קאמפיין: איינס ארויף! מי לד’ אלי

לכבוד מיינע טייערע פריינט. איך האב היינט געהאט א שמועס מיט ר’ שמעלקא אינעם שאטן פון די נעכטיגע טראגעדיע. און איך האב עס געוואלט מיט אייך מיטטיילן היינט. אפשר צוזאמען וועלן מיר קענען עפעס אויפטוהן. מ’רעדט דאך דא מיט אידן בעלי דעת…

לייענט און לאמיר צוזאמען אנהייבן דעם קאמפיין פון “איינס ארויף” אין די בחינה פון אחת שאלתי מאת ד’.

 

דער שמועס איז אויטענטיש, און איז אפשר די בעסטע וועג אנצוהייבן דעם קאמפיין.

 

 

Shmelke:  

נא, אדרבה

 me:  איך בין געזעצן נעכטן נאכט און עוסק געווען אין א מצוה, ביז שפעט אין דער נאכט, ווען איך האב געקוקט אויפן טעלעפאן האב איך געזעהן 250 אימעיל’ס

ווי נאר איך האב באקומען די אלע אימעיל’ס האב איך גלייך פארשטאנען אז עפעס איז נישט גוט, ווייל דאס איז אויסערארדנטליך פאר א מוצ”ש

בין איך אזוי אריין אינעם אימעיל געהענגל און אנגעהויבן לייענען. אבער איך האב אנגעהויבן לייענען אויף צוריקצווועגס

ווייל אזוי ארבעט מיין טעלעפאן

עכ”פ אזוי ליינענדיג זעה איך דאך אז דער מצב איז שווארץ און עס פאנג מיר אן צו ווערן שווער אויפן הארצן, אבער

איך זעה עפעס אז משמים האט מען צוגעפירט איך זאל לייענען צוריקצוועגס און דאס האט מיר געגעבן א שטארקער חומר צום פארשטיין א נקודה וואס מ’זעהט אין די ספרים הקדושים

ווען עס פאסירט א אומגליק, איז דאס אזוי ווי א שרעקעדיג ביכל, און מ’הייבט אן צו לייענען פון אנהייב.

אויב אבער וואלט דער מענטש גענומען דעם ביכל און געליינט פון סוף אויף צוריקצוועגס

וואלט ער דאך געזעהן פונקטליך וואס עס איז דא פארגעקקומען און פארשטאנען די חסדים פון אויבן

אבער ליידער דער ביכל איז נאכנישט ביים סוף און דערפאר איז אזוי שווער נאך צו פארשטיין.

אבער דעם ענין האב איך אזוי געקלערט אז דאס ווייזט מען מיר

 

 Shmelke:  זייער טייערע ווערטער, אויף דעם זענען מיר מתפלל הראנו ה’ חסדך

היינט איז דאך א גרויסער טאג, דער יארצייט פון רבינו הק’ ר’ אלימלך זי”ע

אין די תפלה פון ר’ אלימלך זאגט מען שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם, האב איך געזאגט פאר איינעם אז דאס גייט ארויף אויך בכלליות אויף יעדעם איינעם, אז מ’זאל זעהן די גוטע זאכן אויך אויף אידישע קינדער, נישט נאר זיערע חסרונות

און ווילסט הערן

איך האב געקלערט אז דער רבשו”ע וויל דאך עפעס מכל אחד ואחד מישראל, אנדערש קאן דאך גארנישט זיין, און וואס וויל ער יעצט? כ’האב געטראכט א געדאנק אדערש ווי די אלע וואס טרעפן יעצט חטאים רח”ל אויף כלל ישראל

 

 me:  היינט זאגנדיג די תפילה איז מיר אזוי דורכגעלאפן די מחשבה אז “שנראה כל אחד מעלת חבירנו” איז א עקסטערע תפלה צום באשעפער אויף אזא מין זמן, ווען מיר בעטן אז די ווייטאג פון זעהן א חסרון ביים חבר בגשמיות אפי’ און אויף אזוינע שרעקעדיגע אופנים בפרט זאל זיך אפשטעלן, און פון היינט און ווייטער הייליגער באשעפער זאלן מיר נאר זעהן אז פאר די חברים דאס מיינט מען גאנץ כלל ישראל זאל גיין גוט.

 

 Shmelke:  דער מדרש זאגט אז דער רבוש”ע האט אזוי מסבב געווען אז די אידן זענען אנגעקומען צום ים, און דארט האבן זיי מתפלל געווען פאר קוב”ה, און ס’האט פאסירט דעם נס, און די סיבה דערפאר איז געווען ווייל דער רבוש”ה איז משתוקק אויף תפלות ישראל, און ער האט געווארט צו הערן די אידן, און דער מדרש טייטשט דעם פסוק הראנו את מראיך השמיענו את קולך כי קולך ערב ומראיך נאווה

 

 me:  ‫זיי ממשיך

 

‫איך האב צייט, איך ווארט צו הערן דעם גמר פון דעם ענין… עס זעהט אויס ווי די פארסט אויף די ריכטיגע רעלסן

 

 Shmelke:  האב איך געקלערט, ווען מ’הערט די קרעכצן פון יעדען איינעם, ווען מ’הערט ווי יעדער נעמט עס אזוי פערזענליך, דאס איז א נח”ר פאר קוב”ה אז מיר ברודער זענען אזוי נאנט, אז מ’האט זיך באמת אזוי שטארק ליעב. ס’איז פשוט ביי מיר אז דער רבוש”ע וויל פון אונז דעם תענוג

 

 me:  ‫לאמיר נאר האפן אז אויף בעסערע אופנים זאלן מיר קענען שאפן דעם תענוג

‫זיך פרייען מיט יענעם’ס שמחה

 

 Shmelke:  איך האב עס שוין געזאגט אמאל ביי די מעשה פון לייבי קלעצקי (ווער דענקט נאך אפי’ די מעשה?) דארט איז געווען ממש די בחינה

כ’על דיר דערציילן עפעס

 

 me:  ‫איך דערמאן מיך א מעשה אה, וועל איך וארטן אויף דיינס קודם

 

 Shmelke:  מיין פעטער זז”ג האט חתונה געמאכט א זוהן א אלטע בחור, געווען א גוטע פינעף און צוונאציג שוין, אויך אביסל פראבלעמן דא און דארט

ביי די חתונה האבן מיר אלע געהאט טרערן פון התרגשות, אזא חסד פון השי”ת

 

 me:  ‫יא יא ווי דער סדר ביי אידישע קינדער

 

 Shmelke:  גיי איך צו די מחיצה וועלענדיג זאגן מז”ט פאר די מומע, און מיין מאמע קומט ארויס, און זי זאגט מיר “איך פריי זיך אזוי מיט מיין ברודער, און איך בעט השי”ת זיך אלץ צו קענען פרייען מיט אים, נישט נאר ווען ס’איז אזוי שווער אנגעקומען”.

 

די ווערטער זענען טייערע ווערטער פון א חשובע אידענע, אז מ’טראכט נאר אריין דערין

 

 me:  ‫שמחה איז אויך בעסער ווען עס קומט מיט א סדר

 

‫לאמיך דיר פארציילן א שמועס

 

‫איך האב געהאט א חבר וואס איז ל”ע אוועק פון דער וועלט פלוצים אן קיין שום פאראויסזאגן פאר קיינעם, און אן קיין שום סימפטאמען. זיך פשוט צוזאם געלייגט און איבער געלאזט א משפחה מיט 6 קינדערלעך ה”י

 

‫האב איך געשמועסט מיט א גרויסן דיין ביי אונז, און גערעדט איבער די נושא. איך וויל נאר צוקומען צו איין נקודה

 

‫אז ווען עס פאסירט אזא זאך טייטלט יעדער אויף די זינד און ווי מ’דארף אלס מתקן זיין (און עס איז אמת אז מ’דארף) אבער נאכדעם זעהט מען אז אידן האבן אזא קליין ביסעלע שטויב און ווען מ’געט זיי איין שאקל זעהט מען ארויס דעם שיינקייט פונעם איד.

 

‫א גאנץ ביהמ”ד אלע ידידים האבן זיך אינטער גענומען דברים נשגבים

‫און מ’האט אנגעהאלטן פאר א לאנגע צייט ממש,

‫עס איז געווען א מורא’דיגער קידוש השם

 

‫לאמיך דיר זאגן לענינינו

 

‫איך הער יעדן רעדן דא און דארט איבער וואס מ’דארף מתקן זיין. אבער אויב וועלן אלע אונזערע פריינט נאר נעמען איין טריט פאראויס לעילו נשמתם פון די נפטרים, וועט דאך דער קידוש השם זיין אזוי גרויס, און מיר אלע וועלן זוכה זיין צו לעכטיגקייט און נחת דורך הרחבת הדעת.

 

‫מ’דארף נאר מעורר זיין ריכטיג דעם ציבור, וואס צו טוהן.

 

‫דו האסט דאך שוין אסאך געטון אין די נושא פון אינטערנעט.

 

‫אפשר גיב מיר יעצט א ברענג אויף די נושא פארן ציבור אונזערע פריינט.

 

‫אפשר קען עס יעצט ארבעטן?

 

 Shmelke:  דער מציאות איז אז מ’קען זיך שווער האלטן דעם קאפ אין פלאץ ווען ס’געשעהט אזאנס.

 

זיכער אזוי.

 

 me:  ‫דערפאר דארף מען עס טוהן צוזאמען.

 

‫עס איז זייער זייער וויכטיג.

 

 Shmelke:  זעה איך היינט א “בחור” ליינען די נייעס אויף זיין טעלעפאון אין ביהמ”ד.

 

איך בין נישט דער טיפ צו זאגן מוסר, ס’האט מיר שרעקליך ווי געטוען.

 

כ’האב אים געזאגט, פארן דאוונען שטייסטו אין ביהמ”ד אנע בושה פארן בורא עולם און די קוקסט אינטערנעט?

 

ער לאכט נאך יעצט פון מיר, ליידער ליידער.

 

 me:  ‫איך האב פריער באקומען אין אישי איינעם קריגן אויף מיין ארטיקל וואס איך האב געשריבן “וואו קוקסטו” (האסט עס געלייענט?) און דארט זאגט מיר יענער אריין פארוואס איך זאג אז די עבירה פון דור איז דאס אדער יענס, און איך שפיר נאך אלס אז מ’פארקוקט אין די זייטן! איך האלט אז דער עיקר וואס מ’וויל פון אונז איז אז יעדער זאל ארויף קומען איין טרעפל פון דעם תהום אינטערנעט. יעדער ווייסט זיין מצב…. איין שטייג העכער קען ברענגען משיח’ן

 

 Shmelke:  ס’הערשט אזא קרירות אז איך וויין פון דעם אליין, מער ווי איין פארפאלק זענען שוין נעבעך אומגעקומען אויף דעם מזבח וואס הייסט חוזק מאכן פון די וואס זענען מעורר.

 

 me:  ‫לאמיר צוריק גיין צום ציבור אויפן וועלטל ווי עס זענען פארהאן א ערנסטער ציבור פון אונזער עולם, און פרעגן הויך “מי לד’ אלי”

 

 Shmelke:  אפי’ ביה כנישתא חדא ברענגט דער רבי בשם הזוהר.

 

 me:  ‫לאמיר אנהייבן א קאמפיין אז יעדער זאל זיך רוקן א מעלה.

 

‫ונראה כל אחד “מעלת” חברינו.

 

 Shmelke:  אפי’ אין ביהמ”ד און אפי’ אויף איין זאך.

 

 me:  ‫יא.

 

 Shmelke:  כ’על דיר נאר זאגן.

 

די ווייסט דאך אז איך בין אביסל טרוד מיט מענטשן.

 

 me:  ‫אבער אויפן געוועבעכץ קען מען עס שטארק אנהייבן.

 

 Shmelke:  די גרינגסטע וועג צו פועלן ביי א מענטש סיי וואס איז ווען מ’זעהט איין קודם זיינע מעלות.

 

 me:  ‫פאקוסירן אויפן אמת.

 

‫מיר רעדן דען צו איינעם?

 

‫מ’רעדט דאך אין א ציבור’ישן פארנעם

 

 Shmelke:  דאס איז ממש א ברכה ווען א מענטש זעהט יענעמ’ס מעלות.

 

 me:  ‫אמת.

 

 Shmelke:  מעלות פון איין כלל ישראל איז אויך עפעס.

 

איך קום יעצט פון א איד א גרויסע בעל השפעה, כ’האב געדארפט וויכטיג רעדן מיט אים.

 

 me:  ‫הער וואס איך קלער….

 

‫לאמיר הערן.

 

 Shmelke:  זאגט ער מיר: דער רבי ז”ע האט געזאגט פאר פופציג יאר צוריק אז מצרים וואלט געווען הייליג קענגן אמעריקא……. יעצט שטעל זיך פאר ווי הייליג אמעריקא איז היינט.

 

 Shmelke:  און ס’דרייען זיך ארום “טויזענטער” מבקשים, וואס זוכן דעם דרך האמת אין עבודת ה’, וואס זיי קרעכצן נאך אויף קדושה וטהרה, אז זיי מוזן גיין אויף די גאסן און אויפ’ן געוועב, דאס איז די גרעסטע נס

 

ער האט אויפגעהויבן זיינע הענט צום דאך און מיר געזאגט “עם ישראל חי לעד ולעלמי עולמים”

 

אוי איז ער גערעכט

 

 me:  ‫לאמיר אויסרופן מי לד’ אלי, און אונז וועל מיר זיך אונטערנעמן איין גוטע זאך אויף איינצושפינען דעם קאמפיין… ביזטו גרייט?

 

 Shmelke:  איין גוטע זאך לדעתי בנושא אינטערנעט.

 

 me:  ‫יא.

 

 Shmelke:  און מיר וועלן בעטן מיט טרערן אין די אויגן.

 

 me:  ‫דער קאמפיין הייסט אזוי: איין שטאפל ארויף.

 

 Shmelke:  שתרחמני עוד בגלותי, טאטע העלף אונז אין אונזער גלות.

 

 me:  ‫נישט קיין חילוק ביי וועלכן טרעפל מ’שטייט, לאמיר ארויף גיין איינס.

 

 Shmelke:  איך וואלט זיך בארופן צום מאמר אויפ’ן פסוק אחת שאלתי מאת ה’ אותה אבקש.

 

 me:  ‫איך וויל נישט וויסן ווי יעדער האלט, אבער יעדער ווייסט דאך וואו מ’איז… קומט ארויף איין שטאפל רבותי

‫אחת גערעכט.

 

 Shmelke:  כ’האב אלץ בחור געשריבן אויף דעם א מאמר וואס צונעמט מיר נאך היינט אלע גלידער.

 

 me:  ‫שיק מיר עס.

 

 Shmelke:  כ’האב עס נישט דאהי, ס’ליגט ביים פאטער זז”ג צוווישן מיין המון כתבים.

 

 me:  ‫לאמיר אפשר דעם עולם ערשט געבן צו לייענען דעם ערשטן שמועס, און פון דארט גיין ווייטער.

‫איך מיין עס איז א גוטע התחלה.

 

 Shmelke:  מו”ר הג’ ר’ יצחק אלעזר שליט”א האט מיר אמאל געזאגט: אחת שאלתי מאת ה’, מ’דארף ווען איינס אויף אמאל, נישט נאר טוען איינס אויף אמאל, נאר וועלן קודם אין זאך.

 

 me:  ‫די חילוק צווישן איינס, און די ערשטע, ווייסטו?

 

 Shmelke:  און אותה אבקש, נאר דאס זאל מען זוכן, ס’וועט אנקומען צום סוף.

 

 me:  ‫איינס מיינט אז ביי דעם בלייבט עס.

 

‫ערשטע מיינט עס קומט א צווייטע.

 

 Shmelke:  כ’האב זיך אראפגעזעצט דענמאלט און געשריבן אויף לשון קודש א מאמר, הלאוי וואלט איך זיך געהאלטן דערצו.

 

 me:  ‫לאמיר אנהייבן מיט א ערשטע.

 

‫מ’קען דאך אלס אנהייבן.

 

 Shmelke:  צו ענדיגן אונזער שמועס מיט א דבר טוב

דער רבוש”ע זאל העלפן, דער זכות פונעם בעל הילולא הקדוש זי”ע זאל מגין זיין אויף אלע אידן

 

 me:  ‫אמן

 

 Shmelke:  ס’איז דאך ידוע אז זיבן יאר האט ער געפאסט אוועקצונעמען חבלי משיח

 

 me:  ‫ער האט דאך געפאסט פאר אונזער דור

 

 Shmelke:  זאל עס שוין זיין סוף וקץ לכל צרתינו

תהלה וראש לפדיון נפשינו.

 

 me:  ‫אמן.

 

 Shmelke:  קענסט וואס מיר זאגן אין נחם?

 

 me:  ‫וועלכעס.

 

 Shmelke:  כי אתה ה’ באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה

לבי לבי על חלליהם

 

 me:  ‫די אש איז שוין געווען, יעצט דארף זיין די לבנותה.

 

 Shmelke:  זאל מען הערן אך לטוב לישראל בכל מקומות מושבתיהם.

 

אמן.

 

 me:  ‫אמן כי”ר.

 

 Shmelke:  זיי געזונט.

 

פורים אויפן טרייבארא ברידזש (קרישקעלעך פון פורים)

יעדעס יאר די זעלבע זאך! איך בין ווי שלומיאל’ס א ברודער אריינגעקראכן אין א בלאטע. מיין שוויגער זאל זיך מוטשען אין קיך וואוינט אין קרית יואל. און די מאמע זאל רוען אויפן קאוטש וואוינט אין וויליענסבערג.

סתם אזוי איבערעס יאר איז נאך צום פארטראגן מ’נעמט צאם די טשוועטשקעס און מ’מארשירט ארויף אויפן באס. ס’רעביצין נעמט די פינעף קליינע מיט זיך און איך נעם מיין חק און שלאף איין דערויף ביי די מענער זייט שששש פארציילטס איר נישט!

אבער פורים א גראגער אויף המן’ס קאפ דארף איך מיך פונאנדערגעשנייט געפונען אויפן באס. און אויף דעם באס פורים איז קיין פיקניק נישט צו זיין.

חוה’לע מיינע איז פארשטעלט ווי א אסתר עמעלקע מיט א פאפפי גאון און ווען זי גייט ארויף אויפן באס מיט איר קעניגן שטעקן געמאכט פון סטיוואל און טוטפיק’ס פארהאנקערט זיך די קעניגן’ס קליידל און די יעלות זענען למעלה תגביה קארייני.

גראד נאך איר שפאנצירט מרדכי הצדיק מיט איין הענט אויפן גאלדענעם רוט און די צווייטע האלט אן די בארד זאל נישט פאלן און אויב די גרויסע בריל מיטן נאז וואקט שטאטער פון אים דארף דער צדיק כאפן זיין נעזעלע און די באס פארט כאדאראם.

מיין קליינער פון קינדערגארטן איז פארשטעלט ווי א יו פי עס טראק געשלעפט פון א שלעפער טראק… און ווען מ’האלט אים נישט אינדערהאנט איז ער ווי סתם א יו פי עס טראק אנעם שלעפער…

אזוי שפאצירט ארויף די פאמיליע אויפן געפאקטן אויטאבוס און מ’צעטיילט די ראזשינקעס און המן טאשן אין קליינע פעקעלעך כדי די קליינע קינדערלעך זאלן נישט לאזן די שכינים איינשלאפן. און היידא מ’פארט!

דא קומט דאס ריכטיגע! ביים. נעקסטן סטאפ קומט ארויף א געמאכטער שיכור וואס די ווייב מאכט זיך ווי זי לאכט און זי מאכט זיך ווי זי בעט אים איינצורוען. און די קינדערלעך מאכן זיך ווי זיי זענען שוין זקינים ורגילים מיט שיכורים און מאכן זיך נישט וויסנדיג אפילו זיי מאכן נאר א שידוך שמייכל ווי קלוגע באזעסענע מענטשן ווא לאכן שוין נישט פון קיין קארני דזשאוקס. און אלע מיטרייזנדע “מאכן” מיט א רייזע צום געדענקען.

אלזא דער שיכור זעצט זיך אין פראנט פון מיר און וויל נאר וויסן צו מיין אינגעלע באמערקט אז ער איז שיכור און שרייט; איך בין נייייישט שיכור! יונגעללעעע אמת? איך האאאאה בין נישט שיכור? א מזל ער פרעגט מיך נישט ווייל איך וואלט פאזיטיוו צוגעשטימט!

מען פארט שוין ארויס אבער ניין! איינער לויפט… איינער לויפט… הערט מען פון א באבישקא שרייען ביי די פרויען זייט און דער באס שאפער זייענדיג א וואוילער אינגערמאנן שטעלט זיך ווארטן. איך קוק אזוי ארויס, ווער לויפט? איינער לויפט? צענדליגער לויפן! וואס ווייסט זי שוין ווער עס מיינט דעם באס און ווער עס לויפט ווייל דער רוח טרייבט אים?

די שטיגן פוהלן זיך אן מיט פוסאלאך פון א משפחה מיט קינדערלאך קיינע הארע פאי פאי און די קולות וואס זענען שוין אויף דעם באס אזוי אויך העכער ווי לעגאלע לימיט’ס גייען יעצט אריבער צו אומאראלישע הויכן. און פון סתם ענגשאפט ווערט שוין יעצט געדרענגשאפט. אבער אבי געפארן! פאר שוין! נו!

מ’שלייכט זיך אריין אין בי קיו אי עס פארן דארט גויים פון אלע מינים ואפיכורסים וואס ווייסן זיי? עס נידערט אראפ א מין וואכעדיגקייט מ’זעהט סיטי באסעס מיט בילבאורד’ס און טראק’ס פונקט ווי אינמיטן יאר! גיי שוין עס פארגייט דער אפעטיט פון לעבן. אבער וואס טוט מען נישט פארן שוויגער? ווי גייט דאס ווערטל: וואס מ’טוט פאר א שוויגער טוט מען פאר זיך אליינס! וד”ל

מ’רייסט ארויף אויפן טרייבארא בריק והנה עס איז טראפיק! אלעס איז אויף שטאנדשטיל. אלעס? ניין נישט אלעס! אויפן באס איז הויך יו”ט. מיין שיכור שכן האט געזעהן א געלעגנהייט און פאנגט אן פארפירן פארוואס ער איז אויף א אמבולאנס? עס פעלט אים גארנישט! די קינדער באסמאקעווען זיך מיט אים ביז ער מאכט א יברעכעכא מיטן שעם ומלקות און דער באס האט שוין נאך עפעס!… א גערוך!

יעצט איז אזוי! עס איז שטיל! ווי א אומגעוויינליכע פאר אויסברוך שטילקייט! עס שמעקט פון פולווער! און פון … אבער עס זעהט זיך אויס ווי אין הקב”ה בא בטרוני’ און ס’טאקע טרעפיק אבער ס’רואיג…

פלוצלינג…. טרררררררררר. אלע מיינע חלומות פון רואיגקייט צופארן. מיין אונטערשטער שכן האט זיך דערמאנט אז ער איז שיכור און אז אויב האלט ער זיך רואיג האט אים א שיכור עקספערט געזאגט קען די שיגעון וועפן. און ער פאנגט אן פון אל”ף…

אנקומענדיג קיין קר”י האמיר געגעין א שבח והודאה פארן באשעפער פאר אלע חסדים און באשלאסן אז דאס איז דאס מיר פארן נישט פורים אין ערגעץ.

א פרייליכן פורים! נאך א מזל די מעשה איז נישט אמת. איך וואלטעס נישט פארטראגן. נודה לד’.

דער חצות מנין

ביינ’ונז אין שולעכל איז נאר דא צוויי מנינים, איינס איז דער תרח’ס מנין וואס דאוונט 6 אזייגער נישט קיין חילוק צי עס איז טאג אדער נאכט. ס’צווייטע איז די מתינות מנין וואס נעמט א שעה אנדערהאלבן נישט קיין חילוק צי מ’זאגט תן טל ומטר צי מ’זאגט לברכה אויך. עס נעמט אלס א שעה א האלב.

טא וואס רעד איך פון חצות מנין אז ס’איז נישטא?

אלזא לאמיר קלאר שטעלן וואס איך מיין!

עס דאווענען דא אסאך אידן אבער עס איז נישט קיין מנין! איינער דאוונט פון ברכות ביז הודו און לויפט ארויס הכנות, דער צווייטער האלט אינמיטן גיין נאך געלט ער קומט נאר אריין עדות זאגן ביי די קדישים.

נעבן מיר זיצן צוויי אידן אויפן זעלבן מקום קבוע יעדן טאג! כדי צו פארשטיין איז וויכטיג צו געדענקען אז דאס האלט שוין אן יארן לאנג וואס בערל מיט שמערל קומען דאווענען אין דעם חצות מנין און שלאגן זיך אויפן מקום קבוע. ווייסעך ווייטער נישט צו מ’קען זיי רעכענען צום מנין אלס למה סאקע רייעכא.

אונז האמיר אויך א שיינע פאר בנש”ק’לעך וואס פון הודו ביז קוש זענען זיי מעיין אין גליונות אדער פיקטשער’ס פון די וואך צו זעהן ווער עס האט זיי בעסער געקאווערט! קען מען זיי מצרף זיין? גיי ווייס!

אזוי באשטייען אונזערע מנינים פון אלע מיני מיטכאפער’ס. מילא האמיר נישט קיין געהעריגן מנין. אינטערסאנט ביי אונזער חצות מנין איז יענקל הלוי. ער קומט אלס און האלט מיט שוין געדאוונטערהייט. ס’הייסט ער דאוונט פרי אבער ער האט עפעס א תאוה צו זעהן. ווי אנדערע מוטשען זיך מיט די צייט, האט ער יעדן טאג א סיבה וואס דארט צו זיין. און שאקלען מיטן קאפ אויף ניין פאר גרויס דיסאפראוועל פון דעם מנין.

אמאל לייגט ער דעמאלס ר”ת. און אמאל שימושא רבא! און אז נישט דארף ער פונקט מעביר זיין די סדרה. און איינוועגס רודפ’ט ער די מענטשהייט איבער חצות. נו! שוין באלד חצות! נאך פינעף מינוט! וואסי מיטענק? אא”וו. דאס ערגסטע אינאך ווען ער נעמט זיך רודפ’ן ווען חצות איז שוין לאנג פארביי. א שטייגער ווי דער וואס איז געווען דארשטעריג אויפן וועג און געהאלטן אין איין קרעכצן אז ער איז דארשטעריג און ווען מ’האט אים שוין געגעין וואסער האט ער נישט אויפגעהערט באקלאגן ווי דארשטיג ער איז געווען.

נאך א אינטערסאנטע זאך שפילט זיך דארט אפ:

יעדעס מאל האט דער מנין דריי בעלי תפלות! עס איז אזוי במחשבה תחילה! מ’טרעפט נישט קיין בעל תפלה און איינער זאגט אויב די גייסט צו צו פסוקי דזמרה נעם איך דיר איבער ביי ברכו און אזוי ביי שמו”ע. געוויינליך ביי שמו”ע גייט צו איימיצער וואס האלט נאך ביי די שטילע און ער דאוונט די הויכע. אזוי ארום שטייט ער אלקי נצור פאר א וויילע בעפאר תחנון.

אז מ’רעדט שוין פון תחנון איז ביי דעם מנין לגמרי נישטא אזא זאך! דארט ווערן אלע לומדים און מיטן גראבן פינגער איז מען מורה היתר אז דער מנין איז דאאך עניוועי כמאן דליכא מילא וואס דארף מען זאגן תחנון וד”ל

בקיצור אונזער חצות מנין איז איינס אין די וועלט און איך האב נישט נערוון ווייטער צו שרייבן. ביי ביי

פאר איך ווער ערנסט

איך האב לעצטנס באקומען אסאך פריוואטע ראט פון מיינע חשובע קאלעגע’ס בכלל און די פאר וואס זענען אויף מיין גוגל בפרט, און מ’האט מיך געראטן צו ווערן ערנסטער… איינער פון מיינע פריינט זאגט מיר, די דארפסט פארשטיין, עס קומט א נייער יאר יעצט, און עס איז ערנסטע זמנים, עס איז די לאנגע ווינטער נעכט וכו’, א צווייטער זאגט מיר זאלצי: די גייסט שוין באלד דארפן טון שידוכים מיט די קינדער, און מ’וועט געוואויר ווערן אז די שרייבסט סתם פאר פייער און פאר זאלץוואסער וועט מען נישט וועלן קוקן אויף דיין זייט, אויסער אויב אנעים וועט זיך וועלן משדך זיין מיט דיר וואוינט ער דאך אווער סיעס….

האב איך דאך אבער אן אינסטינקט אויך, און איך שפיר אז ווען דער פון אויבן פירט מיך צו זעהן עפעס אינטערסאנט מוז איך מיטטיילן מיינע פריינט, און איך קען נישט זיין מונע טוב מבעליו. האב איך באשלאסן… איך ווער ערנסט… איך וועל אנהייבן שרייבן פירושים אויף זאכן, ענינים, איך קלער אפשר שוין אנהייבן מיטן בית יוסף’ס קשי’ און אודאי שוין גרייטן ארטיקלען ביז צו חד גדיא, און נאכדעם וועל איך מיך רוקן פאראויס און אפשר אריינגעבן די פירושים צום דרוק וכו’ וכו’ וכו’ והנה חלום…

…והנה חלום, אלעס האט געפלאצט ווען נעכטן נאכט בין איך אריינגעפאלן אין “ביהמ”ד ויואל משה” אין מאנסי יצ”ו צו דאווענען א מנחה’לע.

איך האב געמוזט אפשטופן די גאנצע ערנסטקייט פאר א קורצע וויילע, ווייל איך קען נישט האלטן דעם ארטיקל אין מיין מוח ביז ווען איך גיב ארויס מיינע פירושים חלום…

און אט הערט וואס האט פאסירט. און פאסירט לכאורה יעדן טאג נאר איך האב עס מיטגעהאלטן נעכטן….

(אויב ווילט איר מאכן א פדפ פייל פון די מעשה מיין איך איר זאלט אנהייבן פון דא…)

איך זיץ אין קאר און בלאנדזשע אריין קיין מאנסי, ווייל איך זעה אז דער זייגער שלאגט אויף אביסל נענטער צו מנחה ווי מיין באקוועמע רייזע דארף נאך צו נעמען, און איך פאר ארום זוכן ווי קען מען נאך דאווענען. א בחור’ל שרייט מיר אריבער פון די אנדערע זייט פון די אמאליגע חרדים ביהמ”ד אז דארט איז שוין היינט א ישיבה, און מ’דאוונט נישט יעצט דארט, און אין וויזניץ דאוונט מען שוין שחרית פאר מארגן זאל איך ענדערש פארן צו א סאטמאר ביהמ”ד.

איך דריי זיך ארום און איך טרעף אן א הערליכן ריזיגן פראכטפולן בנין, מיט א לאט אין די בעק און אין די זייט וואס דארף הייסן אז דאס איז געמאכט צו זיין א פארקינג לאט. ווען איך האב געוואלט אנהייבן אריינצופארן דערינען האב איך הערשט באמערקט אז איך בין אריין געפארן אין א דזשאנק יארד מיט קאר’ס און אויך איין טרעילאר (דער דרייווער האט געכאפט א מנחה) מיטן גאנצן טרעילאר ביז אינדערמיט פון דעם לאט. עס טוט זיך א פייפעריי, אבער איך דערקען אויף די מאנסיער אידן אז זיי הערן די פייפעריי אזוי ווי איך הער מיין וועקער זייגער. (איך מיין צו זאגן: זיי הערן עס נישט! זיי זענען שוין צוגעוואוינט! פארשטייסט שוין מיך מיט מיין וועקער זייגער?…)

אלנספאלס איך זעה ווי איינער בעקט ארויס, און צוויי ווארטן אריינצוגיין אינעם ספאט, איך וואונדער זיך היכן יכנס הפשתן הזה? ווער וועט יא אריינגיין און ווער נישט, און צו כאפט נישט דער צווייטער אז עס שטייט שוין א ערשטער? עס נעמט נישט לאנג און דער פארפארקטער פארקט ארויס, און איינער פארקט אריין און איך קוק מיט וואונדער צום צווייטן צו זעהן וואס פלאנירט ער צו טון, און הערשט דעמאלס באמערק איך אז דער צווייטער איז שוין לאנג נישט אין קאר ער האט עס איבערגעלאזט ווי עס שטייט און גייט און כאפט א מנחה און אפשר נאך א שמועסל אויך…

איך לויף אריין אין ביהמ”ד (איך האב פארשטייצעך געפארקט קודם) און איך פליה אראפ אלע שטיגן, איך זעה אז דארט דארף מען גיין, ווייל יעדער לויפט אהין צו, און פלוצלינג…..

… מינמיכעכעפאלאטשעקפאלטשעפאלאטלאטשעק… פאר די וואס ווייסן נישט וואס דאס מיינט. איר דארפט זיך גארנישט שעמען איך האב אויך נישט געוואוסט, אבער די קולות און באנומענע קוויטשערייען מינככככעעמינכעפאלאטשעקפאלאטשעקחדרפאלאטשעק (איר האט באמערקט אז איך לייג נישט קיין ספעיס צווישן די ווערטער? אה! ווייל ער אויך נישט! ער זאגט עס אין איין אטעם, אלע ווערטער אויפאיינמאל, עס איז שווער פאר פרעמדע צו פארשטיין וואס ער מיינט)

איך קוק מיט בייז ווינדער וואס גייט דא פאר? וואס איז די קולות? אבער איך זעה ווייטער אז עס מאכט זיך א גרויסער חילוק צווישן א געבוירענער מאנסיער און א געסטל אין שטעטל, ווייל אלע געסטלעך ווי איך זענען אדער דערשראקן אדער לאכן זיך אביסעלע אונטער (געוויינליך נאכן הערן דאס אפאר מאל פארשטייט מען אז עס איז נישט קיין עמערדזשענסי) אבער דער איבעריגער עולם גייט אן מפטירין כדאתמול.

ווייס איך נישט דעם נאמען פון דעם משמש בקודש וואס גיט זיך אפ מיט די מנינים אין דעם גרויסן שוהל, אבער אן ארבייט וואס ער לייגט אראפ וואלט געווען א וואונטש פאר א יעדן שול… זיינע פזמונות גייען עפעס אזוי.

(אטעם אריין טיעף) מינכעמינעמינעכמינענעכע חדרפאלפאלאלאטשטשטשעקפאלאטשעפאלאטשעק…וידעו וידעו וידעו (מיטן ניגון הידוע) כי אתה שמך ד’ מנחמנהחמהניחכחמנה חדרגוטאמאןחדר מנחה מנחה חדר חגדר גחכגכענהגכהכצתהשצץ (סאררי איך האב געטרייט צו טייפן אזוי שנעל ווי ער זאגט עס… איך דארף זיך נאך לערנען)

איך לויף נאך דעם קאלירפולן גאלאפ פון מענטשן, יעדער לויפט צו א ווינקל, דארט איז חדר פאלאטשעק, און דארט גייט מען יעצט דאווענען מנחה. דער גבאי אינדרויסן איז רואיגער ער זעהט אז מ’זאגט שוין אשרי דעמאלס נעמט ער זיך זינגען נאך א לעבעדיגערע ניגון, און ער רייסט אריין מיט א ריזיגע אייזן מיט צוזאם באהאפטענע פושקעס און לייגט עס אויף איינע פון די טישן אין דעם חדר ווי מ’דאוונט יעצט, איך וואונדער זיך צו ער מיינט דער עולם וועט אריין לייגן געלט אליינס, אבער ניין ער איז מאלטי טעסקינג ער לויפט ביזדערווייל ארום אין אנדערע חדרים מסדר זיין וואס אימער און ער האט אויסגערעכנט אז דא גייט ער גיין נאך געלט נעקסט טוט ער עס אזוי זיך נישט צו דארפן ארום שלעפן מיט די 40 סאה אייזן די גאנצע צייט.

איך קום אריין אין שטובל איך זוך א ווינקל. איך באמערק אז אין מאנסי אדער אפשר נאר אין דעם שוהל איז נישטא אזא זאך ווי א ווינקל. פרעגט מיך נישט פארוואס, אבער ווי איך שטעל זיך שפיר איך ווי איך שטיי אינמיטן שוהל, צו איז עס ווייל ווי איך שטיי שטייט אויך איינער וואס הייבט ביי אנדערע די אויגן ברעמען, אדער איז עס ווייל עס איז שיין ליכטיג? איך ווייס נישט! ביי איין ווינקל זיצט א איד מיט טלית אין תפילין און א ריזיגן בריווקעיס מיט ספרים און עסן אויפן טיש (איך מיין ח”ו נישט קיין שום חוזק, איך ווייס נישט ווער דער איד איז ער קען זיין פון די צדיקי הדור און איך מיין נישט ח”ו אפצושפעטן, ער האט גארנישט געטון פאנני, ס’איז נאר גענוג געווען אוועק צו נעמען א “ווינקל” פון באנוץ…) אויף די אנדערע ווינקל שטייט א ליטוויש אידל און קלאפט זיין האנט אין קאפ יעדע מאל וואס ער זאגט פותח את ידיך, ער זאגט עס א שיינע פאר מאל איך האב נישט געציילט פונקטליך, און הערשט ביי איינע פון די לעצטערע האט ער געכאפט אז ער האט נישט אן תפילין צו קושן (קען זיין לענ”ד)

און אויפן אנדערן ווינקל (פארגעסט נישט דאס איז א ריזיגע שטוב כרחוק מזרח ממערב) שטייען צוזאם געדרוקט 4 אידן און שטופן זיך צו דאווענען איינער טרעט אויס ווען דער צווייטער בוקט זיך דער דריטער ווארט אז דער פערטער זאל סטאפן קלאפן סלח לנו ער זאל זיך קענען ווייטער שאקלען, און די איבריגע שטוב איז דא ברייט פלאץ אבער פאר סאם ריזן דאווענען די 4 אינטער איין TILE און זיי קענען זיך נישט אפשיידן.

איך שטעל זיך דאווענען און איך האלט שוין ביי ברך עלינו (דאס איז שוין נאכן אבזערווירן האלבע צייט דעם עולם’ס דאווענען, ווען נישט ווייס איך דאך נישט די אויבנדערמאנטע) הער איך הויך איינעם שרייען “משיב הרוח ומוריד הגשם” כאילו עס איז נאך דא איינער אין שוהל וואס קען יעצט משלים זיין דעם חסרון אויב מ’האט פארגעסן.

דאס מערסטע פון אלעם איז מיר נאך געפאלן ווען מ’האט אנגעהויבן נאכצוזאגן חזרת הש”ץ. אזויפיל נסחאות אויף איינמאל האב איך נאכנישט געהערט. איינער זאגט בניגון קשי’ איינער בניגון תמי’ איינער בניגון צו אויך נעבן מיר איז געשטאנען איינער וואס האט געהאט אזא פראבלעם: ווען דער עולם איז געווען שטיל האט ער זיך אינטערגעזונגען יודו לד’ חסדו, און ווען עס איז אונטער געקומען דער ברוך הוא וברוך שמו, האט ער נישט געוואלט מפסיק זיין, פון די אנדערע זייט איז ער דאך נישט מסכים צו זאגן א בהוב”ש חטופה, האט ער געזונגען דעם בוב”ש מיטן זעלבן ניגון (א כאפ!!!) און איך האב מיך געהאלטן ביי די זייטן…

ווען מ’האט געענדיגט דאווענען און איך האב מיך ארום געזעהן אז מ’זאגט נישט היינט קיין לדוד ד’ אורי האט מיך עס געשטערט באמת דאס ערשטע מאל אז מ’זאגט דאס נישט… איך האב פשוט נישט געוואלט ענדיגן דאווענען….

אין יעדן פאל איז דער שוהל עפעס ווערט אסאך צו רעדן, איך האב נאר פשוט נישט קיין צייט צו באשרייבן למשל וואס עס טוט זיך דארט אין די האללוועי, א בחינה אביסל ווי שומרי שבת אין ב”פ, (עה נישט אזוי ווייט, אבער אביסל) און די אינטערסאנטסטע פון אלעם איז נאך דאס אז אין דעם האללוועי סיי ווען איך בין געקומען און סיי ווען איך בין געגאנגען האב איך באמערקט אז אלס איז געווען א קבוצה וואס האבן איבערגערעדט דעם לערנען, און א קבוצה פאר פאליטיק, און א קבוצה פאר סתם פלוידערייען, און אלעמאל איז דארט דא א קבוצה וואס האבן זיך נארוואס באגעגנט נאך אזויפיל נישט זעהן זיך….

איך ווער צוריק ערנסט
זייט מיר געזונט

אלעס אין איין טאג (כ”ו אב)

(געשריבן כ”ו אב תשע”ב לפ”ק אויף אייוועלט)

היינט איז א גרויסער טאג ביי אונז חסידים און תלמידים פון רביה”ק מסאטמאר זי”ע, עס איז די 33סטער יומא דהילולא פון אונזער גרויסן רבי’ן זי”ע.

גייענדיג אויפן ציון הק’ און דרייענדיג זיך אין קרית יואל המעטירה, קומט מיר אויף אבזערוואציע’ס און איך בין נייגעריג צו הערן אייערע אבזערוואציע’ס צו זענען זיי אויך בערך ווי מיינע.

א’ סליחות

צופרי זעהט אויס אין קרית יואל מער ווי א’ סליחות, עס טוט זיך א אנלויף פון אלע מיני קרייזן יעדער מיט פארקנייטשטע פנימ’ער איינער לויפט דאווענען א צווייטער אין מקוה, מנינים שטעלן זיך אויף פלעצער ווי סתם אזוי קען קיין מזומן אויך נישט שטיין, ווי מ’לייגט אראפ א פוס טרעפט מען נאך 4 פאר פוס, עס איז נישט דא ווי זיך צו רירן דער מצב איז אנגעצויגן, אידן ווילן פועל’ן ישועות אין זכות פון דעם גרויסן צדיק.

ר”ה ביינאכט

אראפקומענדיג פון ציון הק’ זעהט אויס ווי ר”ה ביינאכט, מ’ווינטשט זיך “האט’ס געפועלט אלעס גוטס” און מ’גיט זיך ווארימע ברכות א שטייגער ווי די גאסן זעהן אויס ווען מ’וואונטשט זיך לשנה טובה, און מ’לויפט ווייטער.

ערב יום כיפור

ארויפגייענדיג זעהט אויס ווי מ’שטייט אין די ליין פאר כפרות שלאגן. די קולות פון די געלט גייער’ס איז עד לב השמים. עס גיסט זיך געלט ווי עריו”כ ביי מנחה, און אז אינמיטן פליען פארביי די קרית יואל’ע קאטשקע משפחה איז עס שוין ממש א בחינה פון כפרות שלאגן…

סוכות

די געלט גייער’ס זיצן אין בודקעלעך וואס דערמאנט פונעם יו”ט סוכות, מאנכע מאכן עס געהעריג ווי א תשבו כעין תדורו, און אזוינע וואס זענען נאר יוצא צו שטיין דערנעבן און מאכן קולות. אויך זיצן תהלים זאגער’ס אין ריזיגע טענט’ס ווי עס שפירט זיך אין א קהל’ישע סוכה

הושענא רבא

אין דעם אוהל הקדוש איז געהעריג די נענועים בתוקפה, מען דרייט זיך הקפות, און מ’שטופט זיך ווי אין א סארדין שאכטל, די קולות זענען הויך, דער תהלים זאגן איז ווי הו”ר ביינאכט, און די געזינגעריי דערמאנט פון די נענועים און הלל הושענא רבא בייטאג…

חנוכה

נעבן דעם ציון הק’ איז דא מער לעכט ווי יוצאי מצרים, עס פלאמען די פלעמעלעך, די היץ קען מען שפירן קילאמעטער’ס ווייט, א פרסומי ניסא אויף ווי ווייט דער אויג זעהט.

פורים

אה שיער פארגעסן! ביי איין קרעמל פון די געלט גייער’ס איז געהעריג פורים אינמיטן די גאנצע ערנסטקייט, זיי נעמען אן מיטלען פון געלט רייסעריי ווי מ’טוט נאר שיכורערהייט פורים נאכמיטאג. אבער דער סאטמארער ציבור איז געוואוינט צו טון די מצוה פון צדקה מיטן גאנצן הארץ נישט קיין חילוק די מעטאדן וואס די געלט גייער’ס נעמען אן.

פסח

דאס איז שוין נאך אלעם ווען די געלט גייער’ס זיצן אנגעלענט ווי ביים סדר און רעזיגנירט ווי נאך די אפיקומן, מורמלען זיך נאך אונטער זייערע סלאגאנען אבער ערשעפט און מיד פון די צוויי טעג ארבעט.

שביעי של פסח

דאס יאר ווען עס רעגנט איז עס געהעריג קריעת ים סוף.

ל”ג בעומר

דארף דען הסברים? ווער עס איז שוין געווען אמאל אין מירון וועט אייך מודה זיין אז אין קרית יואל איז כאטש א מעין מירון אום כ”ו אב

תעניתים

אינטן ביים טענט זיצן אידן און עסן, עס זעהט אויס ווי מ’פאסט איין אדער מ’פאסט אויס, און אין די לאנטש רום פון די ישיבה זיצן זקנים ונערים און זענען זיך מחי’ מיט די מאכלים וואס ווערט צוגעשטעלט מיט הרחבה.

אזוי ווערט דער גאנצער יארגאנג געשפירט דארט אויף טריט און שריט, עס שרייט פון יעדן ווינקל די חסידישע פארע. און עס בלייבט נישט מער איבער ווי צו אויסרופן הויך: אשרי העם שככה לו! וואויל איז פאר אונז אז מיר האבן געהאט די זכי’ צו זיין תלמידים פון אזא הייליגן רבי’ן וואס איז אונזער וועג ווייזער און זיין תורה איז אונזער לערע ביז משיח’ס טאג.

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן אבער דאס איז מיין קורצע אבזערוואציע פאר די מאמענטן.

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

יעצט אז ראמני האט געווינען… וואס ווייטער?

יעצט אז מיר האבן מיט ראמני אלס דער צוקונפטיגער פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיט’ס בלייבט אונז נאר איבער צו זעהן און שמועסן וואס צו ערווארטן פון דעם פרעזידענט עלעקט.

אה! לאמיר אנהייבן! די ערשטע זאך איז דאך די עקאנאמיע. דאס מיינט אז הודו לד’ פון היינט אין ווייטער וועט:
מקוה געלט זיין נאר 1.50
געז גייט אראפ גיין צו 2.50 א גאלאן
מילך גייט צוריקגיין צו די עפאכע פאר די גענודלטע קיען
און ברויט גייט צוריק צו די עפאכע פון פאר די אייער פראבלעמען.
בלובערי’ס וועלן ווערן צוריק ביליג באלד ווי בלעקבערי’ס וכו’.

דאס איז די ערשטע זאך וואס מיר האבן אויפגעטוהן מיט א ראמני געווינס.

והשנית: איז די שטייערן פראבלעם אין אמעריקע

פון היינט אין ווייטער, (איך מיין פון יאנואר דעם 20סטן נאך די אינאגוראציע פון דעם נייעם פרעזידענט) וועט שטייערן אראפגיין צו 9 פראצענט פלעט פאר יעדעם.

סעיל’ס טעקס וועט ווערן פארבאטן, און איינער וואס וויל דוקא צאלן סעילס טעקס וועט עס מוזן טון אין טשיינע.

מ’וועט טיילן אומזיסט טעקס ריטוירן געלט, אפילו עס איז נישטא בכלל קיין טעקס אין ערשטן פלאץ.

דיוס און מעמבערשיפ אין אלע קהלות וועט אראפגיין צו 100 דאללער א יאר פער משפחה.

טאלל ביי די בריקן און טונעלן וועלן זיין פארבאטן, און די וואס האבן איזי פעס וועלן יעדע’ס מאל באקומען א קוואדער ביים דורכפארן. און אין די HOV ליניע וועט מען באקומען 50 סענט.

וואס נאך? די אויסערן פאליטיק!

יעצט אז מיר האבן א ריכטיגן קאנסערוואטיוו (?) אין אפיס, קען מען זיין זיכער אז:

די יו ען וועט ערנסטער נעמען די איראנער קריזיס, און נעקסטע וואך אנגעהויבן וועלן די באמבע זוכער זיך ווידער אראפלאזן אויף איראן און מאכן ריכטיגע חקירות צו זעהן ווי מ’האלט מיט זייערע נוקלעארע טרוימינגען.

מ’קען זיין זיכער אז יעצט וועט שוין די מדינה האבן א געהעריגן שלום מיט די פאלאסטינער.

אסאד וועט מארגן רעזיגנירן פון אמט

מובאראק וועט לכאורה ווערן פארדאנירט אין מצרים

און רב גראסס קומט אהיים פון קובא

אסטרייכער קומט אהיים פון באלאני לאנד.

בקיצור. מיר זענען ב”ה אנגעקומען צום זה היום קיונו לו, און מיר דארפן אלע דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים אז ער האט געראטעוועט אונזערע דורות, און נישט צוגעלאזט אז דער הויכע”ר שווארצער זאל אונז פארפירן ווייטער…. וואס זאגסטו?…. איך הער נישט?….. ווער? נישט געוואונען? ווער האט נישט געוואונען? (איין מינוט אייוועלט! איך קום שוין צוריק!)

זאגט מיר דא איינער אז דער ראמני האט באמת נישט געוואונען. שוין! טעות לעולם חוזר! לאמיך איבערקוקן די ליסט און זעהן וואס מ’גייט דערלייגן…. מממממממ ….. איך זעה נישט עפעס סיריעס. איך מיין אונז וועל מיר ווייטער אנגיין מיטן לעבן, און בעטן דעם אייבערשטן פאר שלום מלכות, און נישט פירן די וועלטס דאגות.

איך קום אריין אין א ביהמ”ד היינט און איך הער ווי א אינגערמאן דרוקט זיך אויס עפעס לשונות ווי איינער וואס האט פארלוירן זיין גאנצע האפענונג נעכטן נאכט. און איך וואונדער מיך צו מיר אליינס. וואס איז געשען מיט אונזער דור? ווען האבן אידישע קינדער אנגעהויבן אזוי צו פארכישוף’ט ווערן אין א פרעזידענט קאמפיין?

יא איך ווייס! עס איז “טאלק שוי” און אנדערע מער וויזשועל שאו’ס וואס איז היינט די טאן געבער אין די בתי מדרשים. מ’ברענגט אריין דעם גאנצן גוי, אזוי ווי ער שטייט אין גייט אין ביהמ”ד אריין. עס איז א בושה און א חרפה.

איך הער א אינגערמאן רעדן מיט גאנצע הסברים פארוואס אבאמא האט נישט קיין טשענס, און ער ברענגט נאמבער’ס פאקטן און פיגור’ס, און נאכדעם הער איך א צווייטן אויף די אנדערע זייט, איבערזאגן דעם זעלבן דרשה ווארט ביי ווארט, און איך וויל וויסן ווי האבן עס ביידע אזוי פונקטליך געהערט אדער געליינט? אדער געזעהן?

טייערע פריינט, עס איז צייט צו בארואיגן די זארגן איבער די אמעריקאנע פאליטיק, עס וועט נישט העלפן קיין ראמני אדער אבאמא ווייל לב מלכים ושרים ביד ד’ נישט קיין חילוק ווער עס איז ביים שטייסל. און אויב רעדט איר זיך איין איין מינוטקעלע אז אויב א צווייטער וואלט געווען פרעזידענט וואלטן מיר נישט געווען אזוי טיעף באגראבן (איך מיין נישט “מיר” איך מיין אמעריקע, ווייל איך אליינס בין ווייט נישט באגראבן, איך האב א שיעור יעדן טאג, איך האב ב”ה פרנסה, און איך האב אייגענע פאליטיק ביי אונז אין ביהמ”ד) דאס איז אן אבסאלוטער דמיון.

די גרעסטע פראבלעם איז נאך אז יעדער ווייסט אז עס איז דמיון ע”ג דמיון און יעדער ווייסט אז אין יעדן אלעקשאן סייקל ווערן געדרש’ט די זעלבע דרשות, דער וואס איז דערין זאגט מיר דארפן צייט, דער וואס איז פון דרויסן זאגט מיר דארפן א טויש, און ווען מ’פאלט דורך אינגרויסן איז דער דורכגעפאלנער ביזי געבן פוילע תירוצים, און דער אפאזיציע זיצט און פארפירט ווי די וועלט עקט זיך ווען.

לאמיר געדענקן אז מיר זענען אידן בני אברהם יצחק ויעקב, און אויף איין פרעזידענט ווארטן מיר! אויפן מלך המשיח! און ביז אהין זענען מיר מתפלל פאר דעם שלום מלכות און אז אידן זאלן ח”ו נישט געשעדיגט ווערן דורך די אקאנאמיע אדער אויסערן פאליטיק וכו’.

זייט מיר אלע געזונט און אנטשולדיגט מיר פארן נעמען א שטעלונג אין פאליטיק, אבער עס טוט מיר וויי שריי איך…

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

דרך ארץ מיט חוצפה

די וועלט זאגט: מיטן עסן קומט די אפעטיט. זייער אמת. נאך אזא ריספאנס אויף מיין ערשטן ארטיקל בין איך שוין דא מיט נאך להנאתכם.

איך בין אזוי ווי שוין דערמאנט א אפטער טרעוולער און ס’קומט מיר אויס זיך צו טרעפן אין פארשידענע באטעמטע און אומבאטעמטע סיטואציע’ס צוגלייך. אבער צומאל איז דא א סיטואציע וואס ווי שלעכט עס זאל נאר זיין ברענגט דאס א שמייכל.

סאו! איך זיץ אין קאר און פרוביר זיך ארויסצוזעהן פון שטעטל ווי איך וואוין “קרית יואל” און איך בין שוין כמעט נאך די בויך פאלנדע עק פון בעיקערטאון שטעלט מיך אפ א איד היפש עלטער פון מיר מיט א בעקעשע און שיפע טאשן. איך פרעג דעם איד “ווי גייט איר?” און ער פאנגט זיך אן אריינצוזעצן אין קאר… איך ווער אביסל דערשראקן פון זיין געוואגטקייט, און איך פרוביר זיך אונטערצוהייבן אביסל מפני. הכבוד אבער מיין קאר איז צו נידריג. אלזא איך מאך זיכער ער זאל מיך הערן און איך קוק צו זיין אויער, (זיכער מאכן אז ער האט נישט דארט עפעס וואס שטערט פון די שמיעה) און איך פרעג מיט געמאכטע זעלבסזיכערקייט און אומ\נאטורליכע הויכע שטימע און א שמייכל וואס גייט נישט אראפ פון זיך אליינס: וואס האט איר געזאגט? וואו?…

דער איד גיט זיך א דריי אויס און קוקט אויף מיר ווי איינער וואס האט נארוואס באמערקט אז דא זיצט א דרייוער אויך און וויל זיך אנטשולדיגן פארן אריינקראכן: אה! וואס פרעגט איר?
איך: איך פרעג ווי איר גייט (איך מיין צו פרעגן ווי איר ווילט גיין? – אדער ווי איר פלאנט צו פארן? וויאזוי איר ווילט….)
שיינער איד: איך פאר קיין סקווירא (ווער זאגט?)
איך: איך פאר נישט קיין סקווירא איך פאר א אנדערע וועג עממממ …..
שיינער איד: ווי דען פארט איר (כאילו: ווער פארט נישט קיין סקווירא היינט?)
איך: קיין וויליאמסבורג. (דאס איז א שטאט נאך מאנהעטן. איר ווייסט ווי?)
שיינער איד: אה נישט קיין פראבלעם איר וועט מיך אראפלייגן אינטערוועגנס (ער מיינט צו זאגן “ער וויל” איך זאל אים אראפלייגן אינטערוועגנס”)
איך: (ווער שוין אויפגעברויזט – א זעלטנהייט ביי מיר)
שיינער איד: (ווערט שוין נערוועז – זעהט אויס נישט קיין זעלטנהייט)
איך: איך פאר נישט פארביי סקווירא, איך ווייס נישט ווי סקווירא פאלט אויס, און איך קען מיך נישט אויס אין קיין וועגן, אויסער דעם איז א נעפל, און איך האב נישט מיין GPS און איך יאג מיך געפערליך, און אויך דארף איך נאך איינעם אויפפיקן וכו’ וכו’ וכו’
שיינער איד: (זיצט שוין באקוועם, פארגעסט נישט סיט בעלט’ס טייט, און ער וויל שוין אריינלייגן א שטעקער אין אויער צו הערן א טעיפ וואס ער האט זיך צוגעגרייט.)
שיינער איד: (באמערקט אז איך רעד נאך, און דרייט זיך שווערליך ארום און פרעגט:) אז וואס?
איך: (נאכאמאל די אויבנדערמאנטע…. וכו’ וכו’ וכו’)
שיינער איד: פארוואס פארט איר נישט דורך סקווירא? יעדער פארט דורך דעם פאליסעיד’ס און דאס איז ממש נעבן סקווירא, איך וועל אייך ווייזן גענויע דירעקציע’ס און איך וועל אראפגיין ביים עקסיט און פון דארט און ווייטער קענט איר פארן אליינס, איר וועט נישט האבן קיין פראבלעם
איך: איר וועט אראפגיין ביים עקזיט?
שיינער איד: יא זיכער
איך: (קוקנדיג און באאבאכטענדיג זיין געוויכט און מאוומענט וואס מאכט מיר שווער גלייבן אין דעם פאקט) איר זענט זיכער?
שיינער איד: (קוקט אויף מיר און צוריק אויף זיין גוף און אזוי צוויי דריי מאל ווי איינער זאגט: וואס איז דא נישט צו גלייבן?) יא זעכער וכו’.

מען פארט: איך בין ברוגז אנגעצויגן, איך ווייס דאך אז איך בין דא אריין אין א בלאטע, אבער דאס איז שוין נישט דער פראבלעם , דער פראבלעם ווערט וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון די בלאטע. (איין מינוט! ער זאגט עפעס)

שיינער איד: ווער זענט איר?
איך: זאלץ וואסער?
שיינער איד: וועלכע וואסער?
איך: פון וומסבג
שיינער איד: די ביזט א קרוב מיט די וואסער פון סקווירא?
איך: איך מיין אז ניין, אבער איך קען נישט צוזאגן
(ביי די וועי: איך הייס נישט עכט אזוי, עס איז נאר א משל…)
שיינער איד: וואס הייסט די קענסט נישט דיינע קרובים? איך בין זיכער אז ווען איך פרעג אים ווען וואלט ער געוואוסט ווער די ביזט.
איך: קען זיין, איך קען זיי אבער נישט
שיינער איד: (מיט א ביטול שמייכל) א וועלט!

מ’פארט רואיג און איך פרוביר צו דערגיין ווי מען נעמט דעם פאליסעיד’ס (איך בין נישט דער בעסטער דרייווער קיינמאל געווען און לכאורה קיינמאל זיין, איך בין מער אויפן באס אין בעק – איר געדענקט נאך?-)

לאמיך אייך נישט האלטן געשפאנט: נאכן ווערן אויסגעפארשט פאר א האלבע שעה, זענען מיר אנגעקומען קיין ניי סקווירא, און “יא איר האט גוט געוואוסט” איך האב אים געדארפט אריינטראגן אין די געדרייטע געסלעך פון ניי סקווירא ווייל ביים עקסיט האט ער זיך דערמאנט פון זיינע הינעראויגן וואס האבן אויפגעעקטעד פונקט יעצט, און אויך אז ער האט נישט קיין שירעם און וואס טוט מען אויב עס נעמט זיך רעגענען? און ווי אויך האט ער געהאט א אמת’ע אידישע טענה: “ווי טוט מען אזוינס צו א איד מ’לייגט אים אראפ אינמיטן וועג ווי א גוי?

איך: איך האב דאך אייך געזאגט אז איך קען נישט די וועגן און איך וויל נישט פארן אין קיין פלעצער ווי איך בין נישט באקאנט?
שיינער איד: מאכסט דיך נאריש? די זכות וועט דיר ביישטיין!
איך: (איבערלאזן אים אין קאר האב איך בשו”א נישט געקענט, איך דארף די ספעיס) אקעי
שיינער איד: (ארויסגייענדיג פון קאר) איר האט א גרויסע מצוה געהאט ווי שווערער די מצוה קומט אן אלס מער שכר וכו’ וכו’ וכו’
איך: ענטשולדיגט מיר אבער איר האט אויך א זכות היינט!
שיינער איד: (מיט גרויסע קעלבערנע אויגן – נישט געוואוסט ער האט אזוינע גרויסע) דהיינו?
איך: איר האט א זכות אין א איד וואס גיבט מער נישט קיין היטשעס, דער זכות זאל אייך ביישטיין!!

טייערער שיינער איד אויב ליינט איר דעם ארטיקל אזוי ווי אסאך שיינע אידן טוען, (ניטשט קיין פעלער איך בין אויך!) ביטע גיבט נישט ארויס מיין נאמען, איך וויל מיך נישט פארשעמען אז איך גיב נישט קיין היטשעס מיינע גוטע פריינט און משפחה מיטגלידער מיינען אז איך גיב יא!

יישר כח!

נ.ב. איך בין אים מוחל מיטן גאנצן הארץ עס איז נישט זיין פעלער! ער איז לכאורה געבוירן געווארן אין אזא שטוב…

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

אין בעפארברייטונג צו ר’ סנדר

ר’ סנדר איז אינטערוועגנס, און איבעראל אין אלע אידישע שטובער אין די מעטרא ניו יארק און ניו דזשערסי גרייט מען זיך אין גרויסן (מעטרא קומט דא אריין?) איז מיר איינגעפאלן צו שטודירן די צוגרייטונגען פון די נאענט און זעהן די דיפערענצן צווישן פעלקער און פעלקער אין די הכנות צו אזא געהויבענעם גאסט.

לאמיר אנאליזירן דעם ר’ סנדר קודם מיט א אידישן בליק, און פחד מה זו עושה, וואס איז דער עולם אזוי צענומען פון אים. ס’איז פשוט! ווען מ’טראכט אריין זיין לשה”ק נאמען, כאפט א פחד באמת, ווייל אויב אין ענגליש הייסט ער סענדער, הייסט ער דאך אין אידיש “שיקער” איז ער דאך אין לשה”ק א “שיכור” נו? וואס פרעגט איר?

אזוי ארום גייענדיג אין די געשעפטן און אין די בתי מדרשים, און אמאל אמאל אויך אינטערהערנדיג זיך ביים שכן, הער איך אזוי: מאנכע גרייטן זיך צו ר’ סנדר’ן מיט גרויס ישוב הדעת ווי למשל מיין שכן, איך וועל נישט פורש בשמו זיין, ווייל ב”ה ער וויל שוין ענדליך מופן און אז ער וועט הערן אז איך הער אים אינטער וועט ער להכעיס וואוינען דא פאר נאך אפאר יאר…

זיצט מיין שכן מיט א ריזיגן לוזליעף פעפער, און דאס ווייב דרייט זיך ארום פון קאבינעט צו קאבינעט, און פון פרידזשעדער צום פריזער, און אויב זעה איך גוט, עפענען זיי אויך דעם פסח קיך, איך ווייס נישט וואס זיי זוכן דארט פאר ר’ סנדר’ן, אויסער אז איך זאל טראכטן אז זיי קלערן ר’ סנדר וועט דא זיין אפאר חדשים מיט אונז…

זי שרייט: טונא
ער שרייבט: טונא
זי שרייט: וואסער
ער פרעגט: וויפיל?
זי ענטפערט: וויפיל ס’גייט
ער זאגט: מ’דארף דאך צאלן אויך?
זי ענטפערט: נו שרייב אויף דעמאלס…

איך האלט מיך אין די זייטן, איך פאנג אן זעהן אז עס זענען באמת דא מענטשן וואס מיינען אז מ’שרייבט אויף און ס’מעקט זיך אויס מיטן ווינט… אפשר ר’ סנדר…

אזוי האלט אן די אנגעצויגענע שטימונג. זי זאגט מ’מוז קויפן אסאך ברויט און עס פאר’פעינעצ’ן ווייל זי האט געהערט אז אינעם טיטאניק האט מען נאך 50 יאר געטראפן פרישע פעינעץ זעה מיר דאך אז דאס האלט זיך לאנג.

פלעשלייט’ס האמיר?
יא!
וויפיל?
גענוג!
יעדע שטוב איינס?
ניין!
נו וואס הייסט דאס גענוג?
ווען זענען אלע לעקטער’ס אנגעצונדן כאחת?
אבער אין דער פינסטער קען זיין אז מ’וועט עס דארפן, לאמיר נישט קארגן יעצט….
(איר פרעגט ווער עס האט געזאגט וואס? ער אדער זי? מיינסט איך געדענק? איך בין געווען ביזי שרייבן…)

ווען די גרויסע לוזליעף פעפער איז שוין פיל געווארן און מ’פארשטייט שוין וואס מ’דארף איינקויפן, האט זי אנגעהויבן צו בעטן אזוינע זאכן ווי נייע געשיר, און פורניטשור וכו’, און איך קוק אויף דעם מאן און איך זעה אז וואס פארא גולם ער איז פארשטייט ער אויך אז דאס איז שוין עפעס למעלה מכל השגות, און ער פרעגט…. וואס האט דאס מיט ר’ סנדר’ן?
און זי ענטפערט: אז מ’קויפט שוין זאל שוין זיין…

מ’לייגט אראפ די שרייבגעצייג, און מרופט צוזאם אלע קינדער. יעדער זאל צומאכן די אויגן, און שטעלן אפאר טריט פאראויס. איך זעה אז איינער טשידט שרייט די מאמע… אלע קינדער לייגן ארויף די רעכטע הענט אויף די אויגן און שפאצירן דריי טריט, די געלעכטער’ס זענען הויך אבער טאטע מאמע זענען ריכטיג אנגצויגן….
דער טאטע רופט אויס: קינדער איך וויל אייך נישט דערשרעקן אבער עס איז מעגליך אין פאל פון א בלעקאוט וועט זיין אזוי טונקל ווי עס איז יעצט געווען ווען ענק האבן געהאלטן פארמאכט די אויגן.
די קליינע יוסעלע רופט זיך אן: עה עה איך האב עניוועיס ארויסגעקוקט….

אזוי גייט אן ביי מיינע שכנים דער בעפארברייטונג צו ר’ סנדר.

איך ווער אומעטיג, און איך וויל מיך אויך גרייטן אביסל, איך קום אהיים צוריק, און אינטערוועגנס כאפ איך א בליק אראפ אין פארקינג לאט, און איך זעה א קאר אנגעצונדן מיט אלע קליפערליך און דארט אין דערין זיצט א ליובאוויטשע קאפל מיט צוויי קאמפיוטער’ס קאנעקטעד, און אין די בעק ליגן 7 גאלאן באטלעך געז, איך שטעל זיך פאר עס איז דא דארט אויך וואסער און בעטעריען, אבער איך פרעג נישט. איך שפאציר אהיים “געוואלד! איך האב זיך נאך גארנישט געגרייט!!”
איך קאל מיין חבר מנשה, און ער הייבט אויף דעם טעלעפאן אנגעצויגן ווי א ביבער, און רעדט שנעל, אבער צום סוף פארגעסט ער אראפ צו האקן דעם טעלעפאן, און איך הער די שמועס פונקטליך.
מנשה: אקעי וואס דארפן מיר נאך צום האריקעין?
זי: צום וואס?
מנשה: צום האריקעין!
זי: וואסערע האריקעין? די מאכסט עס?
מנשה: וואס הייסט צו איך מאך עס? הקב”ה מאכט עס!
זי: נו וואס הייסט וואס דארף מען נאך? צום האריקעין? וויאזוי פלאנסטו צו העלפן?
מנשה: (מסביר) ניין! איך מיין צו זאגן וואס מ’דארף אלס אנגרייטן, ווי עסן טרינקען? וועש? בעטערי’ס? פלעשלייט’ס? ראדיו’ס? וכו’.
זי: אה אונז האב מיר די אלע זאכן דא, אונז האמיר עסן טרינקען און אויך פלעשלייט’ס און לגבי די ראדיא’ס פארוואס טראכסטו אז מ’קען עס דארפן?
מנשה: פשוט צו הערן דעם מצב, מ’דארף דאך וויסן.
זי: אקעי איך וועל דיר העלפן מיט דעם, למשל: ווען די קוקסט ארויס אויפן גאס און די זעהסט אז ס’גיסט, זאלסטו וויסן דאס איז רעגן, און דאס קען ברענגען א בלעקאוט, אויב די זעסט די ביימיער שאקלען זיך זאלסטו אינאכט נעמען אז דאס איז נאך א סיבה פאר א בלעקאוט, און אויב די זעהסט אז די לעקטער’ס לעשן זיך אויס זאלסטו וויסן אז אלע סימנים האבן ריכטיג געוויזן און עס איז טאקע א בלעקאוט. אויב אבער די זעהסט אז נאך אלע סימנים איז נאך אלס דא לעקטער זאלסטו וויסן אז עס איז אויסדרוקליך געווען סימנים אן קיין רעזולטאטן. נו וואס נאך קען דיר די ראדיא העלפן?
מנשה: עממ עממ צו וויסן ווען צו ערווארטן די שטורעם צו זיין גרייט צו אימברעיסן די אימפעקט אויב ח”ו עס לעשט זיך אויס די עלעקטרי ווען איינער איז פונקט אין בוידעם אדער אין בעיסמענט אדער אין ביה”כ וכו’.
זי: פיין! לאמיר טאקע שוין אנהייבן צו אימברעיסן די אימפעקט, ווי נאר עס פאנגט אן מבול’ן וועלן מיר האלטן א וואכזאם אויג, און העכסטנס וועלן מיר קענען אריינרופן די ראדיא סטאנציע’ס זיי מודיע זיין וואס עס קומט פאר זיי זאלן אויך וויסן….

בקיצור: איך האלט יעצט אליינס אויך מיט א קאנווערסעישן איך קען שוין נישט צופיל מגלה זיין דא ווייל מיינע שכנים וועלן זיך נאך איבער מיר נעמען און פארציילן וואס זיי הערן אלס, אבער איר פארשטייט אביסל די נקודה וואס דא קומט פאר.
מיר קענען זיצן און זוכן נייעס, דאס איז ווי לאנג דער נער איז נישט מיינער, מ’דארף מתפלל זיין אודאי אז דער שטורעם זאל דורכגיין בשלום און פון דער אנדערער זייט אנגיין מיטן לעבן געהעריג, מיר וועלן נישט טוישן דעם מציאות. לאמיר גיין ווייטער לערנען דאווענען און טון וואס מ’דארף און אוועק ווארפן די אלע משוגעת’ן און נישט נאכטאנצן דעם אמעריקאנעם שטייגער ווי מ’שטודירט יעדע מינוט וואס איז געווען פריער א מינוט און וואס וועט זיין א מינוט ארום. וואס וואלט געווען ווען מיר ווייסן נאר וואס עס איז יעצט?
וואס וואלט געווען ווען מיר געדענקן שוין נישט וואס פריער איז געווען? איך רעד נישט פון לערנען….
וואס וואלט געווען ווען מיר זארגן זיך נישט וואס וועט באלד זיין? נאר מתפלל אז עס זאל זיין צום בעסטן!

העבר אין, ועתיד עדיין והוה כהרף עין! דאגה מנין!!!

זייט מיר געזונט און האט א רואיגן שטורעם….

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

געפונענער ארטיקל פון ה’ אלפים תתע”ב לפ”ק

ווי ווייט מיר זענען פונעם אמאליגן אייוועלט

ה’ חוקת תתע”ב

היינט צו טאג ווען די גאנצע וועלט איז א אייוועלט איז שווער צו דערמאנען אז ווען אונזערע אור עלטערן האבן געגרינדעט א איי וועלט איז עס געווען א וועב זייטל וואס ערליכע אידן האבן געעפנט ווייל דער מצב הדור איז געווען אנגעצויגן איבער דעם נייעם פינסטערן יצר הרע פון אינטערנעט וואס אין יענער צייט האט אויסגעזעהן ווי דאס גייט ח”ו פארפינסטערן דעם אויסזעהן פון כלל ישראל, מיט די אלע נסיונות וואס עס האט דעמאלס מיטגעברענגט.
דאן איז נאך נישט געווען די אלע געזעצן וואס דער נייער פרעזידענט סאדאם באראק כוסעין אכמאדאנידזשאד האט ארויף געלייגט אויפן צענזור און די אינטערנעט איז נאך געווען א פרייע וועלט, עס פלעגן זיין וועבזייטלעך וואס זענען פיל געווען מיט שמוץ און ווי די אמאליגע קול קורא’ס זענען מעיד, איז אפילו געווען א מעגליכקייט צו זעהן בילדער אויף דעם אינטערנעט. (מיר וועלן נאך באריכות שרייבן וויאזוי די אינטערנעט פלעגט ארבעטן, און וואס הייסט “אויף” די אינטערנעט…)
אין יענער צייט ווען איימיצער האט געוואלט קויפן א אייפעד (דאס איז א אלטמאדישע ווערסיע פון דעם היינטיגן פראפעד, עס האט נאך געארבעט אויף א שטיק חומר און מ’האט דאס געמוזט אלס מיטשלעפן מיט זיך, מען האט דאס נישט געקענט סתם אזוי ארויף שמירן אויף די האנט און נוצן) האט ער געקענט ארויף גיין אויף דעם אינטערנעט (אזוי האט מען עס דעמאלס גערופן ווייל מ’איז נישט אלס ארום געגאנגען אין די ווינטערנעט אזוי ווי היינט, מ’האט געמוזט ארויף גיין דורך טרעפן א קאמפיוטער וואס איז אויך געווען א כלי פאר זיך און עס איז נישט געווען אריינגעבויט אין די אויגן ווי היינט, און דערנאך האט מען געמוזט אריינטייפן ווערטער דורך א קיבארד וואס האט אויסגעזעהן ווי די היינטיגע חלה דעקלעך נאר עס האט געהאט קנעפלעך, און אזוי האט דער גולם קאמפיוטער געוויסט וואס מ’וויל, און אויב האט איינער נישט געוואוסט וויאזוי דאס צו טון אדער אויב האט ער נישט געהאט קיין קאמפיוטער האט ער געמוזט מיט די פוס גיין קויפן, עס פלעגן זיין געשעפטן דאס איז אזוי ווי פלעצער ווי למשל א ביהמ”ד און מיט די אייגענע הענט געמוזט זוכן און קויפן אא”וו) און דארט האט ער געזעהן א בילד פון די כלי און אזוי געוואוסט וואס ער קויפט.
דעריבער ווען די דעמאלסדיגע אייוועלט אייגענטומער האבן געוואלט מונע זיין אידישע קינדער פון קלעטערן אין אומאיידעלע זייטן האבן זיי געגרינדעט דעם אייוועלט און דארט האבן אידישע לייט געשריבן און געשמועסט אזוי ווי מיר טוען היינט צו טאג דורך רעדן אין די פינגער’ס, און אזוי ארום האבן זיי געהאט גרויסע זכותים.
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די אמאליגע אידן פלעגן זיך פלאגן פאר פרנסה פאר קאמפיוניזם איז צוריק אויפגעשטיגן און נישט אזוי ווי היינט אז דאס עסן וואקסט אין שטוב, עס פלעגט זיין א גאנצע מערכה, דהיינו: דער ראש המשפחה, וואס דעמאלס איז עס נאך געווען דער טאטע, פלעגט גיין ארבעטן, דאס האט געקענט מיינען זיין א מלמד, (אמאל פלעגט א מלמד לערנען מיט די קינדער אין א חדר, דאס איז געווען א שטוב אין א בנין ווי די קינדער זענען יעדן טאג געקומען מיט א באס – א שטייגער ווי די היינטיגע אי-טראלי’ס נאר עס איז געווארן מאנעווירט דורך א דרייווער וואס האט זייער געמוזט זיך אנשטרענגען צו היטן נישט צו אריינקראכן אין קיין מענטשן, עס האט נישט געקענט אליינס מבחין זיין ווי צו פארן- און דער דרייווער פלעגט אליינס אויך דאס טון פאר פרנסה, דהיינו סוף וואך האט ער באקומען געלט פאר די ארבעט פון פירן די קינדער) איינער איז געווען א משמש אין שול (ער פלעגט צוזאם נעמען געלט, מ’פלעגט נאך נוצן הארטע וואלוטע נישט אי-מאני, און ווער עס האט נישט געהאט גענוג איז דאן גערופן געווארן א ארימאן, ער פלעגט אויך אויסרופן מיט זיין אייגענע קול די עליות עס פלעגט זיך נישט רוקן דער באלעמער אויטאמאטיש צום עולה לתורה, דער עולה האט געמוזט אהין גיין צום באלעמער וואס איז געווען א פשוט שטיק האלץ –לאכט נישט מ’פלעגט דאס אפילו פארבן און טוישן כסדר) א בוטשער (פלעגט פארקויפן פלייש, מ’פלעגט דאס עסן געהעריג אן קיין געוויסן ביסן, נישט ווי היינט ווען מ’לעבט אויף די אריינגעבויטע אי-ווייטעמינען) א גראסערי מאן (פלעגט פארקויפן עסנווארג, מ’פלעגט נישט באקומען פון די גאווערמענט, נאר ווער עס איז געווען ארים האט געקענט באקומען געלט פון די גאווערמענט צו קויפן עסן) און ער פלעגט עס קויפן פון דיסטריביוטאר’ס (דאס זענען געווען די מענטשן וואס האבן צוזאם געקליבן דאס עסן און דאס געברענגט מיט טראק’ס – ריזיגע פארעדיגע טראלי’ס מיט פלאץ פאר חפצים- צו די געשעפטן)
אזוי האט מען געדארפט ארבעטן פאר געלט, און ווען מ’פלעגט אהיים קומען געוויינליך נאך א טאג שווערע ארבעט (איבערן טאג איז קיין נארמאלער מענטש נישט געווען אינדערהיים, ווער עס האט נישט געארבעט האט זיך כאטש געמאכט ביזי, אדער געלערנט) און מ’פלעגט זיין מיט די ווייב און קינדערלעך פאר א קורצע שעה צוויי, און דערנאך פלעגט ווערן נאכט, און מ’איז געגאנגען שלאפן.
צופרי פלעגט מען דארפן ווידער גיין איינקויפן עסן אא”וו חוזר חלילה, און אזוי האט מען געארבעט ביז מ’איז פאררופן געווארן צום בי”ד של מעלה און דאס לעבן איז אזוי אנגעגאנגען.
פארן יונגן דור איז שווער צו טראכטן, אבער מ’פלעגט זיך אמאל פארשמירן די הענט מיט ארבעט, און אפילו די וואס האבן נישט אזוי שווער געארבעט פלעגן אויך האבן שוועריגקייטן.
ווען מ’וואלט אמאל פארציילט פאר איינעם אז אנצוקומען פון ניו יארק צו לאנדאן וועט נעמען 10 מינוט דורך אריינגיין אין א סארט בודקעלע און זאגן\טראכטן ווי מ’וויל אנקומען און ארויסשפאצירן אין לאנדאן, וואלט יענער אייך אריינגעפירט אין שפיטאל. (א פלאץ ווי מ’פלעגט אמאל פלאצירן קראנקע, אזוי ווי די היינטיגע שפיט-האטעל’ס)
ווען מ’וואלט אמאל פארציילט פאר איינעם אז צו רעדן צו איינעם וואס וואוינט נישט נאענט האט מען נישט געדארפט נעמען א טעלעפאן און דרוקן נומערן נאר מ’קען אויף די אייגענע האנט אריינרעדן און מיט די פינגער’ס אויסמאלן יענעם’ס נאמען און אזוי באקומען א קאנעקשאן, וואלט ער אייך אריינגעפירט אין שפיטאל.
ווען מ’וואלט אמאל פארציילט פאר איינעם אז קינדער וועלן לערנען דורך זייער היים באזירטע ווינטערנעט און נישט דארפן זיך ארום קריגן מיט חבירים אדער מלמדים, און אז דאס לערנען וועט ווערן אריינגעלייגט אין קאפ דורך א טשיפ אין די אויער, וואלט מען אייך אריינגעפירט אין שפיטאל.
ווען מ’וואלט אמאל פארציילט אז צו פליען קיין טיילאנד האט מען נאר געדארפט ארויסנעמען א פאר דיספאזעבל פליגלען פון טאש און היידא געפלויגן וואלט מען אייך אריינגעפירט אין שפיטאל.
יא! עס איז א וועלט, און מיר דארפן וויסן און געדענקען אז אמאל האט מען זיך געפלאגט פארן לעבן.
אמאל ווען איינער האט געוואלט שיקן א מעסעדזש פלעגט זיין אפאר וועגן: ער פלעגט קענען קאלן (דאס מיינט אריינרעדן אין אגולם און יענער דארף פונקט וועלן הערן פון א צווייטן גולם – מיר האבן שוין געשריבן באריכות אינעם צייטונג פרשת עקב תתס”א קוקט נאך אין די ארכיוון אויף אייער ווינטערנעט) אדער האט ער געקענט טעקסטן, דאס האט געמיינט מ’האט אין א גולם’ל אריינגעטייפט, און עס איז אנגעקומען א שריפט צום באקומער און יענער האט דאס געקענט אדער לייענען אדער אויסמעקן, אדער ענטפערן אדער נישט. און נאך אסאך אזוינע אומבאלומפערטע וועגן פון קאמיוניקאציע.
ווער האט געקלערט יענער צייט אז מ’וועט זיך מעסעדזשן מיט מחשבה? און אז מ’וועט זיך זעהן לעבעדיג אן קיין גולם פארנט פון די אויגן?
דעריבער איז צייט פאר אונז צו טראכן וואס וועלן אונזערע קינדער און אייניקלעך האבן, און וויאזוי מיר קענען זיכער מאכן אז זיי זאלן זיך נישט מאדערניזירן ח”ו, ווייל מיר זעהן דאך אז די דורות פאלן….
ביז דא אויסצוגן פון א צייטונג (נישט פונקטליך ציטירט)
**********************************************************************************************************************************************************

און טייערע פריינט פירט מיך נישט אריין אין שפיטאל, מיין דמיון איז אפשר נישט אזוי אקוראט, און איך קען נישט אויפקומען מיט יעדע משוגעת, אבער יו געט די פאוינט..

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

געגועין

ווען איך בין געווען א קינד פלעגן מיינע מלמדים זיך כסדר. אויסדרוקן מיט דעם אויסדרוק: אוי! ווי מיר בענקען זיך צו די קינדערישע יארן. קינדערלעך איר זאלט אויסנוצן די צייט, עס וועט קומען אמאל ווען איר וועט זיך אזוי בענקען צו די טעג! וכו’.

זייענדיג א קינד און ווארטנדיג עס זאל שוין ווערן ריסעס אדער לאנטש, (קיקיון: מ’זאגט דאס אין אידיש פאזע אדער מיטאג?) און אז פון זונטאג זאל ווערן פרייטאג (א האלבען טאג חדר) האב איך נישט געקענט פארשטיין ווען איך וועל זיך אמאל בענקען צו זיצן אויף א הארטן בענקל און שוויצן אז די צייט זאל דורך גיין, און ווארטן דער פארהערער זאל ענדיגן דעם פארהער, אדער דער מנהל ענדיגן אויפפאטשן מיין חבר, אדער אז דער מלמד זאל אראפנעמען זיינע שטרענגע בליקן ווען איך טייטל נישט וכהנה.

איך בין עלטער געווארן און אריין אין ישיבה, און עודך זאגן די מגי”ש און ראשי ישיבה דעם זעלבן פזמון: איי איי איי די בחורישע יארן, שמח בחור וכו’. און איך שטיי און לאך פון זיי, יא יא א שיינע מעשה, ווער בענקט זיך צו זיין אין ישיבה און ווארטן א חתן צו ווערן, און זיך דרייען מיט א פארקניפטן גארטל אויסצוזעהן איידל, און זיצן ביי פארהערן, ארויסנעמען א קארטל צו קענען גיין צו לאנטש (פאר די וואס געדענקען נאך) אא”וו.

דער אויבערשטער האט געהאלפן איך האב ב”ה חתונה געהאט און דער רעדל האט אנגעהויבן פארן אויף א העכערן ספיד, און אומוויסנדיג און אומבאמערקנדיג האט די צייט אנגעהויבן צו פליען ווי א פייל פון א בויגן, און איידער איך האב געענדיגט מאכן די ערשטע עטיפה נאך די חתונה, האב איך מיך ב”ה ארום געזעהן א מטופל בבני און לויפנדיג צו אין פון די ארבעט יעדן טאג.

אבער… אלס כולל אינגערמאן האב איך נאך אלס געווארט יעדן טאג עס זאל ווערן צוויי אזייגער פאר לאנטש און 6 אזייגער אהיים צוגיין וכו’. און אזוי איז צייט געפלויגן. און אויב האב איך געמאכט א חשבון אז עס איז מאנטאג איז שוין א מינוט נאכדעם געווען דינסטאג און מיטוואך וכו’.

איך שטיי און שאקל זיך מיט א בעכער און איך מאך קידוש הויך אויפן קול און איידער איך זעץ מיך אנידער האלט איך שוין ביים נעמען מצות פון די הבדלה וויין, און ווי נאר איך דאוון פרייטאג ווען מ’דארף נישט זאגן תחנון, איז שוין מאנטאג ווען מ’זאגט תחנון מלא, איך עס פרישטאג און עס איז שוין נאכטמאל, איך גיי ארויף צו מיין שטוב און איך בין שוין אויפן וועג אראפ. און אזוי פליהט די צייט מיט אימפעט.

זיץ איך און איך טראכט… בענק איך זיך יא צו די אמאליגע יארן? בין איך אויך אזוי פארבענקט צו די בחורישע יארן? און אזוי טראכטנדיג זעה איך אז “יא! זיי האבן נישט שלעכט געזאגט! עס בענקט זיך” נישט ווייל היינט איז שלעכט ח”ו נאר ווייל דער אמאל איז אייביג זיס!

איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס איז דער אמאל אלס זיסער ווי דער אנוועזנהייט פונעם היינט? ביז איך בין געקומען צו א טיעפע קאנקלוזיע (אליעזר עפשטיין דזשארגאן!) והנה:

אויב היינט וואלט איך געוואוסט וואס מארגן וועט זיין! אויב היינט וואלט איך געוויסט ווען מיינע חובות וועלן זיין אפגעצאלט! אויב היינט וואלט איך געוואוסט וויאזוי מיינע קינדער וועלן אויסזעהן אין א יאר פון היינט! אויב היינט וואלט איך געוואוסט וויאזוי איך גיי מצליח זיין אין די געשעפטן 5 יאר פון היינט! וואלט איך דאך אסאך מער הנאה געהאט פונעם היינט, וויסנדיג וויאזוי צו ערווארטן דעם עתיד.

איז דאך דער גאנצער פראבלעם נאר אז היינט ווייס איך נאר וואס נעכטן איז געווען, און איך שפיר עס איז שוין נישט רעלעוואנט פאר היינט, און אלס וואס באדערט מיך היינט איז נאר אז איך ווייס נישט וויאזוי עס וועט זיך אויסשפילן די היינטיגע (איינגערעדטע) פראבלעמען. פארשטיי איך שוין פארוואס אלס איז דער נעכטן זיסער ווי דער היינט.
קומט דאך אויס אז עס איז בידי זיך צופרידנצושטעלן, מיטן געדענקען אז מארגן וועל איך בעזר ד’ יתברך זעהן וואס מיט די היינטיגע דילעמא’ס זענען געווארן, נו ווי יאג איך מיך? וואס קען איך נישט רואיג הנאה האבן פונעם היינט און העכסטנס געוואויר ווערן מארגן פארוואס עס איז אזוי גוט? פארוואס רעד איך מיך היינט איין אז איך בין דער וואס פירט דעם כדור העולם און איך בין אחראי אויף אלע פראבלעמען און אויב איך ווייס נישט וויאזוי צו באהאנדלען די פראבלעמען וועט די וועלט אינטערגיין?

איז דען נישט צייט צו הנאה האבן פונעם היינט אזוי אז עס זאל זיין זיסער אויף די מינוט?

איז דען נישט צייט צו געדענקען אז “העבר אין, ועתיד עדיין, והוה כהרף עין?”

ממילא מיינע טייערע פריינט דא איז א שטיקל עצה פון א גוטן פריינט אייער’ס: Enjoy the moment טוט וואס איר דארפט טון ברוחניות ובגשמיות און האט הנאה צו די פולסטן, און זארגט אייך נישט אויף ד’ ברוך הוא, ער וועט שוין קער נעמען פון די איבריגע.

איר זאגט דער באשעפער העלפט? איך זאג דער באשעפער טוט דאס “גאנצע” זארגט אייך נישט אויף אים ער האט געפירט די וועלט ביז היינט און פאר די וועלט איז באשאפן געווארן ער איז הי’ הוה ויהי’ און אונזערע דאגות העלפן אים נישט צו פירן זיין וועלטל.

מארגן וועט איר זיך בענקען צום היינט! פארפאסט דאס נישט!

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser