לכבוד מיין אושפיזא

עס קומט דער הייליגער יו”ט פסח ווען עס איז דאך די אושפיזא פון “זאלץוואסער”, איז דאך נישט מער ווי פאסיג צו זאגן אפאר ווערטער לכבוד המאורע.

פאר די וואס ווייסן נישט: זאלץ איז סך הכל א מאכל א געווירץ א תבלין וואס מ’לייגט דאס אריין אלס א צוגאב צום מאכל און עס דארף צו געבן א טעם! די מעלה דערפון איז אז עס קען מאכן דעם מאכל גאר געשמאק, די חסרון איז אויב לייגט מען א פיצינקע מער ווי דער געברויך איז עס מצטמק ורע לו.

וואסער האט א זעלטענעם מעלה אז עס האט נישט קיין טעם בכלל און ווען איינער איז דורשטיג איז עס זיס ווי צוקער אבער אויב איז ער זאט איז וואסער פשוט נישט גוט אין טעם און מ’קען עס נישט טרינקען.

נעמען מיר די זאלץ וואס מאכט א טעם און מ’לייגט עס אריין אין א משקה בלי טעם און מ’טינקט דערין א גרינצייג פונקט גענוג להרעיב את האפעטיט און אזוי גייט מען ווייטער אן מיטן סדר.

אלזא וואס איז דער ענין פון דעם זאלץ וואסער? שטייט שוין אין די ספה”ק אז דאס איז צו מאכן א זכר אויף די טרערן וואס אונזערע עלטערן האבן פארגאסן אין דעם גלות מצרים און וויבאלד טרערן זענען אין טעם ווי זאלץ וואסער איז דאס א גאר גענויער זכר לענין.

איך האב א שאלה! צו קען מען נוצן טרערן אליינס אנשטאט זאלץ וואסער?

איך האב א טיעפערע שאלה! אין דעם מצב וואו אונז שטיי מיר היינט וואס טרערן שטייען ביים שוועל פון די אויגן און רינען ווען מ’הערט אזוינע בשורות מבהילות פון אומגליקן נעבעך ביי אונזערע באליבטע ברודערלעך וואס דארף מען א זכר?

מיין שאלה גייט אסאך ווייטער! וואלט נישט געווען די צייט צו בעטן ביי השי”ת: הייליגער טאטע לאז אונז דערציילן פאר די קינדערלעך ביים סדר איבער אזא זאך ווי טרערן וואס איז א ענין פון אמאל! היינט ווייסט מען נישט דערפון! און דאס איז א זכר צו אט די טרערן?

נעם אפיר די אלע זאלץ וואסער וואס האט געפלאסן אין די פארגאנגענע חדשים הייליגער טאטע, און גיס זיי אריין אין דיין זאלץ וואסער מעסטל און טונק איין דיין חסד מאך דעם טעם פון דעם זאלץ וואסער זיס עס זאל זיין פון אט די טרערן וואס קומט פון פרייד! און לאז אונז דערמיט פטר’ן דעם מרור!

זאלץ וואסער פון פרייד! זאלץ וואסער מיט גרינצייג! זאלץ וואסער וואס איז ממתיק דעם טעם’לאזן וואסער! זאלץוואסער וואס רייצט דעם אפעטיט פאר א לעכטיגן סדר נאכט!

זאלן די אלע אידן וואס האבן מקריב געווען קרבנות פאר דיר און אלע וואס גייען נאך איצט דורך שוועריגקייטן האבן א לעכטיגן סדר נאכט!

הייליגער פאטער ימי”ם על מי מל”ח זענען מיר מוסיף בכל דור ודור! שטעל אפ דעם געוויין! לאז אונז זינגען פאר דיר און אזוי טון דיין רצון. מיר האבן שוין געזאגט הא לחמא עניא, לאמיר האפן אז מ’האלט שוין ביי גאל ישראל.

א פרייליכן כשר’ן יו”ט פאר יעדן איד בכל מקום וצורה שהם וואונטשט:

זאלץוואסער

ווען איז שוין מארגן?

יא איך פארשטיי אז איך בין נישט דער צו זאגן מוסר. און באמת פארוואס טאקע בין איך נישט? וואס ווייסן די מוסר זאגער’ס וואס איך ווייס נישט? ווייסטו וואס! איך בין פשוט נישט ראוי ווייל איך אליינס בין ווייט דערפון. שוין! א דערהער! אבער זענען אלע מוסר זאגער’ס עפעס אזוי נאענט? ניין! מאנכע האבן א מעסטל חוצפה וואס איז פול מיט א שמיטשיק אריבער וואגן זיי זיך צו זאגן, וועל איך אנפולן דאס מעסטל און זיך הינטערגארטלען מיט חוצפה און זאגן וואס איך האב צו זאגן!

מ’האלטעמער חודש אדר! דער חודש וואס יעדער שטומער קען רעדן און יעדער הערער קען ל”ע טויב ווערן! עס ווערט געזאגט דזשאוקס און לצה’לעך אן קיין לייסענס אדער רשות. און עולם גולם לאכט כדי להוציא השינים!

וואס דערעוילעם דערהערט נישט איז וואס איך טענה יאר איין, יאר אויס, יאר צוויי, יאר גרויס. אז דער אדער קומט און גייט פונקט ווי יעדע אנדערע חודש און אלס כאפט מען זיך ווען עס איז שוין פארביי. יא איר הערט מיך גוט! אלס ווען עס איז שוין פורים עפטערנאאן דערמאן איך מיך וואסערע דזשאוק איך וואלט נעכטן געקענט עקספרעלאדירן ביי מיין באבן אין וויינגארטן (איך האניש קיין וויינגארטן באבע! לייען איבער העסטע פארשטיין)

עס קומט די עפטערשאקס שושן פורים מיטאג און איך דערמאן זיך א גוטס וואס כ’האב געוואלט ביי מיסטעיק זאגן ביי די שוויגער און וואס האט פאסירט? פארוואס האב איך נישט געזאגט? זייער פשוט! איך בין געווען בגילופין און פארגעסן מיינע דזשאוקס. איי שיכור דיך נישט אן און מאך א ליסטע פון דזשאוקס? ניין! די דזשאוקס זענען דאך נאטורליך פון מיין מוח ווען איך בין שיכור און עס דארף צו הייסן אז איך בין פשוט א מעיין המיסעגראבער. נו וואס טוט מען דא?

אלעפאלס איז עס א העפטיגער ערנסטער פראבלעם אלע. פלענער גייען מיטן קעלענדער ווען עס רוקט זיך א טאג נאך א טאג און שוין!!! מ’מאכט פסחדיג! (איך רעד נישט פון די וואס מאכן שוין פסח’דיג פאר נעקסט יאר)

לענינינו! עס קומט ווינטער און עס ווערט קאלט אין די גאסן גייען מיר אלע אהיים און מיר פאררוקן דעם סטיע”ם ארויף צו 80 מייל א שעה! זאל זיין ווארים! ויהי ווארים! נישט סתם נאר הייס!!! און מיר זענען שוין צופרידן.

עס גייט פארביי א וויילע און עס ווערט גלאבעל ווארעמדיג און עס ווערט הייסער און הייסער. די זון בראט און קאכט ווי א קעסל איבער א מייזל. און מיר לויפן אין עירקאנדישן אריין מיר ציען אראפ דאס ווייזערל ביז עס גרייכט צו 65 אדער אין די געגנט. און מיר אטעמען אריין די קאלטע קלארע לופט מיט געגועין של תענוג.

דא איז מיין שאלה! פארוואס זענען מיר אלס נאר צופרידן מיט וואס איז מארגן? נעכטן! נאר נישט היינט? פארוואס ווען עס איז ווארים ווילן מיר זיין ווי קעלטער און ווען עס איז קאלט ווילן מיר זיין ווי ווארימער?

יא, איך ווייס די סייענטיפש תירוצים! אבער אלעס האט דאך א סיבה!!!

לאמיר אלע זיין צופרידן “היינט” וועל מיר אי”ה זיין צופרידן מארגן.

זאלץוואסער

ביטע שיקט אייערע גוטע פריינט צו @zaltzvaser
אדער
http://www.zaltzvaser.com

א זייגער פאר פרנסה

וואס טוט איר פאר פרנסה? פרעגט מיך א גוטער פריינד.

וואס הייסט דאס וואס? איך ארבעט מיט’ן א גאנצן טאג.

און וואס טוט איר? פרעג איך צוריק, נישט ווייל איך וויל וויסן נאר עס פאסט דאך צו פרעגן.

איך רוק דעם זייגער! קומט א ענטפער.

איך ווער שוין נייגעריג! זאגט נאר מ’רוקט דעם זייגער ביי אייך מער ווי 2 מאל א יאר?

אודאי. יעדע מינוט אביסעלע ביז עס הייבט זיך אן פון דאסניי.

וואס הייסט דו רוקסט? דיין זייגער רוקט זיך נישט אליינס? איז עס צעבראכן מיין פריינט!

קוקט ער מיך אן ווי א לבנה געפאלענער און פרעגט! און דיין פרנסה רוקסטו יא? אדער עס רוקט זיך פון אויבן.

עס האט מיר געגעבן חומר למחשבה!!

ווער איז יענער?

שרעקליך און גרויזאם איז דער גורל נעבעך פון 6 אידישע ערליכע משפחות וואס האבן היינט פארלוירן נעבעך דעם דאך איבערן קאפ אין אונזער הייליגע שטאט קרית יואל.

היינט צופרי ווען די מאמע’ס האבן ארויס באגלייט די קינדערלעך אין חדר מיט א שמייכל און א ווארימען ברכה צו לערנען פלייסיג האבן זיי נישט געוואוסט נעבעך אז ביינאכט גייט מען זוכן ווי צו שלאפן!

ווען די אידישע מאמע האט נאכגערוימט דאס שטוב, האט זי נישט געוואוסט אויף וואס פארא חורבן זי גרייט דאס אלעס אן!

די צוזאמגעלייגטע וועש און אנגעפוהלטע פרידזשידער’ס. די אוועקגערוימטע געשיר און שיינע ציכטיגע בעט געוואנט. די שפילצייג פון די קליינווארג און די ספרים פונעם טאטן! די פאפירן די וויכטיגע און די פאר דאללער וואס איז געליגן אין שופלאד! אלעס אוועק מיטן רויך! ה”י.

איה סופר ואי’ שוקל! איז דען דא די ווערטער צו באגרייפן דעם אומגליק? איז דען מעגליך צו פארשטיין די טראומא אין די קעפעלעך פון די לעכטיגע קינדערלעך? די צוצעלע און באטעלע צו וואס זיי זענען געוואוינט! דאס קישעלע און דעקעלע וואס זיי גלייכן! אלעס אוועק מיטן רויך. ה”י.

זיץ איך און קלער און מיינע מחשבות פירן מיך אוועק העט ווייט! איך פרוביר ארויסצושלאגן דעם אומעט פון געדאנק, אבער וואו קען מען? איך קלער נאך טיעפער און טיעפער און ווי מער איך וויל פטור ווערן פון די פארפאלגענדע מחשבות זעה איך א בילד קלארער און קלארער, איך זעה א נעפל וואס קלארט זיך אויס, וואלקענס רוקן זיך צי דער זייט און עס באווייזט זיך א בילד:

א בילד פון א טאטן געבינדן אין קייטן מיט זיין קליין לעכטיג צארט אינגעלע ביי די זייט געבינדן פון די אנדערע זייט און אין זייערע מיילער אנגעפוהלט מיט וואטע און שמאטע זיי נישט צו לאזן רעדן אדער שרייען.

דער טאטע א לעכטיגע צורה מיט א קעניגליכן הדרת פנים און טיעפע קנייטשן אויפן שטערן ווינקט פאר דאס קינד מיט שוועריגקייטן אז ער זאל זיך צורוקן נענטער צו אים, און ער האפט אזוי ארום מיט דאס קינד’ס קייטעלעך פרובירן צו דורכברעכן זיינע קייטן און אזוי ארום רעטן זיך מיט דאס קינד פון זייערע פאנגער.

דאס קליין קינד פארשטייט נישט וואס דער טאטע פארלאנגט, דער טאטע מעקעט און העקעט ווייזט מיטן אויג און מיטן גאנצן געבוי, אבער דאס קינד פארשטייט נאך אלס נישט.

עס ווילט זיך מיר אריין שפרינגען אין בילד און ארויסהעלפן אינעם האפענונגסלאזן מצב. אבער קען איך דען? עס איז נאר א בילד! שטיי איך אזוי פארקלערט און קוק זיך צו וויאזוי וועט זיך דא ענדיגן דער מצב.

דער טאטע זעהט נעבן זיין פלאץ א ליכטעלע און כדי צו מאכן דאס קינד וואכזאם און אים אהער שלעפן נאענט מאנעווירט דער טאטע אז דאס ליכטל זאל זיך איבערדרייען און דאס פייערל פאנגט אן צו פארשפרייטן רויך און א פייער גערוך. דאס קינד קוקט מיט פארצערטע אויגן און דערשראקענע בליקן אבער רירט זיך נישט פון פלאץ… ער ווייסט נישט וואס צו טון.

אינגעלע! שריי איך מיט נישט מענטשליכע כוחות. לויף אהין צו דיין טאטן! דערשטיק דאס פייערל און אזוי וועט דיין טאטע דיך קענען ראטעווען!

דער טאטע זעהט אז דער מצב איז האפענונגסלאז רוקט ער זיך צוביסעלעך און מיט שווערע מאנוווערן גיסט ער אויס דאס טעפעלע וואסער וואס ליגט נעבן אים און דאס פייערל לעשט זיך אויס. מיט פארטרערטע אויגן קוקט דער טאטע אויף זיין קומענדיגע אפציע ער דרייט זיך אויס און ווארפט זיך אום פון בענקל, ער האפט דאס קינד וועט נענטער קומען אים העלפן זיך אויפשטעלן. דאס קינד קוקט אין די ווייטעניש מיט פארווייטאגטע בליקן. ער לאזט טרערן אבער ווייסט נישט וואס ער קען טון צו העלפן! ער קען דען דעם גרויסן טאטן אויפשטעלן?

דער טאטע זעהט דעם מצב האט ער נישט קיין ברירה און רוקט זיך מיטן בענקל אהער און אהין און גיט דאס בענקעלע פון קינד א שאקל און ער פאלט צו דער זייט. דער טאטע האפט אז ביים פרובירן זיך אויפצושטעלן וועט ער געפאלן נענטער צו אים און אזוי ארום וועט ער קענען אויפברעכן די קייטעלעך. אבער… דאס קינד בלייבט ליגן פארקלערט! ער ווייסט נישט וואס צו טוהן! וואו שטעלט מען זיך אויף מיט געבינדענע הענט?

און. אזוי זעה איך איינס נאכן צווייטן דעם טאטן’ס עצות פאלן דורך! ביז ווען עס געלונגט דעם טאטן ארויסצושפייען די וואטע פון מויל און ער נעמט זיך זאגן:

קינד מיינס! וואס זעהסטו דען נישט? איך האב שוין געווינקען דיר מיט פייער און מיט וואסער! מיט אומווארפן דיך און אומווארפן מיך און נאך אזוינע אופנים וואס איך וואלט קיינמאל דיר נישט געוואלט טון! אבער וואס האב איך דען געוואלט? נאר זאלסט דיך רוקן א טראפעלע נענטער! איך זאל קענען ברעכן די קייטן.

גיב דיך א קליינטשיגע רוק און מיר וועלן זיין פריי!

קום א טראפיטשקע נענטער. און מיר וועלן זיין פריי!

און דאס בילד איז צוגאנגען פאר מיינע אויגן. איך פארשטיי שוין אלעס! דער טאטע ווינקט! ער מאנט! קינד מיינס רוק דיך א טראפעלע נענטער! לאמיך צוברעכן אונזערע קייטן! און וואס טוט דאס קינד? ער באדויערט דעם מצב אבער קען גארנישט מער טון ווי דעם.

טייערע ברודער א פייערל א ווינטעלע א משפט’ל אלעס זענען ווינקן דער פראבלעם איז נאר אז מיר מיינען אלס אז ס’איז א וואונק פאר “יענעם” רוקט אייך א טראפיטשקע נענטער וועט איר זעהן וועם דער ווינק מיינט!

זאל מיר שוין אלע געהאלפן ווערן מיט א שכל הישר און ברענגען די גאולה שלימה בקרוב אמן

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser