ס’גיסט שניי!

א נצחון אינעם שניי
אז מ’זעהט איר שוין פארביי
די זאלצעלעך טאנצן טיראריריי

די זון בראט אויף די פלעקעלעך
דער רעגן דערטרענקט ענק שרעקלעך
מענטשן שארן ענק אויף מיט טרעקלעך
און שפאצירן. מיט די שוך אויף ענקערע קעפעלעך
ענק ווערן צעפיצלט אויף ברעקעלעך
די קינדער מאכן שניי מענטשן מיט שיינע בעקעלעך
אבער ענק קומען אלס צוריק מיט פולע זעקעלעך

א נצחון אינעם שניי
ווען מ’זעהט איר שוין פארביי
וואס א חילוק וויאזוי גוד ביי

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

טיפס מיט טיפס

אין די לעצטע 24 שעה האב איך שוין באקומען בערך 400 אימעילס מיט טיפס איבערן שניי וויאזוי זיך מו באגיין מיט איר. און אלעס אומזיסט!

בין איך דאך א מענטש. אז איך באקריג א זאך בחנם בין איך גרייט צו געבן פאר א צווייטן אויך. וועל איך אייך מיט טיילן געוויסע טיפס וואס איך האב באקומען! (די געלט טיפס האלט איך פאר מיר! איר קענט ביי מיר איינטוישן די טיפס פאר טיפס וד”ל)

טיפס וואס איך האב באקומען (איבער געטייטשט אין אידיש)

1. דער שניי איז א ווייסער סובסטאנץ עס קומט געוויינליך פון אויבן. אויב. זעהט איר ווייסע פלעקעלעך קומען פון הינטן איז עס ע”פ רוב נישט קיין שניי עס קען זיין א סוער בעקאפ.

2. דעם קאר איז וויכטיג אפצורייניגן די פענסטער’ס פארן דרייוון אז איר זאלט קענען ארויסקוקן. מאכט נישט דעם טעות אז ווייל איר זעהט נישט זעהט קיינער נישט!

3. ווען איר גייט אין שניי גיט אבאכט צו גיין מיט 2 פוס כאטש עס איז נאכנישט געפאלן צוויי פוס שניי. עס האט נישט קיין שום זין נישט צו גיין מיט צוויי.

4. א שירעם איז געאייגנט פאר רעגן! אין שניי איז בעסער צו נוצן דעם שירעם פאר א שטעקן צום גליטשן!

5. צו וויסן וויפיל פוס שניי ס’איז שוין געפאלן איז ראטזאם ארויסצולייגן 12 פאר שוך צו זעהן וויפיל דערפון פיהלן זיך אן…

מער טיפס וועלן קומען ווען איך באקום

ווארט מיט שפאנונג און מיט א בענקל!

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

מיין שיך בענדל

איך קום אהיים מיט א שמייכל און איך באגריס מיינע קינדערלעך. איך פרוביר אראפצונעמען סיי וועלע אנגעצויגנקייט פון פנים, נישט צו באאומעטיגן די קליינווארג. נאך אלעם וואס ווייסן זיי דען? איך קום נאך א טאג אין די ארבעט אבער זיי קומען נאך א טאג אין די הייליגע לופט ארום גענומען מיט תורה ועבודה, קומט זיי מנוחה.

פרעגט איר אודאי פארוואס זאל איך יא זיין אנגעצויגן? נישט קיין גרויסע וויכטיגע ענינים נאר פשוט און גראד מיין שיך בענדל האט זיך פארקניפט און איך קען נישט לויז ווערן (איך מיין: לויז מאכן) און עס דערנערווירט מיך! ווארט איך שוין אנצוקומען אהיים און מיט קראפט אראפפליקן דעם פארקניפטן בענדל און לייגן א נייעם פרישן אויף איר פלאץ.

איך זעץ מיך אוועק און נעם אפיר א נייעם בענדל און הייב אן צו פליקן שטיקער אינעם אלטן און אזוי נעם איך מיך פלעכטן פון לעכל צו לעכל ביז דער נייער בענדל ליגט שוין באקוועם און דינט איר תפקיד!

איך הייב אויף די אויגן און עס אנטפלעקט זיך פאר מיר א בילד וואס האט מיך געברענגט למחשבה. איך זעה מיינע קינדערלעך קוקן זיך אזוי צי צום עבודת הבענדל, און איך וואונדער זיך וואס איז אזוי אינטערסאנט מיט א שיך בענדל?

נאך א לענגערן קלער גיב איך א בליק אויף מיין בן’דל’ס שיך אוואו איינער זאגט: וואס קוקסטו אויף מיר? האסט דאך אויך שיך! ניין?

אבער ניין! הערשט דאן באמערק איך אז קינד און קייט גיייט טאקע מיט שיך אבער “בענדלעך” מאן דכר שמי’? אלע האבן זיי באקל’ס און וועלקראו’ס און פטור אן עסק!

וואונדער איך זיך! וואו האלט מען אויף די וועלט? ניטעמאל קיין שיך בענדל וועלן מיינע קינדער וויסן וויאזוי אנצובינדן? איך רעד נישט פון צןזאם בינדן די ד’ מינים אדער קניפן ציצית! איך רעד פון א פשוט’ן שיך בענדל! וואס דארפן די קינדער יא קענען?

עס איז א נייע וועלט! די צארטע קינדער קענען נאך ח”ו זיך איבערשטרענגן! עס וועט נאך קומען אמאל קלער איך וואס אנשטאט די אלט מאדישע קנעפלעך אויפן רעקל וועלן זיי האבן זיפלאק’ס אדער עלעקטעראנישע באטן’ס מיט טאטשסקרין טעכנעלאגיע ווי מיט א שמיר מיטן פינגער ווערט דאס רעקל באפעסטיגט!

עס וועט נאך אפשר קומען א צייט וואס זאקן וועט מען נישט דארפן אויסטוהן מ’וועט דאס אפשיילן און אוועקווארפן כדי נישט איבערצושטרענגען די באלמוטשעטע יונגווארג.

און דעם גארטל וועט מען נישט דארפן דרייען און בינדן עס וועט האבן א ווייערל וואס וועט עס האלטן באפעסטיגט מיט איין דריי! אדער גאר ווען מ’גייט אריבער דעם מקוה טוירנסטייל וועט דער גאלאפירנדער אייזן ארום דרייען דעם גארטל.

עס וועט זיין א עסקעלעיטאר אריין אין בור און א אנדערס ארויסצוגיין.

תפילין לייגן קענען דאך די צארטע קינדערלעך זיך טועה זיין און דרייען מער ווי זיבן מאל! וועט מען מאכן א טשיפ וואס וועט ציילן און אויסרופן: והוא – רחום – יכפר – עון וכו’ דערנאך וועט עס אויסרופן מיט עקסטאז: יו העוו ריעטשד די מעקסימום טוירן’ס יו קען נאו פוט די של ראש… אא”וו

בקיצור! לאמיך נישט דמיונען ס’נישט מיין סטייל. אבער יעדע משוגעת וואס א ארטיסט אין קאוואטשהאזא טרעפט אויס וועט מען אימפארטירן צו פארגרינגערן אונזערע שעפעלעך. און נר מצוה וועט האקן א טאג און אונז אלע וועלן זיין די נע”ר מצוה.

עס איז צייט זיך אויפצווועקן און זעהן אז די הענטעלעך און פוסעלעך האט דער פון אויבן געשאנקען צום נוצן אין צוזאמענהאנג מיטן קעפעלע! נישט נאר צו מאכן עקסערסייז!

צוריק צו די שיך בענדלעך! און דרייט נישט קיין דאשיק!

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

גוגל טאלק מיט אנעים (ליודעי אייוועלט)

בס”ד

א גוגל טאלק מיט אנעים

זאלץ: אנעים די ביסט דארט?

אנעים: יא! וואס זאגסטו זאלצי?

זאלץ: איך מיין עס דארף נעמען א עק צו די משוגעת’ן און לאמיר זיך ענטדעקן פארן ציבור מיטן פולן אמת.

אנעים: וואס הייסט?

זאלץ: פארוואס זאל דער עולם מיינען מיר זענען צוויי באזונדערע פערזאנען? לאמיר זיי מגלה זיין אז עס איז אלעס איינס!

אנעים: איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט?

זאלץ: לאמיר יעדן פארציילן אז אינז זענען נאר איין מענטש מיט צוויי ניקס.

אנעים: פארוואס זאל איך זאגן ליגנט?

זאלץ: עס איז נישט ליגנט! די ווייסט דאך דעם אמת!

אנעים: איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס די רעדסט? איך בין דו?

זאלץ: יא! די ווייסט דאך!

אנעים: זייט ווען?

זאלץ: וואס הייסט זייט ווען? מאך דיך נישט תמ’יש!!!

אנעים: דו ביזט אינגאנצען צודרייט?

זאלץ: קאן זיין אבער אויב איך בין ביזטו אויך.

אנעים: ר’ איד כ’האב מורא דו האסט פארגעסן צו נעמען דיינע פילן היינט. אדער האסטו גענומען די פאלשע פילן (דראגס בלע”ז).

זאלץ: דאס איז א פראבלעם! ווייל דאס מיינט אונז זע’מיר ביידע אויף דראגס!

אנעים: יויש ס’האט זיך מיר אנגעטשעפעט א מקשה לילך ממש ווי א שטיקעל ביה”כ פאפיר אויפען שוך. דאס האט מיר היינט אויסגעפעלט ווי א לאך אין קאפ…כ’מיין א מכה בדופן…

זאלץ: איהם אויך?

אנעים: נישט איהם אויך, נאר איהם! מאך איהם צודרייט און לאז מיר מנוחה.

זאלץ: די מאכסט מיך פילן ווי איך חלום ווען! פארוואס טוסטו דאס? ווי קען מען זיך אזוי אליינס פיינט האבן?

אנעים: לאמיך דיר עפעס קלאר שטעלן! איך וואוין אין …. און די וואוינסט אין …. איך האב … פיאות און בארד, און די האסט א …. פיאות און בארד. איך בין …. יאר אלט און די ביסט לכאורה …. אלט. נו וואס דרייסטו א קאפ?

זאלץ: די אלע תירוצים זענען זייער גוט פאר חרוסת. אבער נישט פאר זאלץ וואסער… הער אויף מיט די משוגעת. לאמיר זיך מגלה זיין!

אנעים: שומו שמים! איך האק אפ מיט דיר! די ביסט ערנסט בארירט!

זאלץ: ווער אונז?

אנעים: אקעי זאג מיר וואס די ווילסט פון מיר האבן

זאלץ: דעם אמת! איך האלט אז דער עולם דארף וויסן דעם אמת!

אנעים: זיי מיר מסביר וויאזוי קען איך זיין דו אז איך פרעג דיר קשיות אין דו ענטפערסט? אויב ווייס איך די תירוץ פארוואס פרעג איך די קשי’?

זאלץ: נו! די ווייסט דאך אסאך מאל איז עפעס שווער און עס ווערט גלייך פארענטפערט. נישט אזוי?

אנעים: פיין! פארוואס געדענק איך נישט צו זיין אין ניו העמפשיר אדער אין ביהמ”ד שומר שבת און די אלע אנדערע מקומות וואס די שרייבסט אז איך\דו ביסט\בין געווען?

זאלץ: עס איז נישט געזונט זיך פאר צו ווארפן! נעם עס איזי אויף דיר! עס איז גארנישט אז דער זכרון איז נישט אזוי גוט! האסט דאך אליינס געזאגט אז איך וועפ שוין… נו! זעמיר דאך ביידע אין פעקל.

אנעים: ביידע ווער?

זאלץ: איך און דו!

אנעים: אונז זענען מיר נישט איינס?

זאלץ: יא! סאו?

אנעים: נניח לאמיר זאגן אז יא! קען זיין אז איך געדענק נישט! אבער וויאזוי פארענטפערסטו די פאקט אז איך וואוין אין … און די וואוינסט אין …. און די טענה’סט נאך אלס אונז זענען מיר איינס?

זאלץ: און וויאזוי מ’מאכט דעם אטאם פארשטייסטו יא?

אנעים: גאנץ פשוט. יעדע זאך אויפען וועלט איז צונויף געשטעלט פון דריי שטאנדטיילען, פראטאן, ניוטראן…איין מינוט, פארוואס רעדן מיר וועגן אטאמען??? ווייסטו וואס, זיי נישט ברוגז אבער איך בין ביזי יעצט סאו…

זאלץ: הא’מיר געשלאסען אז דו קענסט באשטיין, יא? גוט, איך גיי שוין מפרסם זיין…

אנעים: ווייסט איך האב ערנסט אנגעהויבן טראכטן אפשר זענען מיר יא איינס. אבער ווען איך הער דיינע שטותים האב איך באשלאסן אז אפילו מיר זענען יא איינס וועל איך מיך צוטיילן.

זאלץ: צוטיילן? וויאזוי?

אנעים: וואס פרעגסטו מיך? איך בין נישט דער משוגענער וואס האט אנגעהויבן דעם שמועס. איך האב נישט קיין אנונג וואס די ווילסט! איך קוק מיך שוין א האלבע שעה אין שפיגל צו זעהן אויב איך בין איך אדער דו….

זאלץ: אקעי אקעי אקעי ווער נישט ווילד, איך האב דיר נישט געוואלט איבער’רעש’ן אבער וויפיל איז די שיעור זיך צו בלאפן.

אנעים: סאו אונז זענען מיר סקיצעפרעניאק?

זאלץ: עפעס אזוי

אנעים: סאו ווען בין איך דו און ווען ביסטו איך, און פארקערט?

זאלץ: איך ווייס נישט. אבער דו זעהסט דאך אז ווען איך שרייב אויף אייוועלט שרייבסטו נישט און ווען די שרייבסט שרייב איך נישט… מוז דאך זיין אז… ניין?

אנעים: דאס איז די סיבה פארוואס די ביסט געקומען צו אזא מאדנעם קאנקלוזשן?

זאלץ: נישט גענוג א גוטע סיבה?

אנעים: ניין נישט גוט!

זאלץ: וואס דען קען זיין?

אנעים: אז איך האב פונקט צייט ווען די האסט נישט און די האסט פונקט צייט ווען איך האב נישט , איז אסאך א גרינגערע תמצית ווי צו מאכן אונז פאר איינס… נישט אזוי?

זאלץ: און וואס קען זיין אז איך זעה אמאל אמאל דו נוצט מיינע לשונות (ס’ז נישט דוקא מיינע, נאר לשונות וואס איך נוץ. נישט נאר איך נוץ עס נאר…יו געט דע פוינט) און איך נוץ אמאל דיינע לשונות? ווייזט דאס נישט אויף עפעס?

אנעים: קען זיין אונז זענען מיר גנבים! אבער נאך אלס גרינגער ווי צו טראכטן מיר זענען איינס.

זאלץ: און וואס קען זיין די סיבה פארוואס מכה בדופן נוצט אונזערע ביידע לשונות און מענטשן טראכטן אויף אים אז ער איז אדער איך אדער דו….

אנעים: מסתמא איז ער אויך א גנב.

זאלץ: הייסט עס אז אלע מענטשען זענען גנבים, אבי אונז זע’מער נישט איינס?

אנעים: איך מיט דו נישט, אפשר דו מיט מכה בדופן יא…

זאלץ: נאך איין זאך! פארוואס ווען איך פרוביר צו רעדן צו מיר אליינס באקום איך צוריק בערך די זעלבע ענטפערס ווי איך באקום פון דיר. ווי למשל ווען איך פרעג מיך וויפיל אזייגער איז, ענטפער איך: קוק אליינס ווען איך פרעג מיך: ווי גיי מיר יעצט? ענטפער איך: וואס גייט דיך אן? וכו’. ווייזט דאס נישט אויף עפעס א צוזאמענהאנג?

אנעים: קען זיין אז די ביסט א געפערליך שלעכטער מענטש צו דיר אליינס. און איך בין שלעכט פאר מיר אבער דאס מיינט נאך נישט מיר זענען איינס…

זאלץ: שכוח פאר די אויפקלערונג אבער מיר קומט אויס דערפון אז די ביסט מסכים צו זיין א “גנב”, “משוגענער”, “שלעכטער” אלעס נאר נישט זאלץוואסער!!! וואס איז שוין אזוי געפערליך צו זיין זאלץוואסער און פארציכטן אויף די אלע מדות מגונות?

אנעים: אפשר טאקע?

זאלץ: קום מיר צוריק צום זעלבן…. לאמיר ערקלערן אז מיר זענען איינס. און פארגעסן פון די צרות.

אנעים: און אזוי וועל מיר ארויס גיין אין א קאמף צוזאמען קעגן מכה’לע?
זאלץ: ניין! מיר וועל אים אויך ארייננעמען ….

אנעים: און אונז אלע וועל מיר זיין איינס?

זאלץ: יא! מיט דריי ניקס

אנעים: און וואס וועל איך טוהן מיט מיינע אנדערע צוויי ניקס?

זאלץ: נעם זיי אויך אריין אין געשעפט.

אנעים: די הנהלה וועט דאס אלעס צו לאזען?

זאלץ: מ’עמיר זיי נישט פארציילן!!! פונקט ווי אונזערע יעצטיגע ניקס.

אנעים: וועלכע?

זאלץ: די פארגעסט! אנעים און זאלץ.

אנעים: אקעי זיי מיר געזונט איך האב שוין נישט קיין כח.

זאלץ: פארשטייט זיך אז איך האב שוין אויך נישט….

אנעים: א גוטע נאכט.

זאלץ: גיי מיר חלומ’ן.

אנעים: ענדיגן מיר שוין יעצט.

זאלץ: שלאף געזונטערהייט, און רוה דיך גוט אויס מ’האמיר ארבייט מארגן.

אנעים: איך האב געהאט ארבעט ביז יעצט ווען נישט דו שטערסט מיר…

מכה בדופן (אטעמט שווער): כ’בין הערשט יעצט אנגעקומען, וואס איז דער שמועס?

אנעים & זאלץ: אונז גיי מיר אלע דריי ווערן שותפים, ביזטו מסכים?

מכה: א מכה!!!

געשריבן אין די איילעניש אויפן שווארצן בערל

זאלץ אויף שניי

אויף אייוועלט האט מיך “גלייכגילטיג ” געפרעגט ווי פאלגענד: און איך האב געענטפערט…

גלייכגילטיג האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט זאלצעלע אז מ’גיסט אויף שניי זאלץ??

די מעשה מיט זאלץ און שניי גייט שוין צוריק דורי דורות פון די צייטן ווען אונזערע עלטערן פון די זאלץ זייט, און זייערע עלטערן פון די שניי זייט האבן זיך נישט פארטראגן.

און צו מאכן די לאנגע מעשה קורץ איז אזוי:

יארן צוריק ווען עס איז באקאנט געווארן די זאלץ משפחה מיט זייערע אייגענשאפטן, האט זיך געשאפן א שטורעם איבערן זאלץ, עס זענען געווען אזוינע וואס האבן געטענה’ט אז די זאלצלעך זענען ווערטלאזע ציפעדיגע שטיקער שטיין, און עס זענען געווען וואס האבן געוואלט זאגן אז אין זייער שארפקייט איז דא מינעראלן וואס קענען העלפן די מענטשהייט.

ווען דער מלך איז געוואיר געווארן אז מען קריגט זיך איבערן מל”ח און אז מאנכע טענה’ן אז מ’דארף זיי פארטרייבן פון לאנד, האט ער ארויסגעגעבן א געזעץ אז מ’וועט מאכן א אפענעם געריכט אין צענטער פון שטאט, און כל מאן דבעי קען קומען און פארטיידיגן די זאלץ משפחה, אבער אויב וועלן נישט זיין קיין סניגורים וועט מען מוזן אסר’ן זאלץ אין די גאנצע מדינה.

דער מלך, האט געהייסן בלומבערג, און מ’האט אים גערופן “היזהאנער” ווייל אזוי איז דאן געווען די סדר, פונקט ווי פרעה האט געהאט אן אראבישן נאמען און מ’האט אים גערופן פרעה, און פונקט ווי אבאמא האט א נאמען פון א טעראריסט און מ’רופט אים פרעזידענט, אזוי אויך אין יענע צייטן איז געווען אזוי מיט “היזהאנער”.

היזהאנער, האט זיך אראפגעשטעלט אין די לענג און אין די ברייט, אז מ’דארף לויז ווערן פונעם זאלץ. און ער האט שוין געחתמ’ט א דעקלעראציע, אז סיי ווער עס וועט זיך דרייען נעבן א זאלצל אדער וועט נוצן אפילו א זאלצל וועט געשטראפט ווערן פון זיינע שוטרים מיט שווערע געלט שטראפן.

די זאלצלעך האבן געזעהן אז כלתה עליהם הרעה, האבן זיי זיך צוזאם גענומען אויף א אסיפה און אויפגעקומען מיט א אלגעמיינעם אנגענומענעם מיינונג אז מ’וועט זיך ווענדן צום “צוקער”. זיי די צוקער’ס זענען משפחה מיט די זאלץ’לעך פון איין מדינה, די חילוק איז נאר אז זיי זענען מער באטעמ’טער און מ’קען מיט זיי זיך גרינגער אויסקומען.

די צוקער’ס האבן גערן אנגענומען דעם שווערן אויפגאבע פון זיך ווענדן צו “היזהאנער” און שתדל’ן לטובת די זאלצלעך.

אויפן וועג אריין צום היזהאנער’ס פאלאצל האט איינער פון די צוקערלעך זיך אונטער געהערט א שמועס פון א יוצר משרתים’ל פון היזהאנער, אז די קומענדיגע פאר טאג קומט ארויס א גזירה קעגן צוקער, און אז עס קענען נישט זיין צופיל צוקערלעך אויף איינמאל אין איין פלאש. היזהאנער איז אויסן אויסצוראטן א יעדערן וואס קען ח”ו אמאל שאדן טון פאר זיין קאנטוטשענסי.

די צוקערלעך האבן זיך דערשראקענערהייט אומגעקערט צום זאלץ הויפטקווארטיר, און מיט שרעק אין די אויגן געמאלדן מיט אנגסט אז “עמכם אנו בצרה” מ’גייט פון אונז אויך לויז ווערן רח”ל. וואס טוט מען דא? אזא שרעקליכע גזירה!

יעצט האבן שוין אלע איינגעזעהן אז היזהאנער איז נישט סתם אזוי ארויסגעקומען מיט די גזירות נאר ער האט דערביי טיעפערע כוונות, האבן זיך צוזאם גענומען די משפחות וואס האבן די מערסטע מורא געהאט פון די נאכפאלגענדע גזירות, משפחת צוקער, זאלץ, פעפער, אא”וו, און מ’האט געמאכט א גרויסן יום תפילה, אז דער “היזהאנער” זאל נישט קענען אויספירן זיינע גזירות קשות ורעות.

און דאן האט דער אויבערשטער געהאלפן און ביים עק שטאט האט זיך באוויזן א וועגעלע מיט א נייקומענדע משפחה וואס אלס פלעגן זיי קומען אויפן ווינטער אין לאנד אריין, און בדרך כלל האבן זיי זיך גוט פארשטאנען מיט די שכנים, אבער “היזהאנער” פלעגט אלס וועלן לויז ווערן פון זיי זייער שנעל, ווייל זיי האבן זעהט אויס אים געשטערט מיט זיין טעגליכע אונטערהאלטונגען, דאס איז געווען משפחת “שניי” זיי פלעגן אנקומען און מ’פלעגט זיי שיין אקאמעדירן, ביז היזהאנער פלעגט שיקן טרעקלעך און זיי צוזאם קלייבן און פארווארפן, ביז עס איז גארנישט פון זיי געבליבן.

דאס יאר האט די משפחת “שניי” באשלאסן צו קומען מיט א גרויסן רעש, און מיטברענגען אסאך מיטגלידער פון די משפחה, און אזוי האבן זיי זיך פארשפרייט אין שטאט און פארלאזירט די שטאט פאר אפאר טאג, נישט לאזנדיג קיין טפח אומצוגעדעקט און דא האט “היזהאנער” זיך אינגאנצן פארלוירן און ער האט נישט געקענט זיך באפאסן מיט אזא ריזיגן ציבור, און פאר אפאר טאג געליטן בושות און בזיונות פון אלע זיינע שרים און עבדים וועלכע האבן אים ריכטיג געפרעגט:

היזהאנער! זאלץ און צוקער איז דיין פראבלעם? און מיט אביסעלע שניי קענסטו דיך נישט ספראווען?

היזהאנער זייענדיג דער בעל גאוה וואס ער איז געווען האט ער געענטפערט מיט סארקיזם: אפילו מיט 10,000 שווארצע הוטן קען איך מיך ספראווען…. (דאס האט ער זיך באצויגן צום אידישן פאלק, וועלכע זענען שפעטער ארויף אויף זיין שווארצע ליסטע פון גזירות… ואכמ”ל)

דאס פאלק האט אבער געוואוסט אז ער רעדט פוסטע רייד, און אזוי האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווילאנג די שניי זענען נישט אליינס געגאנגען האט ער נישט געוואוסט וויאזוי מיט זיי זיך אן עצה צו געבן… כן יאבדו כל אויביך ד’.

יעצט פארשטייסטו שוין וואס זאלץ האט מיט שניי? אדער איך זאל גיין ווייטער?

והנה חלום

איך ליג אין בעט און איך ווארט ס’זאל שוין טאג ווערן, עס ווארט מיר אפאר דאללער צו פארדינען מארגן, עס איז דאך דאנערשטאג ווען דער טשעקל קומט אן, כאטש ער דעקט גאר א קליין חלק פון מיינע רצוניות, אבער ער דעקט עכ”פ עפעס.
און אזוי טראכטנדיג ווען וועט שוין זיין מארגן? בין איך אומווילנדיג איינגעשלאפן און זיך דערזעהן ווייט אין א פארווארפן שטעטל בארא פארק! און אין חלום שטיי איך אינמיטן א רוישיגן גאס, איך דערקען נישט די גאס, ווייל איך מיט באראפארק איז אזוי ווי איר זענט באהאוונט אין קאנארסי. די איינציגע ראיה וואס איך האב געהאט אז ס’איז טאקע בארא פארק איז געווען ווייל עס איז נישטא דארט ווי צו פארקן!
איך שפאציר אזוי צום קארנער פון די בלאק איך וויל זעהן ווי איך בין און לויט ווי די סיין’ס זאגן בין איך ערגעץ אויף 13טע עוועניו – איך וויל אייך נישט זאגן פינקטליך וועלכע סטריט ווייל באלד וועט נאך אן אויבערכאכעם מגיב זיין אז ער האט מיך נישט געזעהן דארט – און אזוי דריי איך זיך ארום ווי א פארלוירענע ראזשינקע אויפן גאס, נישט וויסנדיג וועלכע ווינט האט מיך אהער געבלאזן, און על מה ולמה בין איך בכלל דא.
עס גייט דורך אפאר מינוטן און מיינע אויגן באגעגענען זיך מיט בליקן פון א אידל ברייט צולאזט און צושלאבערט מיט א בארד איינגעווייקט אין זאלץ וואסער, און פיאות צוקלעבט און צושטרויבלט, און ער קוקט אזוי אויף מיר מיט ווילד פרעמדע בליקן און איך פרוביר זיך צו מאכן ווי איך באמערק אים נישט, און איך קוק אוועק, אבער ער קוקט ווייטער, איך באשלוס אז איך קוק דירעקט צוריק, און זאל ער ווערן אומאיינגענעם, אבער ער קוקט ווייטער כאילו לא הי’.
איך קום נענטער און איך וויל דעם איד א פרק אין דרך ארץ לערנען, זעה איך אינטערסאנט אז ער איז ניטעמאל ווי אמענטש אנגעטון, ער דרייט זיך מיט א נאכט העמד -ס’איז געווען פידזשאמעס, נאר ס’פאסט נישט אזוי צו זאגן- און א קאטענעם ציצה פארווארפן אויפן אקסל, און אין די האנט האלט ער א קושן כאילו ער זוכט ווי צו שלאפן דא אויף די 13טע גאס.
איך קען זיך נישט איינהאלטן איך לויף צו מיט איין אימפעט און איך זאג: ר’ איד! אפשר קען איך אייך העלפן?
אין דער צייט אבזערוויר איך ווי דער עולם אויף די גאס באמערקט ניטעמאל אז ער איז עפעס פאנני, קיינער קוקט נישט קיינער בליקט נישט…. זייער נישט נארמאל.
דער איד דרייט זיך אויס צו מיר און רופט זיך אן מיט א פארשלאפענעם קול: אירך ביאיאין דאאאאא פאאארלוירעעען! און ער גיט א פארדריי די ליפן און א טיעפן שלונג, ווי איינער וואס כאפט זיך די שפייעכטץ א סעקונדע פארן עס פארלירן….
איך פרעג אים איבער זאגט מיר נאר, זוכט איר איימיצן?
קוקט ער מיך אן מיט שטרענגערע אבער לאנגזאם אויף סלאו מאושען בליקן: נאאאיין! איאיאיאיך ביאיאייאן פארלוירן…
פרעג איך: ווי ווילט איר גיין?
ענטפערט ער מיר: (ווייטער אזוי שטאט ווי אויבן, איך וועל אייך נאר נישט משוגע מאכן) איך קען שוין נישט גיין יעצט אין קיין ערגעץ איך שטיי שוין באלד אויף, אבער אז די ווילסט קען מיר זיך טרעפן א צווייטע נאכט.

והנה חלום

איך האב מיך דערוועקט פון חלום.

וואונדער איך זיך מורא’דיג ווי קומט דאס אז צוויי מענטשן זאלן זיך באגעגענען אין זעלבן חלום? און אויב זענט איר דאס געווען און איר האט מיך דארט געזעהן, זאגט נישט אויס פאר קיינעם ווער איך בין!!!

א לימוד איבערן שאך ברעטל

שלום עליכם אייך מיינע טייערע פריינט. וואס זאל איך אייך זאגן, עס איז געווען שווערע ניין טעג, ריכטיג געקלאגט אויפן חורבן. יעדער האט זיך זיינע נסיונות אין די טרויעריגע טעג. אזוינע וואס די וועש וואשן באנעמט זיי, און אזוינע זענען דא וואס די מוזיק איז עפעס וואס זיי קענען נישט דעראן לעבן, און ווידעראום די וואס די פליישיגע סאפפער’ס זענען ממש א אפקומעניש צו דערווארטן. וכו’, וכו’. אבער פאר מיר איז דאס אלעס א שפילעכל קעגן דעם נסיון פון אריינטייפן א גוטע מעשה’לע אויף אייוועלט. יויש האב איך געלעכצט, אוי האב איך געקוקט אויף דעם קיעבארד און אמאל זיך פארגלאצט אויפן צדיקל און אמאל אויפן ענדע פא, איך האב שוין אליינס נישט געוואוסט וואס איך וויל שרייבן, אבער עפעס שרייבן…

עכ”פ עס זענען פארביי די ניין טרויער טעג, און ביי מיר איז דא א פאק מיט סחורה, וואס ווערט פארשימלט מיט די צייט, איך ווייס נישט ווי אונצוהייבן…. האט איר אויך געהאט אזוינע שווערע טעג ווי איך? איז אייך אויך שווער געווען דער תשעה באב אן דעם קאמפיוטער? אדער האט איר זיך פשוט נישט געקענט צוריקהאלטן און געהעריג אנגעגאנגען מחמת דבר האבוד?.. לאמיר זיך אויסשמועסן!

צוריק צו מיין געשיכטעלע:

אזוי ווי יעדן תשעה באב פלאניר איך וואס צו טון מיט די 8 שעה וואס מ’קען נישט: נישט עסן! נישט טרינקען! נישט שלאפן! (פאר די וואס ווייסן די רעזולטאטן פון א שלאף אין א תענית איז עס קיין קשיא נישט) נישט לערנען! נישט שפאצירן! נישט פרייען! וכו’, בין איך דאס יאר אויפגעקומען מען וועט שפילן שאך!!! געוואלדיג!!! די מעלות פונעם שאך זענען באקאנט, עס האט נישט קיינע פון די אויבנדערמאנטע פעלערן, און עס נעמט דעם קאפ אביסל מחשבה. שוין! די בעסטע עצה, און איך דארף נאר טרעפן מיט וועם צו שפילן… איז א פראבלעם, מיין ווייב קען ניטעמאל טשעקער’ס מיינע קינדער וויל איך דאך איינרעדן אז איך לערן תשעה באב מסכת שבת די דפים וואס מ’מעג יא, און מיינע גוטע פריינט ווייסן ווי גוט איך קען שאך זוכן זיי זיך איינעם וואס קען יא… נו! וואס טוט מען?

בליצט מיר אויף א געדאנק! איך וועל שפילן מיט מיר אליינס! ווער זאגט אז אין יעדע מלחמה מוז זיין צוויי זייטן? עס וועט זיין איך קעגן מיר אליינס, א שטייגער ווי מיינע אפטע שמועסן וואס איך כאפ צו מיר אליינס. און קיינער וועט נישט וויסן צו איך האב פארלוירן אדער געווינען, און אויב איך וועל באשלוסן אז איך האב שוין גענוג געליטן וועל איך צוווארפן דעם שאך ברעטל און נישט כאפן קיין באטל אין קאפ דערפאר… א אייזענער פלאן.

זעץ איך מיך צום שאך ברעטל, און נעם ארויס די שטיקער, איך פאנג אן צו לייגן ווייס אויף איין זייט און שווארץ אויף די צווייטע, און אט כאפ איך זיך: ווער זאגט אז מיין קעגנער איז צופרידן פון דעם קאליר, אפשר ווען איך לאז אים ווען רעדן וואלט ער קלאר געזאגט ער וויל זיין ווייס, נישט שווארץ? שוין גיי קריג זיך! בפרט מיט איינעם וואס קען זיך נישט אליינס דיפענדן, עס פילט עפעס נישט גוט צו טון, מילא גיב איך נאך און איך טויש זייטן… איין מינוט! איך בין נישט זיכער אז דאס איז וואס ער וויל און די איינציגע וועג צו וויסן, איז זיך אריינצולייגן אין זין מצב און זעהן וואס וואלט איך ווען געוואלט? שטייט דאך ואהבת לריעך כמוך, איך זיץ און איך בין זיך מתבונן, אז לכאורה וואלט איך ווען געוואלט זיין ווייס, והא ראי’ איך האב אזוי אנגעהויבן, מילא גיב איך אים דעם כבוד, והנה מ’גייט שפילן.

מיין קאפ טוט מיר אביסל וויי און איך קוק אן דעם שאך ברעטל אנדערש ווי אין א זאטן טאג, איך זעה מיך פלוצלינג שפאצירן צווישן די פויערלעך. . . איך בין טיעף פארקלערט אין א מצב פון סאבקאנטשעסנעס, און איך זעה א דמיון. איך שפאציר אזוי ארום און מיינע טריט גייען אויף שווארץ און רויטע ריזיגע קעסטלעך, עס נעמט מיר א מינוט אדער צוויי אנצוקומען פון איין קעסטל צום צווייטן, און אויף יעדן קעסטל שטייט א פויערל. וואס דארף איך אייך דען מסביר זיין? א פויערל מיט אלע מפרשים, א רוסישע קוטשמע, א דזשעקעט פון פעל, און שטיוול ביז די קניען, מיט צוזאם געלייגטע הענט שטייען זיי יעדער אויף זיין באקסל און ווארטן אויף באפעלן…

איך הער עפעס… שששש…. מען רופט אויס א דרינגענדע אסיפה. איך האלט מיך שטיל. איך וויל הערן. איך דריי זיך ארום און איך זעה אינטער מיר שטייט הער לויפער מיט הער טורעם, און שיקן זיך בריוועלעך וואס קיינער קען נישט פארשטיין. דער פערדל לעבן זיי קוקט אריין ווי א פערדל אבער פארשטייט נישט קיין ווארט, איך פארשטיי פארוואס מ’האט אים געגעבן דעם ניק פערדל… און די שאך מיט די שעכין זיצן אינדערמיט און פירן אן די גאר וויכטיגע אסיפה:

שאך: מיינע טייערע קאלעגן סאלדאטן פויערן, לויפער’ס טורעם’ס, און אלע אינטערטאנען! ווי איר ווייסט זענען מיר אין א עת מלחמה, און עס איז אנגעקומען א ידיעה אז דער ווייסער שונא האט זיך אריענטירט נישט ווייט פון אונזערע גרעניצן מיט א ריזיגן מיליטער. די פויערן וואס שטייען אויפן פראנט זאגן אז מ’זעהט נאך גארנישט ביזדערווייל, ווייל סך הכל קענען מיר זעהן 2 באקסעס ארום אונז, אבער לויט וויאזוי מיר אלע האבן זיך געטראפן היינט אויסגעשטעלט אנשטאט צו ליגן אין א פארמאכטן שאכטל צוזאם געווארפן ווייס מיט שווארץ זענען מיר אלע אויף עקסטערע באקסלעך, זאגן אונזערע מבינים אז אינדערהיים האט דאס געמיינט א שעת מלחמה, און דאס איז א טאקטיק פונעם שונא, ער שטעלט אונז אויף שיין כדי אונז אומצוווארפן, און צום סוף זיך צו נעמען צום קעניגרייך די שאך און שעכין.

מי לשאך אלי? ווער איז גרייט? ווער איז שנה ראשונה? ווער האט א נייע דירה? ווער האט געזינדיגט? וכו’ און די איבריגע זאלן זיך שטעלן צום מיליטער, עס איז א שעת חירום, מען שטעלט יעדן צום מיליטער…

עס איז שא שטיל… די פויערלעך זאגן נישט קיין ווארט! די פערדלעך לויפער’ס און טורעם’ס ווייזן גאר א שטארקען גרייטקייט, און זיי דרוקן אויס שטארקע מיטארבעט מיטן קעניגרייך.

אט שטעלט זיך אויף די קריגס מיניסטערן די שעכין, און פאנגט אן צו טון צו דער זאך: זי רופט אויס נעמען און פרעגט צו מ’איז אויפן פאזיציע, און יעדער ענטפערט יא! זי פרעגט ווייטער צו ווייסטו פויערל וואס די דארפסט טון? יא! זאגט ער, איך קען גיין א גאנץ באקסל צו אטאקירן דעם שונא. זייער פיין, און די פערדל? יא! איך קען גיין איינס גראד און איינס קרום, און אטאקירן די שונא! און די טורעם’ל וכו’. וכו’. אבער רופט אויס די שעכין מיט פארזיכטיגקייט, איר דארפט געדענקען אז דער שונא קען אויך אזוי אונז אטאקירן, און זייער פערדל קען פונקט ווי אונזער עס איז נאר א חילוק אין קאלירן, די זעלבע מיט זייער פויערל וכו’.

איך שטיי און איך שטוין! איך האב געמיינט אז איך פיר דא דעם שאך ברעטל און ביזדערווייל זעהט עס עפעס אויס ווי זיי פארשטייען זיך אליינס. . . חידושים!!!

די אסיפה איז געשלאסן, מען פאנגט אן צו הערן אביסל גערודער, יעדער שמועסט מיטן שכן, איבער עצות און טאקטיקן, איך הער אפילו ווי איין פויערל זאגט פארן צווייטן איך ראט דיך צו קויפן אנדערע שטיוול, אין מלחמה איז וויכטיג צו זיין גוט באפעלצט, איך זעה ווי דער טורעם מיטן לויפער קריגן זיך איבער פלאצירן דעם שאך אויף אן אופן וואס קען זיין בעסער צום געווינען, און די לויפער’ס מעסטן זייערע סניקער’ס צו זיי זענען גרייט צום לויפן.

אלעס איז גרייט…. מ’ווארט…. אויף וועם? …. אה איך האב פארגעסן, איך בין דאך דא פאר א סיבה, איך מוז רוקן די שטיקעלעך אז ס’זאל דא עפעס ווערן. און איך גיב א רוק פאראויס דעם שווארצן פויערל פון דער מיטן, און דערנאך רוק איך נאך איינעם פון דער זייט, איך געדענק דאך אז איך מעג דאס טון לויט די רולס פונעם געים. איך זיץ און ווארט מיין אפאונענט זאל מאכן א מאוו. אה איך דערמאן זיך איך קאנטראליר דאך דא דעם ברעטל, נעם איך דעם ווייסן און איך רוק צוויי פון די זייט וואס איך קלער מיין אפאונענט וואלט ווען געטון אין מיין צייט.

ביזדערווייל טרעף איך מיך שפאצירן צוריק אויפן ברעטל און איך הער א ברום מיט א העפטיגע טענה’ריי, די פויערלעך זענען אויפגעברויזט אויף זייער קאלעגע פארן מאכן א מאווו אן קיין רשות פון די שאך אדער שעכין, און עס ווערט גערופן א אויסערארדנטליכע וויכטיגע כינוס כללי, ווי אלע שטייען און שפיצן אן די אויערן צו הערן וואס האט הער שאך צו זאגן. און דער שאך בכבודו ובעצמו הייבט אויף א באסאווע שטימע פיל מיט זעלבסטווירדע און אויטאריטעט, און ער שרייט אז עס איז אומדערהערט אזא זאך אז א פויערל זאל זיך אליינס נעמען די מאכט אין די הענט. בשום אופן וועט מען דאס נישט טאלערירן

איך בין צוריק אין די לופטן, איך שפיר ווי איך קאנטראליר דעם ברעטל ווייטער, און איך מאך דעם נעקסטן מאוו, נאך א פויערל ווערט גערוקט פון שווארץ צו רויט, און דער לויפער שטייט יעצט אן קיין פראטעקציע, עס איז א געפערליכע מאוו פאר אים אבער וואס פארשטייט ער, היינט אז איך האלט שוין מיט אביסל וואס טוט זיך אפ אויפן שלאכט פעלד, איז מיר גרינגער צו פארשטיין דעם אויפברויז, אבער איך בין דאך דער משגיח מן החרכים, און איך ווייס דאך אז אלעס וואס איך טוה איז לטובת די מלוכה, איך האב מיר מיינע פלענער, און איך ווייס דאך אויך וואס דער שונא גייט טון ווייל איך אליינס טוה עס… נו וועט זיך דער לויפער’ל בייזערן אפאר מינוט ביז ער וועט איינזעהן אז יש מנהיג לבירה…

איך הער קולות, איך קוק זיך אום… אה איך שטיי ווייטער אויף א רויט קעסטל, דאס מיינט איך בין צוריק אויפן ברעטל און זעה וואס טוט זיך פון די נאענט, איך האב קיינמאל נישט געואוסט אז הער לויפער האט אזא קוויטשעדיגע שטימע, ער בורזשעט אז עס גייט א רויך, ער ווייזט אן אויף זיין ליידיגען פויערל קעסטל וואס לאזט אים אפן פאר א קויל פונעם שונא’ס לויפערל און ווער ווייסט וואס נאך בייזע רוחות קענען אים יעצט זעהן.

איי לויפערל לויפערל ווען איך קען ווען מיט דיר א שמועס כאפן וואלט איך דיר מסביר געווען מיינע פלענער, אבער וואס זאל איך טון אז די מיט מיר קענען שווער שמועסן, די וועסט טויב ווערן פון הערן א מענטשליך קול, בלייבט מיר נאר איבער צו לאזן דיך צוזיך קומען, און דיר ווייזן וואס איך קען.

איך בין צוריק אין קאנטראל און איך רוק דעם שונא א טריט, און גיי צוריק צום שלאכט פעלד, איך הער שוין א גערודער, דער שאך איז אויפגעברויזט און ער פארלאנגט מען זאל ארויס שיקן אלע פויערלעך אויפן פעלד און איינשפאנען די פערדלעך, נאר זיי קענען העלפן אין דעם עת צרה. די פערדלעך האבן נארוואס געענדיגט עסן שטרוי, און זענען פולקאם גרייט צו נעמען ערנסטע שריט.

איך ציה זיך צוריק, און קאנטראליר אביסל ווייטער, אבער דעם פארשלאג פונעם פערדל האב איך נאך נישט אנגענומען, און אלס דער משגיח מן החלונות ווייס איך דאך בעסער פון די קליינע דומם’לעך וואס זעהען נאר א באקסל אוועק, און איך נעם דעם לויפער און פיר אים אין א געיעג, אז ער ווייסט נישט וואס האט אים באטראפן.

איך דארף דאך אייך נישט פארציילן, איר ווייסט דאך אליינס אז איך טרעף מיך ווידער שפאצירן אויף די רויט און שווארצע קעסטלעך און איך האלט ווייטער מיט די בהלה. עכ”פ אזוי האט אנגעהאלטן מיין שפיל ביז איך האב געווינען, און די שווארצע האבן געפייערט זיג און זיך צוזאם געזעצט זעהן ווי זיי זענען אזוי גוט אנגעקומען צו מאכן א שאך מאט פארן שונא אזוי שנעל.

דער שאך האט גענומען פול קרעדיט. די שעכין האט געטענה’ט אז ווען נישט איר שכל הישר, וואלט מען אלעס פארלוירן, דער לויפער האט געזאגט אז זיין פלינקייט האט קלאר אסאך צוגעגעבן צום געווינס, און די פערדלעך האבן זיך צוריק געזעצט רואיג עסן, ווארטנדיג פאר די נעקסטע באפעלן.

און איך נעם דעם גאנצן שאך ברעטל און איך פאק עס צוזאם און איך גיי דאווענען מנחה…

אזוי גייענדיג פארפאסט און פארמוטשעט פון די מלחמה, שפאצירנדיג אינטער דעם הערליכן וועטער, קומט מיר ארויף א לימוד עד להפליא:

איך קוק ארויף און איך זעה מיך אויף א שאך ברעטל, איך שפאציר דאווענען, און איך רעד מיך איין אז איך טוה דאס ווייל איך וויל דאס, און איך פארגעס אז איינער האלט מיך אן ביים גענאק און פירט מיך פון קעסטל צו קעסטל

אט קומט צו מיר א יודל ער וויל איך זאל אינטערשרייבן ערבות אויף א שטר, איך קען אים איך ווייס איך וויל אים העלפן, אבער זאל איך יא זאל איך נישט איך וועג אפ די אפציע’ס, איך דערמאן זיך ווארט א מינוט, איך בין דאך נאר א פויערל אויפן שאך ברעטל (קלאר נישט קיין פערדל ווייל איך וואק א סטרעיט ליין)

אין ביהמ”ד איך ווייס נישט וועלכע מנין צו כאפן, איך זוך צו געווינען אדער פארלירן צייט, איך ווייס נישט וואס איז וויכטיגער איך באשלוס איך זעץ מיך אראפ אויף א פלאץ און אוי וויי די מחשבה’לע באגלייט מיר, די מיינסט אז די האסט געמאכט א מאוו זאלצי? מען האט דיך פון אויבן געהאלטן ביים קאריק און אראפגעזעצט.

איך קום אהיים און זי האט נישט אנגעגרייט די סאפפער וואס יאך האב געוואלט, און איך וויל מיך בייזערן… און ווידער הער איך א קול: זאלצי!!! די פארשטייסט נישט אלעס לאז דעם שפיעלער שפילן, די ביסט נאר א פויערל אויפן ברעטל.

איך באקום א טעלעפאן קאל פון מיינס א ביזנעס ידיד, און פארציילט מיר מיט גרויס שמחה, אז מיר האבן געכאפט א העכטל און א דיעל איז אריבער מיט שיינע פראפיטן (ב”ה) און אונז פאנג מיר אן צו לעקן די פינגער’ס ווער עס איז באמת צום פארדאנקען אויף דעם געניאלן געלונגענעם דיעל, איך נעם קרעדיט ער נעמט קרעדיט וכו’. זאלצי זאלצי הער איך א קול: די האסט פארגעסן!!! די ביסט נאר א פויערל אויפן ברעטל…

בקיצור! איך האב מער קיין פרעשור נישט! איך פיר נישט די וועלט! איך בין א פויערל אויפן ברעטל! און איך פריי זיך מיט יעדן מאוו וואס דער גאר הויכגעשעצטער שפילער לאזט מיך מיטשפילן, און איך בין נאר דא אז ער זאל געווינען… וואס ער טוט סיי ווי ווייל ער שפילט אלע זייטן, גארנישט רוקט זיך נישט אן אים…

איך ווייס אז איך בין נישט דער מוסר זאגער אויף אייוועלט אבער אמאל אז עס פאלט מיר איין א מחשבה’לע מוז איך עס מיט אייך מיטטיילן. נישט אזוי?