פארשידענע פארמאטן יעדן טאג פון חנוכה איז ווערד נאך חנוכה אפאר אלפים מער ווי פאר חנוכה, דאס איז דאך נישט קיין קלייניגקייט.
וואס מיך שטערט דאס מערסטע איז, איך האב נישט ליב ווען דער פרייז פונעם איד פאלט, און דא קומט קאלמוטנע ווינטער נעכט, די דאונאט פראדוצירער זענען פארנומען צו ציילן די אויסגעהארעוועטע געלט וואס מ’האט באקומען פון די רחמנות’דיגע אידעלעך וואס האבן אוועקגעגעבן דאס ביסן פון מויל צו ווערן פאררעכנט פונעם עם הנבחר וואס ערלויבט זיך נישט צו עסן א פופציג סענטיגן דאונאט, און וואס גייען מיר עסן אין די קומענדיגע לאנגע ווינטער נעכט וואס קען ערזעצן דעם שאדן?
די סטאקס פאלן, די דאונאטס ווערן פארשוועמט אין די אפלויפן פון ניו יארק, און כלל ישראל פאלט אין פרייז ח”ו?
א סטאטיסטיק ווייזט אז ס’פארקויפט זיך אום חנוכה מוגזם’דיגע מיליאנען דאונאטס, וואס אויב נאר א מיליאן דערפון זענען די טייערע גאר עלעגאנטע 7 דאללערדיגע דאונאטס איז דאס א זיבן מיליאן דאללערדיגן פארלוסט אין די ווערדע פון כלל ישראל. וואס קענען מיר טון דערצו?
איך שפעקוליר אז מ’זאל אויפגעבן אויף די חתונה תקנות, און אויף די אלע אנדערע שפארונגען וואס מ’פרובירט אריינצוברענגען, פשוט צו האלטן דעם טייערן סטאטוס.
לאמיר אלע עסן פון היינט אין ווייטער חלה געשפרענגלט מיט גאלד, פיש געקאכט אין דיזעל געז, אייער צוויבל געמישט מיט ברעקלעך פון פערל שטיין, און אזוי אפשר אנהאלטן אונזער סטאטוס פאר אייביג.
אויב אייער מיינונג איז אז עס איז נארמאל צו “קויפן” א 7 דאללערדיגן דאונאט, מישט אריבער דעם בלאט און פרובירט צו זעהן אייער מיינונג אויף דירות און חתונות וכדו’, און דאן נעמט א קאלקיולעטאר און רעכנט אויס אויב ס’שטימט… איר וועט זיין סורפרייזד.