פוי-בסט זכותו יגון ואנחה

פויבסט בעגעענדיקט דער וויפילטער ער וויל האט היינט אפיציעל רעזיגנירט פון אמט און דערמיט געלאזט א חלל אין רוים און א שלל מיט לצנות.

עס איז א גאר וויכטיגער שטיקל נייעס וואס ווערט ברייט אנאליזירט צווישן זאך קענער און אלס ווייסער אבער דעם עיקר ווילן אלע וויסן וואס איז דעם פויבסט’ס פלאן פאר פרנסה? ווי נישט ווי האט ער קיינמאל ערנסט נישט געארבעט און אין דעם עלטער זיך צו לערנען א פאך איז היבש קאמפליצירט.

די וואס דרייען זיך אין די הויפן פון קאטאלישע אומווירדן זאגן אז ביים פויבסט אויפן הינקעדיגן טישל ליגן 3 אפציע’ס פארן צוקונפט און דער פויבסט שליסט נישט אויס קיין איינע דערפון!

אפציע נומער 1. ער שפעקולירט פון א געלויף פאר מעיאר אין ניו יארק! ער האלט אז ער האט די קוואליפיקאציע’ס נאכן הערן פונעם פארשטארבענעם קאטש אונעם פארבליבענעם פלאמבערג האלט ער אז די אידן וועלכע מאכן אויס א גרויסן תאנה אין די וואלן וועלן אים ענדערש נעמען ווי סיי וועלכן קאנדידאט! און וועלן גערן אפשיקן דעם פלאמבערג קיין רוים.

נאענטע צו סיטי האלל האבן נישט געוואלט קאמענטירן אויף די רומער’ס און צו די רוימער’ס! אבער אומווילנדיג האבן זיי געלאזט וויסן אז פלאמבערג איז גרייט צו פארלאזן זיין שטיל אויף דריי באדינגונגען. 2. אז די גזירה אויף מציצה בפה דארף האלטן. 3. אז אלס מעיאר זאל דער פויבסט נישט חתונה האבן פונקט ווי אלע רשעי המעיארן (איינס האט ער פארגעסן ווייל זיין דאלמעטשער איז פונקט נישט דאהי!)

2. די צווייטע אפציע וואס ליגט אויפן טיש ביים עק איז אז דער פויבסט וועט עפענען א האטליין ווי ער וועט אנטדעקן מנוולים און מושחתים און ער וועט אויך זיך באפאסן מיט די באקריוודעטע.

נאענטע צום פויבסט זאגן אז אלס פירער פון די קאטוילישע קירכע האט ער גאר א שיינעם רעזומעי.

פון די נח”ר האטליין האט מען געמאלדן אז עס וועט זיין א שיעור איבער די נושא! אבער דאס איז אמאל זיכער אז אויב דער פויבסט עפנט א האטליין איז ער א שמוציגער בעזעם און מ’דארף בודק זיין צו ער איז נפגע!!!

3. די דריטע אפציע וואס ליגט שוין אויפן טיש א לאנגע צייט איז אז דער פויבסט זאל ווערן א ווארט זאגער פאר אכמאגאגידזשאד פון איראן. וויבאלד דער פויבסט רעדט שווער און לייענט גאר שווער האבן די נאענטע איינגעזעהן אז צו זיין א “ווארט” זאגער קען ער נאך קוואליפיצירן. דער פראבלעם פאנגט זיך אלס אן ווען ער וויל זאגן אפאר ווערטער אדער עס מאכן פאר א זאץ!

אכמאדאניזשאד איז א גוטע אפץיע פארן פויבסט וויבאלד ער הערט סייווי נישט אויס קיינעם וועט ער נישט הערן זיינע גרייזן.

דער פויבסט האט אויף דעם נאר געוואלט קאמענטירן אין שטום לשון. וויסנדיג אז אויב רעדט ער קען עס שאדן צום דזשאב.

בלייבט אונז נאר איבער צו וואונטשן: כן יאבדו כל אויביך ד’.

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser