געשריבן פארן גליונות לש”ק פ’ וארא
ביים אריינגאנג צום גרויסן קאנווענשאן שטייען היטער, מיט א גאר שווערן וואך, צו מאכן זיכער אז נאר געלאדענע געסט קענען ארייניין צום דעם מלכות’דיגן צאמקום וועלכעס פאסירט איינמאל אין עטליכע יאר. עס ווערט אריינגעלייגט גאר אסאך געלט און כח אז עס זאל ח”ו נישט זיין קיין אומאיינגענמעליכקייטן פאר די גרויסע פערזענליכקייטן וועלכע קומען פון אלע עקן וועלט זיך באטייליגן ביים קאנפרענץ.
די וועכטער ביים טיהר זענען פארנומען ביז איבערן קאפ איבערקוקנדיג די קארטלעך וועלכע זענען ספעציעל ארויסגעשיקט געווארן און מוזן געוויזן ווערן ביים טויער כדי צו קענען אריינגיין, עס שטייט א שורה פון אסאך געהויבענע געסט וועלכע ווארטן צו פרעזענטירן זייערע אידענטיפיקאציע’ס און איינלאדענונגס קארטלעך, אלע מאכן זיכער אז די קארטלעך זענען גענוג קלאר, און גענוג ליינבאר, און אזוי שטייען זיי און ווארטן אויף זייער רייע צו קענען אריינגיין טיילנעמען אין דעם גאר אויסנאמען מעמד.
עס הערט זיך א גערודער פון די אנדערע זייט, און פילע באדינער און שיין באצירטע קליידונג, קומען מיט שטאלץ גלייך צום טיהר, און ווייזן אן פאר די וועכטער אז ער קעניג פון שכנות’דיגן לענדל איז נארוואס ערשינען, און וויל אריינגיין ביים טויער.
דער וועכטער וועלכער שטייט יעצט דארט איז נישט מסכים, ער וויל זעהן אידענטיפיקאציע, און ער וויל אויך זעהן דעם איינלאדענונגס קארטל. דער באדינער נעמט זיך דינגען מיט אים אויף הויכע טענער, וואס איז דאס מיט דיר? דו זעהסט דאך, דא קומט דער קעניג! וואס איז אפי’ דער פראגע? דער קעניג דרייט זיך דען ארום מיט אידענטיפיקאציע?
אידענטיפיקאציע ביטע! שרייט דער וועכטער, אנדערש גייט עס נישט.
קוק דיך ארום אויף די גאנצע קלאפערגעצייג ארום דעם קעניג! טוה א קוק אויף זיין צורה, און דו וועסט שוין אליינס דערקענען אז אט ער איז דאס דער קעניג וועלכער ס’איז גאר א פגיעה בכבודו צו בעטן אים אידענטיפיקאציע.
וואס ווייס איך? קען זיין עפעס א מאן דהו האט זיך ערלויבט א שפיל, און קומט אלס א קעניג. איך דארף אידענטיפיקאציע. ערקלערט דער וועכטער מיט פאטאס.
דער וועכטער איז פארשטייט זיך גאר שנעל אפגעזאגט געווארן פון אמט, טראץ וואס ער האט נישט פארשטאנען וואס ער האט דא שלעכט געטון? ער האט דאך נאר געטון זיין ארבייט בשלימות, האט ער געשריגן מיט באנומענע קולות, ווען מ’האט אים אוועקגעפירט מיט קייטלען צו גיבן דעם שטראף וואס קומט פאר א פוגע בכבוד המלכות.
****
עס איז דער ענין וואס מיר זעהן ביים ערשטן וויזיט פון משה רבינו צו פרעה ברענגענדיג דעם דבר ד’ אז ער זאל די אידן ארויסלאזן פון מצרים. פרעה פארלאנגט אידענטיפיקאציע, ער ווייסט נישט, ער וויל נישט וויסן, ווער איז דאס דער גרויסער מלך וואס פארלאנגט פון אים אזוינע זאכן.
משה רבינו ווייזט אן פאר פרעה קליינע דוגמאות פון דעם גרויסקייט פון באשעפער, ער ווייזט אים ווי על דבר ד’ ווערט א שטעקן א שלאנג, א האנט ווערט קרעציג און אזוי ווייטער.
פרעה אוואו אלע כופרים ודכוותי’ וועלכע ווילן נאר פארשטיין, און ווילן נאר מ’זאל זיי אויפווייזן דאס גרויסקייט פון הקב”ה, וועלכע שטעלן אהער א פני תם און פרעגן ווי דער רשע אין די מה נשתנה מיטן אנגעשמירטן תמימות: ווער זאגט? פון וואו ווייסטו?
איי פרעה דו זעהסט דען נישט? דו ווייסט דען נישט? דער שלאנג שלינגט איין אלע אנדערע און ווערט צוריק א שטעקן, איז דאס דען גענוג פאר דעם גרויסן כופר? ניין! ער דארף אידענטיפיקאציע, ער דער נידריגער פרעה, און אלע זיינסגלייכן, ווילן דער מלך אליינס זאל קומען ווייזן זיין אידענטיפיקאציע, ער זאל אים ווייזן וויאזוי ער באשאפט וועלטן, ער זאל פאר דעם נידריגן בשר ודם וועלכער ניצט דעם נילוס וואס דער בורא עולם האט באשאפן פאר זיינע פערזענליכע געברויכן ברענגען עדות און ראיות אז ער האט באשאפן די וועלט.
דאס לערנען מיר ארויס פון פרעה הרשע, עס איז אלס דא און וועלן אלס זיין די דאזיגע וועלכע זענען פורש טלפים און פרעגן תמימות’דיג די טיעפע כפירה שאלות, אבער משה רבינו און די וואס לעבן מיט זיין הייליגן תורה, ווייסן און געדענקען אז מיר דארפן נישט קיין אידענטיפיקאציע, מיר זעהן און שפירן און לעבן מיט דעם גרויסקייט פן באשעפער, און אויב איין נארישער וועכטער זעהט נישט, וועט אידענטיפיקאציע קיין סאך נישט העלפן און ער וועט נידערן לתהום רבה.
זאלן מיר אלע און אונזערע דורי דורות זוכה זיין צום גיין אין די ליכטיגע וועגן און זעהן דעם אמת מיט גרינגע און פרייליכע געמיטער אלעמאל עד ביאת גוא”צ בב”א.
You must be logged in to post a comment.