דרייט זיך אן אקס אין דעם ענדלאזן פעלד פון גראז און פאשע, ער איז ברייט, ער איז פעט, און גאנץ צופרידן מיט זיין אקסישן שטאנד, ער קוקט זיך צו ווי זיין בעל הבית דער ארימער פארמער נעבעך וועלכער שוויצט אוועק אין דעם פעלד, ער ברענגט און טראגט, ער ארבייט פון פרימארגן ביז שפעט אין אוונט, און אלעס אז איך דער גרויסער אקס זאל האבן פיין צו עסן און טרינקען.
וואס קען דער בעה”ב וועלן פון מיר שפעקולירט זיך דער אקס, ער מוז דאך האבן עפעס א סיבה פארוואס ער ארבייט זיך אזוי איבער פאר מיר, זאל איך זאגן ער האט פשוט מורא פון מיר? זעהט נישט אויס, ער האט דעם שליסל צום גרויסן צוים פון וואו איך קען נישט ארויסגיין. אפשר האט ער מיך ליב צוליב מיין שיינקייט? קען זיין, אבער אזוי זיך צו איבערארבייטן פאר דעם איז שוין גאר א אינטערסאנטע זאך.
דער אקס עסט ווייטער, ער טראכט אויבערפלעכליך, און ער איז דאנקבאר אויף ווי ווייט א אקס קען זיין דאנקבאר פאר דעם בעה”ב וואס פאר סיי וועלכע סיבה גיבט אים אלס וואס ער ברויך.
ביז דער טאג קומט אן און דער אקס אונזערער טרעפט זיך אויפן ריזיגן טראקטאר טרעילאר מיט אסאך אנדערע “צופרידענע” אקסן, וועלכע ווערן געפירט צום גרויסן בית השחיטה, פון צווישן די שמועסן פון זיינע קאלעגע אקסן, און פון די אומהיימליכע מינע פון זיינע מעקסיקאנער שאפערן וועלכע פירן דעם גרויסן מאסע אקסן ערגעצוואו, זעהט אים אויס ווי ס’האבן זיך געטוישט צייטן, ער שפירט זיך עפעס נישט אזוי רעספעקטירט ווי דארט אין פעלד, ער האפט אז ס’איז נאר צייטווייליג, קען זיין ער מוז גיין צו א נייעם פעלד מיט בעסערע עסן? ער קען נישט גלייבן אז דער בעה”ב האט אים עפעס וואס פארראטן נאכן זיין אזוי גוט צו אים.
ווען דער אקס שטייט שוין ביים מזבח ער זעהט שוין זיינע פריינד הענגען מיטן קאפ אראפ, און ער זעהט ווי די שורה ווערט קלענער און קלענער, קען ער אפשר אנהייבן באגרייפן אז די עסן די טרינקען, די שיינע פעלדער, די בלוט און שווייס פון זיין געטרייען בעה”ב איז געווען כדי אים צו פארקויפן פאר פיינע בשר בהמה, און דא ענדיגט זיך דאס געשעפט. מ’לאזט נישט דעם אקס צולאנג טראכטן, און ער איז שוין אויפן כשר’ן ברעט צעטיילט אין קלענערע און גרעסערע פעקלעך פלייש.
ער איז דאך אן אקס נאך אלעם, און א מינוט דערנאך געדענקט ער ניטאמאל אז אן אקס איז ער אמאל געווען, מיט דעם ענדיגט זיך די עפאכע פון איין אקס, און פון הונדערטער און טויזנטער אקסן ארום די וועלט, דאס איז די דערצעהלונגען פון אקסן, און ע”פ רוב איז דאס די פולע געשיכטע אן קיין שום אנדערע איינצלהייטן.
—
אינעם גלות אמעריקע זיצן מיר און מיר מאכן זיך באקוועם, מיר לעבן אין דעם אטמאספערע פון בארעכטיגקייט פון וועלכע די צדיקים עליונים פון די פריערדיגע דורות האבן אזוי מורא געהאט.
באקוועם, עס איז א נייער געברויך, עס איז א לעבנסוויכטיגער באשטאנד, נישט לאזן דעם מח אומבאקוועם, נישט לאזן דעם מח ארויסוואנדערן פון דעם אקסישן ד’ אמות וואס געדענקט נאר אז ס’איז איר באקוועם וויאזוי עס איז, נישט טראכטנדיג אויף צוריק, פארוואס באקום איך די מתנה, און אודאי נישט אויפן עתיד, וואס דארף איך טוהן צו באצאלן על כל הטוב שגמלנו.
עס איז נישט גרינג פארן מח צו טראכטן אז צו די אלע מתנה’לעך וואס מ’גיבט אים פון הימל, די ריזיגע פארעם מיט מאכינאציעס און חיות בהמות פעלדער און וועלדער, וועלטן און מזלות כוכבים און לבנה, אלעס דרייט זיך ארום דעם אידעלע צו קענען אים געבן דעם כח און מוהט צו דינען דעם אייבערשטן, ער זאל זיין זאט צו קענען דינען דעם אייבערשטן, ער זאל זיין באקוועם צו קענען דינען דעם אייבערשטן, און אזוי ווייטער.
דער מח איז נעבעך שוואך, מ’טאר אים נישט איבערשטרענגען, ער קען זיך נאך ח”ו איבערשרעקן, זאגן די מחנכים, זיי טענה’ן אז אויב וועט מען דאס מח’ל פארציילן אז ער איז דא פאר א גרעסערן ציהל וועט ער ח”ו פארלוירן ווערן און זיין רעאקציע קען זיין גאר פאטאל, מ’שטעלט אים אריין אין פארעם, מ’צינדט אן דאס מאשינקעלע און מ’לאזט דעם נפש הבהמי דורכדרייען די יארן, זאל ער נישט געשטערט ווערן מיטן מציאות עס קען אים נאך ווייטון ח”ו.
דאס איז דער גלות אין וועלכן מיר זענען, באקוועמעריקע, מיר ווערן פארלוירן פאר דאס ביסעלע באקוועמליכקייט, אזש ווען עס איז ליידער געקומען די שווערע צייטן פון די מגיפת קאראנע זענען געווען אזוינע וואס האבן מער מורא געהאט פון די אומבאקוועמע צושטאנד פון זיין איינגעשפארט אין שטוב, אדער פון נישט קענען קויפן די יעדן טאגיגע קאווע אין קאווע שטובל, אדער גאר פון אנדערע מינימאלע שינויים אין סדר החיים.
חס ושלום נישט צו זאגן אז מיר האבן נישט געוויינט און געזארגט פארן מצב פון חולי ישראל, און מתפלל געווען צום וואוילזיין פון אידישע קינדער, אבער איז דען נישט באקוועמליכקייט געווען א פאקטאר.
וויאזוי זעהן מיר אויס ווען מ’דרייט ארום די בענק אין ביהמ”ד? ווי צעשטערט איז דער טאג ווען ס’איז נישט געווען גרייט דער תיקון מיט די זעלבע קיכעלעך וואס מיר זענען צוגעוואוינט? ווי שטארק ווערן מיר הילפלאז ווען זאכן זענען א פיצינקע געענדערט ווי דער געוויינליכער טאג טעגליכער מהלך החיים.
דאס איז דער גלות באקוועמעריקע, עס איז דער גלות וואס פארטעמפט דעם מח, און לאזט נישט מתבונן זיין.
דער נביא זאגט מוסר פאר כלל ישראל, ידע שור קונהו וחמור אבוס בעליו, ישראל לא ידע עמי לא התבונן
דער אקס ווייסט ווער זיין בעל הבית איז, דער אייזל ווייסט ווער זיין טרייבער איז, און מיין פאלק מיינע קינדער זענען זיך נישט מתבונן, זיי קלערן נישט.
וואס ווייסט דער אקס, וואס איז דער אקס בעסער? ער ווייסט נעבעך גארנישט, ער ווייסט אז ער האט א בעה”ב וועלכער גיבט אים פון אלעם גוטן, דער אקס קען נישט טראכטן קיין סיבות אדער אורזאך פארוואס דאס איז אזוי, ער טראכט נישט וויאזוי צו באצאלן פאר דאס אלעס גוטס, ער איז צופרידן, ער געדענקט אז נעכטן איז ער געווען זאט, ער איז זיכער אז מארגן וועט ער אויך זיין זאט, אלזא שטערט אים נישט פון זיין אנגייענדיגן סדר היום פון עסן טרינקען און שלאפן, וועקט אים נישט אויף צום מציאות, ער האט נישט קיין מח פאר התבוננות.
דער אקס איז באקוועם, און זיין מח איז דער מח פון אן אקס, אבער דער מענטש דער איד, דער חלק אלק ממעל, מיט די געהויבענע מתנה פון בינה, פארשטיין, קלערן, טראכטן, פארוואס לאזן מיר זיך אריינגיין אין דעם פארטעמפטקייט פון באקוועם, און נישט לאזן דעם טייערן מח טראכטן אביסל אינעם פארוואס, און פארשטיין דעם ציהל, און נישט ווערן דערשראקן פון א טויש אין סדר.
מיר בעטן אין די זמירות שתרחמני בגלותי, אין מיין גלות, מיין אייגענער גלות, מיר האבן זיך אונזער אייגענעם גלות פון וועלכן מיר קענען גרינג ארויסגיין ווען מיר טראכטן מיטן מח, אנשטאט לאזן דעם לב שליט זיין און פארלירן דעם גאנצן שליטה אויפן מחשבה.
זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן שוין אלע אויסגעלייזט ווערן פון אונזערע פערזענליכע גלות’ן און פון דעם גרויסן פינסטערן גלות מיט די גאולה שלימה בקרוב בימינו, אמן