איך האב שוין לאנג נישט געשריבן, און איך קער מיך נאך נישט צוריק צום שרייבן אזוי שנעל, פשוט ווייל ווי עלטער מ’ווערט אלס ווערן די טעג קלענער, און די שעה’ן איינגעצויגענער, און די יארן לויפן מיט אן אימפעט וואס אין דעם עלטער איז שווער נאכצולויפן,
אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן, און ווען איך האב עפעס צו זאגן זוך איך אלס איינער זאל מיך אויסהערן, און אויב הערט מען מיך נישט אויס שרייב איך עס אפ און שיק עס ארויס אויפן וועלט צו זעהן אפשר אולי וועט איינער זיך מרחם זיין און צולייגן אן אויער.
אלזא דער גאנצער היימישער ישוב אין די פאראייניגטע שטאטן זענען אויף א אויפוואכונג און איבערגענומען מיט ערווארטונגען אויף די נייע סתם-יעלות טשעקלעך וואס מ’גייט קריגן פון הקב”ה אליינס דורך דעם שליח ירום הודו מר. יוסל ביידען פון פענסעלוועניע עוועניו.
און די שמחה באמת איז צוגלייך ביי די וואס באקומען א פעטע אפותיקי די אידן וואס ווערן קלאסיפיצירט דורך די באהערדע אלס “באדערפענדע” און באקומען פעקלעך פון אלע סארטן.
ווי אויך פרייען זיך די וואס קוואליפיצירן נישט דערפאר ווייל זיי פארדינען עטוואס מער ווי מ’מעג ע”פ חוקי המדינה פארדינען, (ווי באקאנט איז אין אמעריקע די איינציגע מענטש וועם מ’מעג ארויסנעמען פון דעם גלייכבארעכטיגונג באוועגונג פון די ליבעראלן, די מענטשן וואס מאכן אפאר דאללער מער ווי דער געוויינליכער מענטש. אבער לאמיר נישט רעדן פון דעם יעצט).
די אידן וואס מאכן אפאר דאללער מער און קוואליפיצירן נישט פאר דעם קאלקיולעטאר פון דעם גויאישן קאפ וואס רעכנט נישט אריין די מצות און די כוסות מיט די לאטקעס אין דעם חשבון פון געברויכן, און נעמט אים דעריבער ארויס פון דעם כלל פון “באדארפענדע” און מ’גיבט אים גארנישט, די אידן פרייען זיך אויך צום געשאפענעם מצב.
וואס פרייען זיי זיך? ווייל נישט נאר די גאווערמענט פון די פאראייניגטע שטאטן פארשטייט זיי נישט, נאר די פושטי יד אין ביהמ”ד און אינדערהיים ווייסן אויך נישט דעם חשבון, און קומען אלס בעטן פרישע נדבות, און די אידן מיט זייער אידישע מדת הרחמנות שטרענגען זיך איבער (אין רוב פעלער איז עס ממש “שטרענגען זיך איבער” און אין אנדערע פעלער קען מען זיך דינגען וויפיל שטרענגען און וויפיל איבער, אבער ע”פ רוב איז עס קלאר אזוי) און גיבן וויפיל זיי קענען פאר די טייערע אידן וואס קענען נעבעך נישט אליינס זיך גרייטן צום פסח אדער צו א שמחה.
די אידן וואס קוואליפיצירן נישט פאר דעם פעקעדזש און לעבן פעיטשעקע צו פעיטשעקע טיילן צדקה מער ווי א שליש פון די הכנסות בלית ברירה אויב ווילן זיי בלייבן א חלק פון די ציוויליזאציע, מ’קען פשוט נישט אפזאגן די אומצאליגע בקשות, און זיי ברעכן קאפ נאכדעם פון וואו צו דעקן די אייגענע באנק, דער אויבערשטער פארלאזט זיי נישט, און ער שיקט זיי אריין השפעות טובות, אבער דער דורכגאנג איז אסאך מאל ממש שווער פאר די אידן.
די אידן פרייען זיך אז עס איז דא א שטיקל ישועה משמים וואו דער שליח צו שיקן א שיינעם מוציא איז פון הימל גלייך, און אזוי וועלן בעזהשי”ת זיין עטוואס ווייניגער נצרכים, און מ’וועט קענען אביסל אפאטעמען פון דעם גרויסן דראנג וואס קומט געוויינליך אין די טעג פאר אזא הייליגן יום טוב.
א קליינע ווערימל פון קנאה אדער אפי’ רוגזה כאפט זיך אמאל אריין ביי אזוינע חשוב’ע אידן ווען זיי הערן אויף געוויסע אידן די וואס זענען “יודעי ספר” זיי קענען די ביכער און לעבן ב”ה אינגאנצן אויפן אפענעם חשבון פון דעם פעטער, און רייסן א לעבן ווען מ’שיקט אריין א עקסטערן פעקל, אבער ווען ס’קומען צו געבן צדקה ווייזן זיי די ביכער…
מיינע ווערטער וויל איך ווענדן צו די אידן טאקע וועלכע פרייען זיך צום מצב, די אידן וואס באקומען נישט אליינס און פרייען זיך אז אנדערע באקומען יא,
מיינע טייערע ידידים, איך הער פון צווישן די רייען פון פאליש און ביי די מקוה קארידארן, ווי די פאנדרעיזערס דראפענען זיך אויף גראדע ווענט, און בעטן אייך הילף ווי אלע יארן, און איר ענטפערט צומאל דעם תירוץ: וואס איז? זיי באקומען דאך דעם סטימיולעס?
איר באציהט זיך צו די געלט גייער’ס אסאך מאל מיט א רוגזה, און איך דערקען פון די לשונות אז איר זענט זיך טועה און איר ווארפט די חצים ובליסטראות אויפן נישט ריכטיגן אדרעס.
איך וויל אייך בעטן אביסל צו צולייגן קאפ, און פארשטיין וואס פארא מעשה שטן דאס איז,
דער בורא עולם האט אייך געגעבן די זכי’ צו זיין פון די נותנים אלעמאל, נעמט אין באטראכט אז די אידן וואס “בעטן” געלט פאר קמחא דפסחא, אדער אנדער צרכים זענען נישט די אידן וואס לייגן אוועק דאס געלט צו אינוועסטירן אין ראבינהוד אדער אין די שווייצע בענק,
דאס זענען אידן וואס האבן זיך געפריידט צו הערן אז עס קומט א פעקל פון ר’ יוסל’ן אין וואשינגטאן און זיי האבן גראד אנגערופן די האלב מיואש’דיגע מלוים זייערע, וועם זיי זענען נעבעך שוין שולדיג געלט א צירקע פון יארן, און מודיע געווען אז א קליינער חלק פון דעם חוב האפן זיי אפצוואווישן מיט דעם קאראנע מגיפה געלט.
די אידן האבן ארויסגעווארט אויף אזא פעקעלע און אפי’ נישט געוואוסט אויף וואס מתפלל צו זיין, זיי האבן נישט געוואוסט וויאזוי דער גרויסער באשעפער וועט זיי פון אזא פינסטערן חשכות’דיגן מצב שיקן אזא ישועה צו קענען אביסל נארמאליזירן דאס לעבן.
איך טרייב נישט איבער, איר ווייסט דאס, איר ווייסט אויך אז אפי’ מיט אייער געוויינליכן גוטען הכנסה וואס איר מאכט ב”ה, ברויכט איר אויך אסאך מאל א קליינעם אדער גרעסערן שטופ צו קענען דורכשטופן, ווייל איר האט אויך א שטוב מיט קינדער, און ווייל אומצאליגע אומגערישטע הוצאות קומען אונטער אין לעבן וכו’.
שטעלט אייך שוין פאר וואס טוט זיך ביים ארימאן אין שטוב, וואס ליידער קיינמאל האט ער נישט די זכי’ צו זאגן פאר די קינדערלעך “קוקטס וואס טאטי האט געקויפט פאר יום טוב” אלעס גייט מיט א טאטאלע דעפרעסיע, מ’זוכט נעבעך פון וואו מ’קען שניידן און שינדן, און די קינדערלעך קוקן מיט אנגסט ווי דער פארווייטאגטער טאטע מאכט זיך צופרידן פון מינימאלן, און פארלאנגט פון די קליינווארג מיטצושפילן דעם שפיל.
ער ליינט מיט שמחה אז עפעס אפאר טויזנט דאללער גייט מען אים אריינגיסן פון די רעגירונג, ער טראכט שוין וויאזוי ער וועט קענען צוריקגיין אין איינע פון די דריי גראסערי’ס וואו מ’לאזט אים מער נישט איינקויפן, ער באשליסט שוין מיט די בני בית וואו עס לוינט זיך צו באצאלן ערשט, און דערנאך ווארטן אויף די קימענדיגע ישועה משמים צו באצאלן די איבעריגע.
ער טראכט ביי זיך מיט עטוואס פארלייכטערונג אז די חודש אנשטאט צו באצאלן נעבעך די 29 פראצענט אינטערעסט אויף די מינימום פעימענטס וואס ער מאכט צו זיינע לאנג אויסעמעקסטע קרעדיט קארדס וועט ער צולייגן צווי אלפים אויפן קרן צו קענען עטוואס מינערן די געוואלדיגע אויסבליטונג נעבעך יעדע חודש.
ער האט אבער פארגעסן איין זאך.
ער האט פארגעסן אז דער שטן מיט זיין קאמפעני ארבייטן אויף א פולע פארע און גארנישט פארמאסקירט, דער שטן נעמט דעם חשוב’ן נותן דעם נדבן וואס יעדעס יאר רופט ער זיך אן מיט אזא ווארימקייט צו זיינע עניי העיר ועניי המשפחה און נעמט דעם לאנג נאגנדען רוגזה וואס ער האט אויף די וואס אביוזן דעם סיסטעם, און ער גיבט א צעשמיר אויפן כלל כולו דעם געוואלדיגן חימה, ער מאכט א שפוך חמתך על כל עניים, און מיט זיין סיסטעמאטישן קאנטראל אויפן מענטשן’ס בלוט דרוק און לופט רערן מאכט ער אלעס פאר איין גרויסן קוגל.
וואס קומט ארויס דערפון ליידער איז זייער ווייטאגליך:
דער איד וואס האט אויף זיין איד אויפגעבויט א קאנטע אויבן אין הימל אלס איינער וואס טוט גמילות חסד אן קיין שום חשבונות, און מ’גרייט אים אן פאר דעם השפעות טובות מיט די שכר טוב וואס קומט זיך פאר א לב טוב, ווערט פארוואנדלט אין א בעל קנאה ושנאה, מיט חשבונות, ער לייגט אריין ווערטער אין מויל פון דעם מקטרג ליידער אומווילנדיג.
ווידער דער אומשולדיגער ארימאן וועלכער האט שוין געמיינט אז דאס מאל וועט ער האבן א רואיגערן יום טוב, זיין חשבון איז געווען אז ער וועט אראפנעמען אביסל פון די חובות, און יום טוב מאכן מיט די אלע הילף וואס ער באקומט יעדעס יאר און אזוי ארום וועט דער יום טוב פסח דאס יאר זיין גאר א פרייליכער, ער וועט קענען זיין די טאטע וואס גיבט יא עפעס פאר אפיקומן, ער וועט נישט דארפן זאגן פאר די קינדער אז “ס’איז קעגן זיין פרינציפ” ער וועט קענען ברענגען אביסל פרייליכקייט אויף די פנימ’ער.
ווערט ער געוואויר אז ניין, די וואס האבן אים אייביג געהאלפן מאכן זיך חשבונות אז ער האט שוין, און עס איז ווידער ביים אלטן.
טייערע לייענער, איך טו קיינעם ח”ו נישט באשולדיגן, איך באציה זיך צו א נאטורליכע רעאקציע וואס קומט מיטן מצב, און דאס איז ליידער דער מציאות.
איך רוף נאר צו אייך טייערע אידן נדיבי לב, לאזט אייך נישט פארפירן, מאכט נישט קיין חשבונות, און מיט אלע כוחות פארמיידט צו מאכן שווער פאר די עושים ומעשים וועלכע גיבן זיך אוועק פאר אונזערע נויטדארפיגע ברודער, גיבט זיי חיזוק, גיבט זיי א גוט ווארט, נישט ח”ו דאס פארקערטע.
איר ווייסט זייער גוט אז נאכן געבן שפירט איר זיך גוט, און איר דאנקט דעם אויבערשטן אז איר קענט זיין אויף די זייט פון די געבער’ס. טוטס אט דאס ווייטער, און דער אויבערשטער וועט אייך העלפן איר וועט אלס קענען געבן און געבן אן קיין שיעור.
געדענקט אז אפי’ א נארישע ווערטל קען אמאל שאדן מאכן הויפנס חיזוק, זייט פון די נותנים וואס דער אויבערשטער האט ליעב, גיבט וויפיל איר קענט, מיט וויפיל הארץ איר קענט, מיט מער חיזוק ווי איר קענט.
נ.ב. איך גיי נישט נאך געלט פאר קיינעם, און איך מיין נישט קיינעם פערזענליך, און אויב שפירט איר זיך געטראפן ח”ו, שפירט אייך פריי צו ווערן צוריק פארלוירן. א כשר’ן פרייליכן יו”ט.