א לייבן שטימע – קול ארי’

איר ווייסט דאך אז איך בין נישט קיין נייעס טראגער און ברענגער, נישט ווייל עס איז נישטא קיין נייעס, נאר פשוט איך קען נישט דעם פאך! איך וועל ענדערש מאכן א נייע מעשה ווי איידער באהאנדלען אן אלטן.

דא קען איך מיך אבער נישט באהערשן, און איך וויל פרובירן אפצושרייבן מיינע געפילן איבער א ספעקטעקאל וואס איך האב נארוואס מיטגעהאלטן.

איך האב שוין געשריבן אסאך איבער די נושא פון ישיבות, און אין טעאריע האמיר זיך אלע פארשטאנען מיטן ראש ישיבה וואס האט מיר נישט לאנג צוריק געשאנקען אן אינטערוויו. אלזא היינט ביים דאווענען מעריב ווען עס האט מיר איימיצער געזאגט אז עס קומט פאר א מסיבת שבע ברכות פאר א תלמיד פון א זעלטענעם ישיבה דא אין קרית יואל, האב איך געוואנדן מיינע טריט צום קרן ויואל משה זאל.

דער זאל אנגעפולט מקצה ועד קצה מיט פרייליכע פנימ’ער און אין צענטער א שיינע פאר טישן אנגעפוהלט מיט בא’חנ’טע שטראלענדע בחור’לעך תלמידי הישיבה, און אן אויבן אן ווי עס זיצט א חתן אן איידלקייט וואס איך הער אז מ’רופט אים בלשון חיבה “הערשעלע כ”ץ”. אויף זיין פנים זעהט מען א זעלטענעם אויסגעגאסענעם חן, מיט יראת שמים אויפן שטערן.

נאך פאר איך שטעל מיינע טריט ווייטער אין זאל, ווייזט מען מיר אן דעם ראש ישיבה הרב אברהם יודא שווארטץ א יחיד מומחה פאר אט די בחורים וועלכער דרייט זיך דארט ארום ווי דער טאטע אין וויינגארטן! יא ווי א טאטע אין זיין אייגענעם וויינגארטן! ער מיט די בחורים האבן א קשר וואס מ’זעהט נישט אין א וועלט צווישן וועלטן.

איך זעה דעם רואיגן שמייכל אויף א בחור’ל וואס רעדט יעצט צום ראש ישיבה און איך שטעל מיך אוועק אונטערהערן מיט אן האלבן אויער, וואס דער וויכטיגער שמועס איז אינדערמיט פון אזא געפילדער.

איך הער אז דער בחור’ל פארציילט פארן ראש ישיבה א עובדא זיינעם, א חכמה’לע וואס ער האט נארוואס באוויזן, און דער ראש ישיבה שמייכלט הארציג, און ווייזט אים מיט די האנט אויף ארויף ווי גוט עס געפעלט אים.

אויף די זייטן זעה איך זיצן מגידי שיעור וואס איך קען נישט אלע ביי די נעמען, אבער ווי מאגנעטן זענען זיי אלס בארינגלט מיט א בחור אדער צוויי וואס שמועסן און דערציילן. און פון זייערע פנימער פארציילט זיך א מעשה:

א מעשה פון א ישיבה מיט בחורים וואס פארמאגן אין זיך זעלטענע כשרונות וואס האט געדארפט די ביסעלע חיזוק און חכמה פון די הנהלה ארויסצוברענגען די פוהלע קאלירן.

א מעשה פון א ישיבה אויף וואס די וועלט שטייט!

א מעשה פון אסאך מעשיות! וואו יעדער בחור איז א מעשה’לע פאר זיך וואס דער ראש ישיבה פרובירט צו פארצייכענען די לעצטערע בלעטער פון זייער מעשה ביכל פאר זיי ענדיגן די ימי הבחרות מיט א גאלדענעם פעדער.

ווייזט מען מיר אן אז א חלק פון די בחורים שרייבן א שרעקוועדיגן מעשה ביכל וואס דער ראש ישיבה האט איבערגעשריבן מיט זיין איבערגעגעבנקייט צו א הערליך לייענבארער מעשה ביכל.

אט דאס איז די הייליגע ישיבה “קול ארי'”.

די געפילן רוישן אין מיר ווען איך זעה ווי יעדער בחור האט א חלק אין די שמחה ווי ביי א אייגענעם ברודער. איך זעה מעלות וואס מ’זעהט נישט ביים “עווערעדזש” בחור וואס לעבט אינעם עולם הישיבה.

איך זעה בחורים וואס דער עווערעדזשיזם האט זיי פארראטן און זיי האבן איר איבערגעשטיגן פון א זייטן טיר!

איך בין מקנא די הייליגע סטעף וואס גיבן זיך אפ מיט די לעכטיגע ערליכע הייליגע נשמות, וועלכע האבן מיט א קליין שטופ באוויזן צו שטייגן גבוהות ורמות.

און אט קומט אריין דער באגאבטער בדחן ר’ פנחס מרדכי וועבער, אויף וועם מ’דערקענט אז על אף דאס גראמען איז א פרנסה ביי אים, איז ער דא פאר א הייליגערן צוועק! ער שפילט זיינע טאלאנטן מיטן הארץ אין די האנט! ער מאכט לאכן און וויינען אין מינוטן צווישנשייד.

דער אטמאספערע איז אין די רקיעים, דער עולם צוגייט זיך אין א טאנץ. ר’ יששכר גוטמאן באווייזט וואונדער. הרב בערקוי מיט נאך אפאר שפילער אויף וועלכע מ’זאגט מיר אז צוויי זענען גאר פון די ישיבה אליינס! אזוי געלונגען און טאלאנטפול!

וואס זאל איך אייך זאגן? איך שפיר ווי די פמלי’ של מעלה טאנצט דא מיט! זאל איך מגזם זיין מיט מיינע עראינערונגען? איך קען נישט! ווייל וואס איך זאל נאר זאגן, איז ווייט פון גוזמא.

ישיבה קול ארי’ איז א שטאלץ פאר כלל ישראל, מהם ילמדו וכן יעשו.

דער ראש ישיבה ווייסט נישט ווער איך בין, אבער איך ווייס שוין יא ווער ער איז!

הרב וועבער און הרב לאנדוי, מיט הרב פריעדמאן ועוד וועלכע איך קען נישט ביי די נעמען. דוכט זיך מיר הרב בינער און נאך אידן וואס גיבן אוועק בלוט צייט און געלט פאר די הייליגע ישיבה! אשריכם. יהי חלקי עמכם.

דיסקלעימער: מ’האט מיר נישט געבעטן צו שרייבן! דאס איז נישט קיין אדווערטייזמענט! עס איז געפילן! אה! און פאר איך פארגעס, זיכער וואלט איך געגעבן אהין א פארמעגן מיט געלט. ווייל וואו דען וויל איך האבן א חלק אז נישט אין באשעפערס פאמיליע?

זעלבסטזיכער – זעלבסטזוכער

בס”ד

לאמיך אייך באקאנט מאכן מיט מיינס א באקאנטן. און פארן באקוועמליכקייט, וועל מיר אים געבן א פיקטיווע נאמען פאר די פאר מינוט. און ער וועט הייסן חנני’.

חנני’ איז מיינס א באקאנטער, ער ארבייט מיט מיר צוזאמען און איך בין מיט אים א גוטער פריינד. בעצם איז ער א שטילער, וואוילער אינגערמאן, וואס גייט נישט צי צום עמוד שבת ווייל ער שעמט זיך אביסל, און ער איז נאר עולה צוויי מאל א יאר, שמחת תורה און ווען ער מאכט דעם יערליכן קידוש\זכר בשעטומ”צ.

ער איז א אויסנאם וואוילער און באטעמטער מענטש, און טוט זיין ארבייט בשלימות. האט ב”ה א צופרידענע שטוב מיט לעכטיגע קינדערלעך, וואס וואקסן על דרך הישר והטובה, און ער דאנקט דעם באשעפער יעדן טאג פאר זיינע גרויסע חסדים.

האט אבער הקב”ה געפירט אז מיין חבר חנני’לע זאל אריינפאלן אין א נסיון, און ער איז איין העלן טאג געוואויר געווארן אז ער ליידט נעבעך אויף א שרעקליך ביטערע טראגישע קרענק רח”ל. ער איז ה”י נישט “זעלבסטזיכער”. איר הערט גוט! דער וואוילער איידעלער חנני’ וועקט זיך אויף איין צופרי און טרעפט זיך פנים אל פנים מיטן ביטערן מציאות, אז ער האט א “לעק אוו קאנפידענץ” אין לשון פון זיין פראפעסיאנאלען דאקטאר וואס נעמט יעצט אכט אויף די שווערע שאכטל (טעיקס קעיר אוו די קעיס).

ווען איך האב מבקר חולה געווען חנני’ן איין טאג אין זיין קיוביקעל זיצנדיג ביי א דיקן בוך מיטן נאמען “סעלף קאנפידענס פאר דאממיס” און גפרעגט וואס זיין פראבלעם איז און וויאזוי ער האט עס באמערקט, זאגט מיר חנני’ מיט טרערן אין די אויגן דעם השתלשלות הדברים, ווען אלעמאל ווארפט ער אריין א תפילה צום בורא עולם אינדערמיט, אז ער זאל זיך ארויסדרייען פון דעם שטן המשחית און באקומען זיין פארלאנגטע זעלבסט זיכערקייט גרינגערהייט אן קיין יסורים וחלאים רעים.

איך האב אזוי קוקנדיג אויף דעם ביכל באמערקט אז מיין חנני’לע האלט שוין ביי א מדריגה אז ער קען לייענען א ביכל וואס רופט אים אן הויך קליפ און קלאר “דאממי” און ער שפירט זיך נישט געטראפן, איך האב געהאלטן אז אויף אזא מדריגה דארף מען ארבייטן שווער אבער זיין קאפ איז מערקווידיג נישט ביים נאמען פון דעקל, נאר מיט איין פינגער טייטלט ער אויף די גרויסע באקסעס און ריזיגע אותיות, און די צווייטע האנט איז אריינגעצויגן אין א אידיש – ענגליש דיקשאנערי, וואו ער קוקט נאך ווארט ביי ווארט, צו קענען פארשטיין דעם עומק הדברים.

דערציילט מיר חנני’ אזוי. אנגעהויבן האט זיך אלעס אפאר וואכן צוריק ווען איך בין געגאנגען אין שול אריין, און איך האב געשפירט זייער גוט פונקט ווי אלעמאל, איך האב בכלל נישט געוואוסט אז עפעס פעלט מיר, און איך האב געגעבן א לייג אראפ מיין טלית ותפילין אויפן טישל נעבן די מקוה, און אומווילדיג האב איך פארטשעפעט ר’ זיינוויל’ס ברילן וואס ער טוט אלס אויס און לייגט אראפ אויפן טיש ווען ער מאכט זיך די פיאות, און עס איז געפאלן אראפ צום באנק.

איך בין אביסל פאררויטלט געווארן און עס שנעל אויפגעהויבן און זיך ענטשולדיגט פאר ר’ זיינוויל’ן.

ר’ זיינוויל גיט מיר א קלאפ אויף די פלייצע, און זאגט: חנני’לע דו ווערסט זייער שנעל פארלוירן, סאיז גארנישט געשען, דו האסט נישט וואס צו ווערן אזוי רויט, דארפסט ארבעטן אויף דיין “סעלף קאנפידענס”.

איך שאקל צו און איך טראכט, וואס דארף איך ארבעטן? אויף וואס? סעלף קאנפידענס? וואס איז דאס?

ביים ארויסקומען פון מקוה וואשנדיג די הענט זעה איך א ריזיגע צעטל וואס רעכנט אויס 10 ביז 15 פאקטן וואס אויב האט מען די מיחוש’ער איז א קלארער באווייז אז מ’ליידט אויף דעם סעלף קאנפידענס סינדראם.

דערשראקן אז עפעס ווייזט מען מיר פון הימל, האב איך שנעל גענומען א פעדער און אנגעהויבן נאטירן די סימפטאמען, און געוואלט זעהן צו בין איך ח”ו געשלאגן מיטן סינדראם.

איבערגייענדיג די ליסטע פון זאכן ווי למשל: !. דאוונט איר פארן עמוד? 2. ווערט איר רויט ווען איר טראסקעט אינמיטן ביהמ”ד? 3. פארלירט איר זיך אויב זיינט איר אנגעקומען אין ביהמ”ד מיטן שלאף קאפל? וכו’. די אלע שאלות האבן מיך גוט געמאכט איבערקלערן דעם מצב, און וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב געזעהן א קלארע בילד פון מיר! עס איז מיר געווען א חידוש וויאזוי דער פראפעסער וואס גיט די שיעורים און מעדיצינען פאר באטראפענע האט אזא קלארן בילד געהאט.

איך האב געזעהן אין חלום א שפיגל, ווי איך זעה מיך חנני’ שפאצירן מיט א שלאף קאפל און האלב פארמאכטע אויגן, יעדער שטייט און לאכט, און איך כאפ א גליטש מיט א וועלט פלאטשקעדיגן זעץ אויף דער ערד, און יא! איך זעה אז איך ווער רויט! נישט סתם רויט פוירפעל וואל רויט…

איך שרייב אפ דעם טעלעפאן נאמבער פון דעם עקספערט, און איך רוף פאר א “פרי” אפפוינטמענט. אינטערסאנט ער האט מיר צום סוף געגעבן א שפעטע אפוינטמענט. זעהט אויס די פרי אפוינטמענט האט א צווייטער שוין געהאט. אבער וואס איז עס מיר נוגע. בעיקר דארף איך זעהן וואס איז שייך צו טוהן מיר צו העלפן אויף דעם געביט.

איך האק איבער חנני’ן און פרעג אים, דו האסט איינעם געפרעגט צו דו דארפסט טאקע די הילף? אדער האסטו עס געטון אויף די אייגענע האנט?

זאגט ער מיר, ניין, איך האב עס געטון אויף די אייגענע האנט. אבער מיין ווייב האט מסכים געווען אז איך האב טאקע א פראבלעם ווייל זי באמערקט אז אפאר מאל ביי קידוש קוק איך ארויס פון סידור צו די לעכט און עס זעהט אויס ווי דאס קומט פון פארלוירנקייט….

זאג איך אים: שוין א סימן אז דו האסט פיין קאנפידענץ… אבער גיי ווייטער פארצייל!

ער איז מיר ווייטער מסביר אז ער האט אויך אנגעהויבן צו שפירן אז ווען אימער ער טובל’ט זיך צו לאנג, און אטעמט נישט אינדערמיט ווערט ער רויט, און דאס קען זיין לויט די עקספערטן א לעק אוו קאנפידענץ, כאטש וואס ער ווייסט נישט פונקטליך וואס די לעק מיינט.

חנני’ פארציילט מיר אז ער איז געגאנגען צו די קלאסן ווי מ’לערנט אויס זעלבסט זיכערקייט, און ער האט זיך אויסגעלערנט אז ער איז אויך א מענטש און מ’קען אים נישט טרעטן אויף די פאדאווקע’ס, און ער לאזט זיך שוין נישט פון יעדן.

ער דערציילט מיר ווי ריכטיג דער פראפעסאר מגיד שיעור האט אים דיאגניזירט מיט א פראבלעם סתם פון אים קוקן אין די אויגן און האט אים גלייך געזאגט: דו האסט א פראבלעם אז דו קענסט נישט אפזאגן ווען איינער בעט דיר א טובה.

ער האט מיר געגעבן א טעראפיע, און יעדן טאג זאג איך אפ 5 מענטשן פאר איך טוה די ערשטע טובה…

אזוי דערציילט מיר חנני’ די השתלשלות, און אז ער שפירט שוין היינט אסאך מער “זעלבסטזיכער” און האט שוין נישט מורא זיך צו טאמבלסאוסען אין ביהמ”ד אדער זאגן ניין במקום יא, און פארקערט.

איך שטיי אין די זייט און איך קוק אויף מיין אומשולדיגן חבר, און איך פארשטיי נישט וואס דא איז פארגעקומען:

חנני’! ווער האט דיר איינגערעדט אז דו האסט געהאט א פראבלעם? דער פראפעסאר
חנני’, ווער האט דיר דיאגניזירט מיט די אומאפפרעגבארע דיאגנאזע? דער פראפעסאר
חנני’ ווער האט דיר געגעבן די טעראפיע? דער פראפעסאר
חנני’ און ווער האט דיר געזאגט אז אזוי ווי דו ביזט יעצט איז בעסער? דער פראפעסאר

ווילסטו הערן א שטיקל דיאגנאזע פון מיר דיין נאענטער חבר?

חנני’ ענטפערט מיר: אדרבה, אבער גיב אכט ווייל איך בין היינט א זעלבסט זיכערער מענטש….

טייערער חנני’! לאמיך דיר זאגן וואס איך קלער. דו ביזט ביי מיר זייער טייער, און איך האב דיך אלס רעספעקטירט, דיין מדה וואס דו רופסט אומזיכערקייט, איז אין מיינע אויגן און אין די אויגן פון דיינע אלע גוטע פריינט גערופן געווארן “איידלקייט”. דו האסט די זעלטענע אידישע מתנה פון ביישנים, און דו האסט קיינמאל פארדעם נישט אוועקגענויגט פון קיין מצוות נאר אמאל אמאל זיך פאררויטלט ווען עס פאסט פאר א בן מלך.

ווען דו פלעגסט נישט אפזאגן קיין טובות וואס דו האסט געקענט טון, און זיך געשפירט שולדיג ווען דו האסט נישט געקענט העלפן, פלעגן מיר עס אנרופן די זעלטענע אידישע מדה פון “רחמנים”.

און ווען דו האסט נישט געקענט זיך משוגע מאכן אינמיטן ביהמ”ד פלעגן מיר עס רופן “נארמאל”.

ביזטו אבער געגאנגען פאר א דיאגנאזע אויף א פראבלעם וואס דו האסט קיינמאל נישט געהאט.

דו האסט געמיינט דו וועסט ווערן “זעלבסטזיכער”.

ביזדערווייל ביזטו געווארן א “זעלבסט זוכער”.

די צוויי זאכן זענען בכלל נישט אין זעלבן געגנט, און איך בעט דיך זייער שטארק, ווער צוריק דער אלטער חנני’, און איך דארף נישט פון דיר קיין הלואה דערפאר, נאר א גוטן חבר…

איך האף אז מיינע ווערטער וועלן נתקבל ווערן, און איך האף אז איר לייענער וועט פארשטיין וואס איך מיין אנע דראמאטיזירן די פאקטן.

***

איך קוק צוריק אויפן פריערדיקן דור און איך פרעג מיך אליינס; איז מיין זיידע געווען זעלבסטזיכער? האט ער אפילו געוואוסט וואס דאס מיינט?

אמת! עס איז וויכטיג צום לעבן צו זיין א מענטש און נישט מורא האבן פארן שאטן, אבער עפעס א געפיל זאגט מיר אז דער וועג פון בויען זעלבסט זיכערקייט דארף קומען פון א צוזאמענארבייט אין טוישן געוויסע גויאישע נאטורן וואס כאפן זיך אריין ביים ציבור. לאמיך מסביר זיין!

עס זענען דא מענטשן וואס ליידן אויף סיי וועלכע מינערונג אין וויכטיגע באשטאנדטיילן פונעם קערפער, און דער דאקטאר פארשרייבט א רעצעפט וואס אפילו אויב עס קומט מיט זייטיגע אפעקטן דארף דאס דער מענטש האבן און בלית ברירה נעמען.

אבער זיכער איז בעסער ווען מ’דארף נישט די מעדיצינען!

אלזא! ווען מ’זעהט א קינד וואס קען נישט אויסוואקסן ווייל ער האט א פראבלעם (א עקסטערע ארטיקל פאר זיך, וויאזוי דאס ווערט באשלאסן וכו’) פארשטיי איך אז מ’לייגט אים אויף א טעראפי צו אנטוויקלען. איינס ווייל פאר א קינד איז גרינג אריינצובויען א צווייטע נאטור! צוויי: ווייל ס’איז נישטא קיין ברירה מ’מוז דאס קינד העלפן. און ער מוז זיין אביסל זעלבסט זיכער, צו קענען שטייגן.

ווען אבער א אינגערמאן אדער א עלטערער אינגערמאן אפילו, האט נישט זעלבסט זיכערקייט צוצוגיין צום עמוד אדער האלטן דרשות, און ווערט אמאל רויט ווען מ’פרעגט אים א שאלה, מיינט דאס אז ער מוז נעמען לעססאן’ס פאר זעלבסט זיכערקייט? איך וואונדער זיך!

ביי יעדע גוטע מדה וואס מ’וויל זיך אריינווארצלען דארף מען בייגן דעם בוים אויפן פארקערטן ריכטונג! מיין שאלה איז: דארף מען דען נישט קודם באשליסן צו ס’איז ווערט זיך צו בייגן דערפאר?

אפילו אויב יא! איז זעלבסט-זוכער א פארטרעטער פאר זעלבסט-זיכער? איך בין נישט זיכער!!!

אהובים ידידים

אהובים ידידים
אחי היהודים
תהלתכם מעידים
במעשים תמידים
כוחכם מרעידים,
מכל צדדים
במבול מזידים
אתם מתבודדים
ומראים בידים
ובפה מגידים
אנו נצמדים
לתורתינו כלפידים.
עלינו עומדים
שונאים חומדים
סגולת לומדים
מעבירים ומשמדים
מסלת מאבידים
ופנינו מכחידים.
ואנחנו כעבדים
פונים בכבדים
למקום כבודים
עזור ליחידים
להתגבר בבוגדים
ולהעלות מיוקדים
נפשות נצדים
בהכנע ובקידים
ולהיות עתידים
עם החרדים
להסיר פחדים
לשמוח ברקידים
המונים וחסידים
בכל מגדים
במשוש דודים
קיבוץ גדודים
מארבע צדדים
ועליהם עומדים
אבותינו העמודים
בשירה מודים
בב”א

דער רוצח פון נייגעריע

אין די ספרי מוסר און מחשבה, ווערט שטארק ארויסגעברענגט אז די וועלט האט נאר א קיום אויף צוויי מדות וואס דער בורא עולם האט אריינגעלייגט אין די נאטור פון דעם
מענטש. איינס: תשוקה, צוויי: אהבה

לאמיך אביסל מסביר זיין וואס דאס מיינט. ווען א מענטש ווערט הונגעריג, צינדט זיך
אן אין אים א לעמפל וואס הייסט תשוקה, און ער ציהט צום עסן. און דאס ברענגט אים צו פארשטיין און וועלן עסן, און זיך דערהאלטן ביים לעבן. ווען דער מענטש וואלט נישט געהאט תשוקה, וואלט ער נישט געגעסן און אויסגעגאנגען רח”ל.

דאס זעלבע איז ביי רוב זאכן אין לעבן, וואס דער מענטש טוט כדי זיך צו ערנערן און פלעגן, און אויפבויען זיין קערפער, אלעס קומט פון א געוויסע תשוקה אין סיי
וועלכן פארמאט וואס דאס מאכט אים טראכטן, און געדענקען, און טוהן צו דער זאך.

ווייטער זענען דא זאכן אין לעבן וואס האבן צו טוהן מיט אהבה, וואס דאס האט גארנישט מיט תשוקה, דאס איז א ציהענדער קראפט וואס דאס גיבט דעם מענטש כח און מוהט נאכצוגיין און פרובירן אנצוקומען צו געוויסע זאכן וואס זענען אים ליעב און דאס מאכט אויך אז די וועלט זאל נישט בלייבן פארוויסטעט, ווייל ווען א מענטש וואלט נישט ליעב געהאט זיין משפחה וואלט ער קיין קינדער נישט געהאט וכו’ וכו’ און די וועלט וואלט געווען לתוהו בראה, ואכמ”ל.

***

מיט אט די קורצע הקדמה, וויל איך אביסל מער מסביר זיין נאך א קורצן ענין וואס איז זייער אינטערסאנט צו אבזערווירן.

ווען א מענטש עסט מיט א תשוקה, וואס דאס ציהט אים נאר ביז וויפיל דער קערפער פארלאנגט טאקע, וואלט דער מענטש געווען געזונט ווי דער רמב”ם זאגט אין דיעות, און רוב מענטשן וואלטן געלעבט לאנגע געזונטע יארן.

וואס טוט אבער דער חרוב’ער מענטש, ער וויל נישט סתם עסן ווייל ער מוז שטילן די שטילע תשוקה, ער וויל מער הנאה האבן פון זיין געריכט, ברענגט ער זיך אליינס צו די שטערקערע מדריגה פון אהבה, און ער לייגט אריין הארץ און מוח אין טעלער אריין, און דאס איז וואס ער עסט טאקע! זיין אייגענעם הארץ און מוח! ווייל ער עסט נישט א געזונטע דיעטע, וויבאלד ער ברענגט זיך צו ליעב האבן דאס עסן.

דאס זעלבע איז פארקערט ווען עס איז ענינים וואס ווערן ביים מענטש געבויט מיט די מדה פון אהבה, איז אבער דער מענטש נישט צופרידן, און דער לייגט אריין דערין אויך א תשוקה, און דאס ברענגט אים אראפ עשרה מעלות אחורנית און פון דעם טובה וואס השי”ת האט אים געגעבן צו האבן די ריכטיגע לויטערע אהבה, ברענגט ער מיט תשוקה א ברען צו א אומנויטיגע און אמאל צו א אומריכטיגע אהבה וואס שאדט אים.

אין די ספרים הק’ ווערט געברענגט עצות אויף דעם אבער דאס שענסטע און קלארסטע וואס איך האב געזעהן, איז אין ספר מנחת יהודה וואס ברענגט אראפ אז ווען א מענטש זאל פארשטיין אז תשוקה און אהבה איז א מתנה פון הימל וואלט ער עס אביסל אנגעהאלטן און הנאה געהאט דערפון. וואס הייסט?

אנשטאט ווען ער שפירט א קיצל פון הונגער זאל ער לויפן און זיך שנעל אנעסן אן קיין שיעור, וואלט ער זיך משתעשע געווען מיטן הונגער ווי מיט א גוטן ליבליכן ידיד, און נישט געוואלט אזוי שנעל און גרויזאם לויז ווערן דערפון. און אז מ’טראכט גוט אריין איז הונגער א גוטער געפיל, (פארשטייט זיך ווען מ’ווייסט אז ס’איז דא פת בסלו) און מ’דארף זיך נישט אנעסן אזוי שנעל ווי דער אמעריקאנער שטייגער.

דאס זעלבע איז ביי אהבה ואכמ”ל.

***

איז אבער דא א געוויסע תשוקה, וואס פון דעם וויל איך דא רעדן, און דאס איז די תשוקה צו ידיעות. סיי לגבי ידיעות אין תורה, און סיי להבדיל אלפי מיליאן הבדלות,
נייעס און היסטאריע וכו’. און דאס ווערט אנגערופן ביי אונז:

נייגעריגקייט!

יא! איר האט גוט פארשטאנען! אט דער נייגעריגקייט, ווערט ביי מיר אנגערופן:

דער רוצח פון נייגעריע!

איר פרעגט פארוואס? איך האף נישט מצד נייגעריגקייט. אבער איך וועל אייך מסביר
זיין.

אמת אז נייגעריגקייט האט א גוטע צד, וואס דאס ברענגט מענטשן זאלן לערנען חכמות און היסטאריע, און אפילו נייעס, און טוהן וואס דארף געטון ווערן באזירט אויף די אינפארמאציע וואס זיי זאמלען מיט די תשוקה פון נייגער, וואס ווען זיי האבן עס ווען נישט וואלט די וועלט געווען סאך ארימער אין יעדן הינזיכט.

אבער… ווען מ’נעמט די תשוקה פון “נייגער” און מ’לייגט אריין דעם גאנצן אהבה דערין, ווערט עס א געפערליכער מסוכנדיגער עלעמענט.

וואו לעכטיג און וואויל איז פאר די וואס לייענען נאר די נייעס איינמאל אין א שטיק צייט, און ליגן נישט קאפ מוח און שטרוי זאק אין דעם נייעס.

וויפיל צייט און הרחבת הדעת ווערט פארברענט אויף דעם מזבח פון נייגעריע?

ווידעראום דער חורבן פון נייגער מיטן היינטיגן אינטערנעט, דארף מען דען מאריך זיין? דארף מען דען מוסיף זיין און מסביר זיין, ווי ווייט דאס האט שוין שאדן געטון פאר אונזער פאלק?

וויפיל פון אונזערע סמעטענע זענען דורכן רוצח פון נייגעריע אנגעקומען צום ארגסטן?

נו! וואו איז דער גרעניץ פון נייגער? וויפיל מעג מען און וויפיל נישט?
איך בין נישט קיין דאקטאר און נישט קיין דיין, אבער דאס איז אמאל זיכער, אז יעדע זאך וואס פאנגט אן אריינצוגיין אין די גדרים פון קאמפולסיוו, איז נישט גוט. דאס מיינט, מ’מעג וועלן וויסן דא און דארט וואס טוט זיך, אבער אויב זעהט מען זיך ארום אז א דריי פערטל טאג איז מען פארנומען מיט נייעס, אדער ווען עס איז דא א גרויסע נייעס איז מען פארנומען דערמיט א גאנצן טאג ווייל מ’מוז מיטהאלטן אלעס ווען עס פאסירט, און מ’קען נישט ווארטן אויף סוף וואך אדער נעקסטע וואך. דארף מען אנהייבן זיך מתגדר צו זיין, און אפמאכן וויפיל מ’וועט די ענינים באזוכן און וויפיל נישט.

קיינער איז נאכנישט געשטארבן פון נישט הערן די נייעס די ערשטע מינוט. איר קענט היינט לייענען די מעשה פון די באסטאנער רוצח, אדער קענט איר ווארטן ביז ווען עס קומט ארויס דער טויט שטראף פסק אויף דעם מערדער, און דעמאלס לייענען אלעס צוזאם, און איר וועט פונקט אזויפיל וויסן ווי דער וואס איז ארום געלאפן ווי א פאר’סמ’טער מייזל און געמוזט מיטהאלטן דברים כהווייתן בהווייתן ווי דער לוייתן.
ווען איר הערט א שטיקל באריכט איבער א נושא אין אוגאנדא, און איר לויפט גלייך מיטן מייזל אויף גוגל לאנד און פרובירט צו דערגיין אויב דארט זענען דא פאמפ’ס ביי די זייטן פון די גאסן, אדער אויב דארט דרייווט מען אויף די רעכטע אדער אויף די לינקע זייט, זענט איר א קאמפולסיוו נייגעריגער… גיטס אכט.

ווען איר הערט אז עס איז געווען א מהפיכה אויף מאונט עווערעסט און איר טרעפט זיך לייענען איבער דעם בארג אלעס וואס קען נאר געהערט ווערן זענט איר אין די קאטאגאריע…

איך וויל נישט מאריך זיין! אבער א מדה נכונה איז, אלס צו אנהאלטן די מתנה פון תשוקה, און נישט גלייך עס אויסנוצן.

בלייבט נייגעריג פאר א טאג צוויי! עס שפירט זיך גוט צו האבן א תשוקה! די נייעס וועט נישט אנטלויפן. העכסטנס וועט איר שוין וויסן מער פונקטליך וואס עס איז געווען, אנדערש ווי די וואס לויפן גלייך פארשטן און לעבן אין אילוזיע’ס ביז דער אמת קומט ארויף.

יא! דער רוצח פון נייגעריע, הרג’ט נעבעך מיט קראפט, לאמיר איינצוימען, און נאר נוצן לטובה, און נישט מאכן פון קיין תשוקה א אהבה.

בלייבט מיר געזונט.

און פאר די נייגעריגע: ווערט מיר געזונט.

מי לד’ אלי?

איך וויל דא מעורר זיין דעם חשובן ציבור איבער א נושא וואס איז עומד על הפרק און פרעגן די הארבע אמת’ע שאלה: מי לד’ אלי?

זענט איר באמת אן ערליכער איד אדער נאר ווען עס איז די רעדע פון יענעם? לאמיר זיך אליינס מעסטן!

עס איז אייך וואויל באקאנט און איר זענט אלע באהאוונט מיט די מערכה וואס אונזערע גדולים האבן אינטערגענומען קעגן טעכנאלאגיע, און בעיקר מיטן שוועריגקייט פון מבחין זיין צווישן די טומאה ווען יא מתיר צו זיין לצורך געשעפטן און די הררים תלויים בשערה ווען מ’קען ח”ו זינקען אין די קנ”ט שערי טומאה רח”ל.

מיר אלע וואס פארמאגן די כלים ווער מער און ווער ווייניגער האבן דעם תירוץ אז מיר מוזן עס האבן פאר געשעפטן און רעכטפארטיג אזוי! די רבנים האבן נאר געבעטן מ’זאל זיך צוימען אויף ווי ווייט מעגליך ווייל דאס איז א פייער וואס פלאקערט און איז מכלה נפש עד בשר.

***

דער הייליגער תנא רבי יהושע בן לוי האט געבעטן דעם מלאך המות ער זאל אים ווייזן זיין פלאץ אין גן עדן, און דער מלאך האט אים טאקע געפירט צום טויער פון גן עדן.

דער הייליגער תנא בעט פונעם מלאך זיין מעסערל און דער מלאך רע בעל כרחו עונה אמן ווייל דער תנא מיט זיין קדושה האט די כח צו באפעלן אויף א מלאך אויך.

מען קומט אן צום גן עדן, און דער הייליגער תנא זעהט דעם רוחניות’דיגן שיינהייט. ער זעהט די קדושה און עס ציהט אים מיט א קראפט! ער שפרינגט אריבער דעם צוים און רופט אויס א שבועה אז ער גייט נישט צוריק.

די הימלען רוישן! מלאכים לויפן! געוואלד וואס טוט מען? עס איז דאך נישט מן הסדר צו האבן א חי זיך ארום דרייען מיטן ארציות’דיגן גוף כאטש אויסגעלייטערט אזוי שטארק דא אין גן עדן.

דער מלאך המות ברומט און שוימט אויף דעם שפיל וואס ריב”ל האט מיט אים געמאכט און פארלאנגט מ’זאל אין שוין צוריק געבן דעם הייליגן תנא וועלכער האט זיך אזוי קונצליך ארויסגעדרייט פון זיין מעסער.

דער שאלה איז א פארוויקלטער און עס קומט אן פארן הייליגן כסא הכבוד, און אט איז דער פסק!

לאמיר קוקן אויב האט דער תנא אמאל זיך געלאזט מתיר זיין א שבועה, און אויב יא, קען מען דאס מאל אויך מתיר זיין און אים צוריק געבן צום מלאך אין די הענט, אויב אבער נישט, איז הדין עמו און מ’קען נישט צושטערן זיין שבועה.

וכך הוה, דער הייליגער תנא איז געבליבן פון די יחידי סגולה צו זיין לעבעדיג אין גן עדן.

***

עס איז יאר תתס”ה, דער אלטער ר’ חיים ליגט על ערש דוי, בנים ובני בנים כשתילי זיתים באזארגט ארום זיין געלעגער, די דאקטורים זאגן אז מיט אלע טעכנאלאגיע אינאיינעם זעהט אויס ווי די מינוטן זענען געציילטע, און ר’ חיים גייט זיך אפגעזעגענען פון דער נידעריגער וועלט.

די קינדער זאגן די פסוקי יחוד, פארשטייט זיך אז מ’זאגט עס אויף קליינע מאשינקעלעך ווי עס וועט דעמאלס זיין דער שטייגער, און מ’וויינט אויף די אבידה וואס מ’האט פארלוירן! ר’ חיים איז נישטא …

ר’ חיים נאכן דורכגיין די שמערצן פון פירוד נשמה פונעם גוף, ער זעהט א שטארקע ליכטיגקייט, עס בלענדט אים די אויגן, ער קען נישט אהין קוקן! דאס ליכטיגקייט ציהט אים און ער ווערט אריינגעצויגן ווי אין א וועקיום פון שטראלן, און דערמיט ווערט זיין נשמה ארויסגעצויגן פון דעם שמאלן קליינעם גשר צר ווי ער האט זיך געפונען די לעצטע 120 יאר.

ער שפירט ער האט באגלייטערס וואס שטופן אים פאראויס און שלעפן אים צום ווייטן אויסגעפלאסטערטן וועג וואס ער זעהט, ער קען אבער נישט אידענטיפיצירן זיינע אונטערטראגער, זיי מאנעווירן ער זאל זיי נישט קענען זעהן.
אזוי שפאצירט ער שטיל א לאנגען וועג, ווען פלוצלינג זעהט ער זיך ארום גענומען מיט שרעקווארפענדיגע חיות און ברואים וואס ער האט נאך אזוינס אין זיין לעבן נישט געזעהן. ער ווערט שוואך פון טראכטן וואס די ברואים טוען דא? ער זעהט אלע קוקן צו אים! ער פאלט אונמאכט! מ’הייבט אים אינטער און א קול זאגט: ר’ חיים! נישטא קיין צייט צו שטארבן דא! אונז דארף מיר לויפן! דער בי”ד ווארט!

עס ציטערן אים די מארעך אין די ביינער. ער ווייסט דאך יא אז עס איז ביטער! וואס טוט מען דא?

ער שטייט אין א ריזיגען מיילן ווייט אויסגעפלאסטערטן היכל מיט א ליכטיגקייט וואס לאזט נישט ארויף קוקן און ער ציטערט ווי א בלעטל ווען ער הערט אויסרופן: חיים בן גד קום אפגעבן דעם דין וחשבון…

וואס זאל איך אייך האלטן געשפאנט? הלא דברים ידועים אין די ספרי מוסר, עס סקרוכט אין די ביינער!

אבער אינדערמיט קומט ארויף אויפן טיש א דינער פלעט סקרין מלאך, מיט א טאטש סקרין קיעבארד און ער ווארפט זיך ווי א וויידל מיט א שרעקליכן צארנדיגן אויסזעהן, די מלאכים די הייליגע דרייען זיך אוועק פאר גרויל! זיי קענען נישט אנקוקן דעם צעריסענעם צעבראכענעם פארשמירטן מלאך, זעלטן זעהט מען דארט אזא קאליקע.

און דער בי”ד שרייט: ר’ חיים! פארוואס האסטו געזינדיגט? פארוואס האסטו געהאלטן א כלי וואס האט דיר נאר געקענט אפילו גורם זיין לחטא?

ר’ חיים שאקלט און ווארפט זיך און קוקט ארום אויב ער קען אנטלויפן און מיט גרויס פארכט מורמלט ער ארויס:

פאר ביזזזזזנננעעעס! כככהאב עס געדארפט פאר ביזזנעסס…

די ביזיונות זענען גרויס, אבער עפעס ענטפערט ער! דער סניגור שפרונגט אריין און עפנט אויף א בוך מיט קול קורא’ס און מ’לייענט פאר אז יא! חיים. איז גערעכט! פאר ביזנעס האט מען געמעגט האבן די כלים.

דער קטיגור שרייט: וואס ביזנעס? ווען ביזנעס? ער דערמאנט אים אפאר וועבזייטלעך וואס איז ווייט פון ביזנעס. און די בעסערע פון זיי זענען נייעס!

דער סניגור שרייט: די נסיונות זענען געווען גרויס! ער האט עס געהאט פאר ביזנעס און טאקע דערנאך מיאוס דורכגעפאלן!

וואס טוט מען דא? עס איז אן עולם האמת!!!

דער פסק קומט זייער שנעל:

זאל מען אפיר נעמען די ביכער און זעהן וואס ר’ חיים האט געטוהן אין צייטן ווען מ’האט נישט געטוהן ביזנעס אויפן מאשינקעלע, און מ’מישט שנעל צוריק צו תשעה באב תשע”ג און מ’זעהט ר’ חיים’ן זיצן ביי קינות און שיקן דזשאוקס פאר זיין גרופע! און די געלעכטערס זענען גרויס!

חיים איז ווייס! ער ווייסט שוין! ער הערט די גרויליקע געלעכטערס פון די חיות טורפות וואס ווארטן אים צו פארצוקן!

וואס ענטפערט מען?

וואס טוה איך דא? קוקט ער צום אנטוישטן סניגור וועלכער דרייט זיך אויך אוועק פון אים, נישט קענענדיג פארטיידיגן מער….

ר’ חיים! וועקט אייך אויף! איר זענט נאך ביי די מעגליכקייט צו טוישן דעם דין למוטב!

לייגט אוועק די כלים ביים קינות זאגן! לאמיר נישט טעקסטן בשעת די שכינה הקדושה וויינט! די בושה וועט זיין עד אין לשער ווען מ’וועט דאס אויפשפילן אויבן. ווי אויפן קליינעם באנק זיצט ר’ עקיבא מיט ר’ ברוך און וויינען אויפן חורבן! און חיימ’ל שיקט טעקסט מעסעדזשעס מיט דזשאוקס!

דארף מען נאך עפעס זאגן?

מי לד’ אלי? נעמט אייך פאר דאס איינע, אז ביים קינות זאגן וועט איר אויסלעשן דעם כלי! לאמיר מאכן א קידוש השם און ווייזן אונזער חלק פון קלאגן אויפן ביהמ”ק מיטן אוועק געבן א באקוועמליכקייט פאר צוויי שעה! קענט איר דאס באווייזן? אודאי!

לאמיר שפרייזן צוזאמען!!!

לאמיר אלע אויסבעטן די גאולה שלימה בקרוב.

(ביטע מפרסם זיין! אפשר וועט נאך איינער דערהערן)

מיינע פארטרעטער? – מיינע פאררעטער!

בס”ד

מיינע פארטרעטער? מיינע פאררעטער!!!

עס איז דא אמאל א צייט צום שווייגן! יעצט איז נישט איינס פון די צייטן!

מענטשן שמועסן צווישן זיך, און יעדער פארציילט זיך געשיכטעלעך איבער זייערע ערפארונגען אין לעבן, און אלס הערט מען דעם לשון בערך אזוי: מיין דאקטאר זאגט! מיין לענדלארד מיינט! מיין גראסערי איז גוט! מיין מלמד איז שלעכט! מיין . . . .
אלס רעדט מען פון די אלע וועם מיר שטיצן און נעמען פון זייערע סערוויסעס, א שטייגער ווי זיי וואלטן געווען אונזערס.
ווען עס קומט צו “מיינע פארטרעטערס” וויל איך וויסן ווען און וויאזוי זיי ווערן מיינס???
מ’קען זאגן אז אויב האט דער ציבור געשטימט פאר א קאנדידאט סיי אין קהלי’ש לעבן, און סיי אין חוקי המדינה, קען מען עס אנרופן “מיינס”. ווי למשל “מיין רב, מיין רבי, מיין דיין” אדער להבדיל: מיין פרעזידענט, מיין מעיאר, מיין קאנסולמאן, וכו’.
ווען אבער מיינע פארטרעטער, זענען אזוינע וואס האבן זיך אליינס ממנה געווען און זיי זאגן, רעדן, און שרייען, אין מיין נאמען. פרעג איך אייך, מי שמך לאיש? ווען זענט איר געווארן “מיינע” פארטרעטער???
לאמיר שוין זאגן אז איר זענט באמת מיין פארטרעטער, וואלט דען נישט פאסיג געווען איר זאלט מיך אנרופן און פרעגן וואס איך וויל? אדער פאר איר גיבט א סטעיטמענט מאכן זיכער אז איך דער פארטרעטענער איז עכ”פ מסכים טיילווייז מיט אייער טעאריע? אדער באשלוס?
כלפי מה הדברים אמורים?

יעדע שטיק צייט מאכט זיך נייעס, בעסער געזאגט, יעדן טאג איז דא פרישע נייעס. אמאל איז עס וויכטיגע נייעס, דאס הייסט נייעס וואס קען אפעקטירן דעם אידישן לעבן, און עס איז גוט אז מ’ווייסט אביסל וואס טוט זיך, און אמאל האט דאס גארנישט קיין שייכות צום איד קיין כי הוא זה. א שטייגער ווי די געשיכטעלע ווען א געוויסער ספאנישער גוי האט געהארגעט א שווארצן גוי אין פלארידע, און די גאנצע מדינה שטייט אויף די פוס, און אבזערווירט וואס דער אויסקום פון דעם געריכט וועט זיין.
יא! עס ווערט אינטערסאנט און מ’זעהט אפילו אידן וואס ווייסן נישט וויאזוי זייער סאושעל ענדיגט זיך, ווייסן אבער צו זאגן צו דזשארדזש זימערמאן וועט זיין שולדיג צו נישט. איי וואס גייט דיך אן? לאמיר זאגן עס איז א אינטערסאנטער שמועס, אן קיין קאפ ווייען, עס האט נישט קיין אידישע סימנים, אבי נישט ביי אונז, און מ’רעדט דערפון ווי א געשיכטעלע אין מיטל אלטער.
עס קומט די צייט ווען דער געריכט האט געאורטיילט, און דער אורטייל איז לטובת דעם ספאנישן, און עס איז אנגענומען און באקאנט אז די שווארצע וועלן דאס אויסנוצן פאר זייערע רעכטן צו פראטעסטירן און אויפברענגען זייערע אגענדע’ס וואס קען זיי נוצן אין די קומענדיגע וואלן אדער אנדערע פאליטישע מאנווערעס’ס.
ווייס מיר שוין דאס אויך! אבער דא פאסירט וואס שאקירט און נעמט ארויס פון גלייכגעוויכט יעדן רעכט דענקענדן איד.
אלע פאליטישאן’ס נעמען א שטעלונג, ווי דער סדר אין אמעריקע איז, אז מ’מעסט דעם פאליטישאן לויט זיינע שטעלונגען, און ווען מ’לויפט פאר סיי וועלכן אפיס, דארף מען גרייט זיין צו זאגן א מיינונג וואס זאל זיין אין איינקלאנג מיט די וויילער.
איינער רעדט צו דער זאך א צווייטער באנארישט זיך, און אזוי פארמט זיך אויס דער קומענדיגער וואל טאג. ממש א בחינה פון החיים והמות (פאליטיש) ביד הלשון.
דא גיבן זיך א וועק אויף די נייע דזשורנאליסטן און סתם אזוי פובליק רילעישאן (אטענטשאן) זוכער, און פאנגען אן מיט זייערע מיינונגען ווי איינער וואלט זיי ווען געפרעגט. און די וואס זיי טראגן דעם פאן “איד” נעמען זיך רעדן און געבן מיינונגען אין א למכה מצרים בבכוריהם סיטואציע.
און דער הויכופונקט פון די פרעכהייט איז ווען זיי נעמען זיך פארציילן פאר דעם גוי וואס דער דעת הקהל ביים איד איז, כאילו זיי ווייסן עס. דער גוי נעמט דאס אן פאר גוט געלט, ווייל ער רעדט זיך איין אז די גרויסע טאטעס האבן דורכגעפירט סיי וועלכע עס איז אנקעטע’ס און אזוי געקומען צו קאנקלוזיע’ס.
לאמיר שוין זאגן אז איינער נעמט יא אן אנקעטע אויף זיין טוויטער אדער פעיסבוק אקאונט, איז עס אויך נישט דער דעת הקהל, ווייל ווי נעמט ער דעם דעת פון די צענדליגער טויזנטער אנדערע וואס ווייסן ניטאמאל זיין נאמען. כל שכן ווען עס איז סתם אזוי געשאסן א אנקעטע נאכן רעדן צו זיין אייגענע ווייב אדער חברים און באשלוסנדיג אז אזוי איז דער דעת הקהל, און וויבאלד ער האט א צוטריט צו א בלאג אדער וועבזייטל, דערציילט ער דעם גוי זיין בייזן חלום. און דער חילול ד’ איז הולך ומוסיף עד לב השמים.
מיין שאלה צו אייך שרייבערלעך און “פארטרעטער”. מי שמך לאיש? צו האט איר מיך געפרעגט א מיינונג פאר איר האט געשריבן אין מיין נאמען? זענט איר מיינע פארטרעטער אלס וואלונטיר? אדער וועל איך באקומען א ביל? און אויב יא פאר וויפיל?
אן קיינע נעמען, לאמיך נאר זאגן וואס “מיינע פארטרעטענע” זאגן. איך האב זיי יא געפרעגט!
נעמט אראפ אייערע לאפעס פון אונז, און ווען איר האט א מיינונג, זאגטס עס מיט א שופר גדול אבער נישט אין מיין נאמען!
אפשר צאלט מען בעסער ביי די כינעזע? פארוואס זאלט איר זיי נישט פארטרעטן? איך מיין זיי זוכן פארטרעטערס!
אין איין ווארט: טרעטס אראפ!!!

דער שויער ביים בי”ד

עס איז די ניין טעג און ערב שבת קודש כאפט זיך דער עולם אריין אין שויער איינער מיט א צעטיל פון דאקטאר א צווייטער מיט א היתר פון דיין אא”וו. און וואס אן אמת איז אז איך האב געפרעגט ביי אונזער דיין און ער איז מתיר א געהעריגן סיכת חולין.

עכ”פ איז גוט צו הערן יעדןס אבזערוואציע’ס אויף די דילעמא. און ווי אלע מאל שטיי איך אין די זייט און פארנאטיר די וויכטיגע אינפארמאציע.

יענקל גייט אין שויער און ציהט ארויף אן האנטוך אז קיינער זאל נישט זעהן ווייל זיין דיין האט אים געפסק’ט אז נאר בצינעה…

משה גייט אפן אין שויער מיט זיין זעקעלע זייפלעך און ווען חיים ווארפט אים פאר וועגן דעם פראבלעם זאגט ער אז זיין דיין האט געזאגט ער קען גיין בצינעה און דא אין מקוה קוקט דאך קיינער נישט ווייל מ’דארף זיך היטן די אויגן…

נטע שלעפט אריין א קליין טישל צום שויער ווייל ער געדענקט אז ביים שיעור כללי האט מען געזאגט אז מ’מעג נאר וואשן ראשו ורובו “ושולחנו”.

און איך הער ווי חיים לייב איז מסביר אז יעצט פארשטייט ער שוין די אלע וואס וואשן זיך נישט רגילין כסדרן ווייל נאכן נישט וואשן אזא לאנגע צייט איז עס ממש מעין עולם הבא.

מיט אלע שיינע מעשה’לעך איז וויכטיג צו געדענקען אז דער ענין פון קלאגן אויפן ביהמ”ק איז נישט קיין וויץ און לאמיר געדענקען מתפלל צו זיין ערליך אויפן בנין ביהמ”ק בקרוב בימינו ממש.

און אז איך האב שוין א הויכהילכער וויל איך בעטן מיינע טייערע פריינט אז ביי די קינות אויב משיח איז נאך נישט דא ח”ו זאל מען למען השם אוועק לייגן די טעלעפאנען! נעמט אייך אונטער די איינע זאך פארן כבוד פונעם אייבערשטן נישט צו טעקסטן אדער טשעטן ח”ו אין אזא צייט (אלס איז עס אסור אבער אין צייט פון קינות איז עס אומדערהערט). און אין דעם זכות זאל מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה בקרוב בימינו. אמן

ביטע מתפלל זיין

א אידישע פרוי א בעלת תשובה וואס גייט דורך א גאר שווערע אפעראציע מיט א טעסט פאר א שווערע מחלה רח”ל.

לאמיר א מצוה טוהן. און זאגן תהלים לרפואתה השלימה.

לאה דינה בת פיגא

ביטע מפרסם זיין

א אינטערוויו מיטן ראש ישיבה

א שמועס מיטן ראש ישיבה
 
אין שאטן פון די אנגייענדע ויכוחים אין די נושא פון “בחורים אין ישיבה” ווי יעדער מאן דהוא זאגט א מיינונג, צו די ישיבות טוען ריכטיג מיטן מהלך פון יא אדער נישט אננעמען בחורים אין ישיבה, און פארשטייט זיך אז יעדנ’ס מיינונג קומט פון אן אנדערן ריכטונג, און האט אלס צו טוהן מיט די היסטאריע פונעם דיעה זאגער, און וואו ער האט אויפגעבויט זיין מיינונג. וואס אין רוב פעלער איז עס א דיעה יחידי געבויט אויף א מעשה יחידי וואס האט פאסירט אמאל. האב איך געזעהן פאר וויכטיג צו רעדן צום צד השני פון די נושא, און געבעטן דעם חשוב’ן ראש ישיבה מיר צו שענקען א אינטערוויו אין די נושא.

איך וועל נישט מגלה זיין בפה מלא ווער דער ראש ישיבה איז, אבער אז איר וועט אליינס ארויסנעמען פון מיינע ווערטער בעט איך אייך נישט צו טראגן ווייטער.
 
זאלץוואסער: א גוטן אייך

ראש ישיבה: א גוטן, מיט וואס קען איך אייך העלפן?

ז”וו: קודם וויל איך זיך באדאנקען פארן אראפנעמען פון אייער טייערע צייט, און מיר שענקען דעם רשות צו שרייבן אונזער שמועס, לטובת הרבים.

איך וועל גראד צוטרעטן צום ענין העומד על הפרק, אין די נושא פון ארויס ווארפן בחורים פון ישיבה און נישט אננעמען בחורים אין די ישיבות היינטיגע צייטן, וואס וואו מאנכע זאגן איז עס ארויס פון יעדן פראפארץ און אסאך בחורים וואס וואלטן ווען געדארפט קענען שטייגן עכ”פ צו ווערן פיינע בינונים, ווערן אפגעזאגט אנע דעם וואס מ’זאל זיי געבן א געלעגנהייט אפילו צו פרובירן. וואס איז אייער ענטפער צום עצם כלליות’דיגן טענה?

ר”י: לאמיך מקדים זיין מיט א שטיקל הקדמה, און דיר מסביר זיין וויאזוי עס גייט היינט צו דער ענין פון אננעמען א בחור, און די חילוקים פון ישיבה צו ישיבה, און בחור צו בחור.

קודם לכל דארפסטו פארשטיין, אז עס זענען פארהאן 2 סארט ישיבות, דאס ערשטע, איז א ישיבה וואס געהער צו א קהלה, אדער מוסד מיט א רבי’ן אדער א רב, וואס אין די ישיבה געוויינליך וועט מען אננעמען יעדן וואס קומט פונעם סיסטעם אינעם מוסד, און מ’וועט נישט מאכן קיין פראבלעמען, נאר אויב דער בחור האט א רעקארד פון פראבלעמען וואס שטערן נישט נאר די מגידי שיעור און ראשי ישיבה, אבער אויך דאס שטייגן פון אנדערע בחורים.

דערנאך קומט די ישיבה, וואס איז געעפנט געווארן אויף א פריוואטן שטייגער, וואס האבן נישט קיין שייכות צו קיין שום מוסד, און נישט קיין התחייבות צו קיינעם. די וועג וויאזוי א בחור גייט דארט אריין, איז דורך א פארהער, און אסאך אינפארמאציע זאמלען איבער דעם בחור, צו וויסן אויב ער איז ראוי פאר דעם ישיבה, און צו ער איז פאסיג פאר די אטמאספערע אין וועלכע די ישיבה איז. סיי אויב מ’רעדט פון א ישיבה למצויינים, סיי די נידריגערע ראנגען, אלס האט דער ראש ישיבה, זיין ספעציפישן וועג וויאזוי ער וויל פירן די ישיבה, און אויף דעם אינטערסירט ער זיך און מאכט זיכער נישט דורכצופאלן, ווי ווייט מעגליך.

דער ראש ישיבה פון א קליינע אומאפהענגיקע ישיבה (איך רוף עס קליין, נישט ווייל עס איז בכמות קליין, נאר צוליב די פריוואטע באנעמונג פון גרינדונג ביזן פירן די תהלוכי ישיבה וואס גייט אויף א יחידיש’ן אופן) איז קיינעם גארנישט שולדיג, און איז בארעכטיגט צו וועלן שטייגן אויף וועלכן לייטער ער שפירט זיך פאסיג, אדער ראוי צו שטייגן, און דערפאר ווענדט ער אן אלע זיינע כוחות נישט צו פארקריכן.

דא ווערט אבער א פראבלעם, ווען א בחור פון א מוסד, וויל פאר סיי וועלכע סיבה גיין צו א קליינע (ווי אויבנדערמאנט) ישיבה, איז דא צוויי סארט בחורים. איינס איז דער מצויין וואס דער טאטע האט פאר סיי וועלכע סיבה באשטימט אז אין דעם ישיבה פון זיין מוסד איז נישט גענוג גוט פאר זיין בחור’ל, און דערנאך זענען דא די בחורים, וואס מ’האט ארויסגעשטעלט פון די גרויסע ישיבה און ער דארף זוכן וואו צו גיין.

פארשטייט זיך אז די ישיבה למצויינים, וועט נאר אננעמען א בחור מיט כלים וואס זענען געאייגנט פאר מצויינים, און בארעכטיגט אזוי.

אבער די ישיבה וואס איז פאר בינונים און אראפ, דארף זיך אסאך נאכפרעגן איבער די סחורה, צו וויסן אויב אפילו עס איז אמת אז די ישיבה איז פאר אזוינע סארט בחורים, דהיינו א נידריגערע דרגא פונעם מצויין, מוז מען וויסן ווי נידריג? און אויך “וויאזוי נידריג”

ז”וו: וואס הייסט “וויאזוי נידריג”?

ר”י: עס איז דא פארשידענע נידריגע דרגות, ווי למשל דער בחור וואס האט א שוואכן קאפ, און מ’דארף זיך ספעציעל אפגעבן מיט אים, און לעומת זה דער בחור וואס האט א גוטן קאפ אדער איז הייפערעקטיוו וכו’, און מ’דארף זיך אויך מיט אים אפגעבן. מוז דער ר”י באשטימען וואו זיינע טאלאנטן און זיין ישיבה איז געשטעלט און וואס ער קען יא אדער נישט.

דאריבער ווען דער ראש ישיבה זאגט אפ א בחור, איז עס נישט ווייל ער וויל זיך סתם גרינגער מאכן, נאר פשוט ווייל ער האלט נישט אז ער קען די פאך צו העלפן דעם בחור.
ז”וו: איז נישטא אמאל א פאל ווען א בחור ווערט סתם אזוי צוטרעטן ווייל מ’האט פאלשע אינפארמאציע? און די אנדערע זייט איז נישטא אמאל א בחור וואס וואלט באמת נישט געדארפט אנגענומען ווערן און נאר ווייל די טאטע אדער זיידע איז איינפלוסבאר נעמט מען אים בעל כרחך אריין? און אויב יא אין סיי פון וועלכע אויבנדערמאנטע, איז דאס יושר?

ר”י: אזוי ווי אין יעדען פעלד, ווערט אמאל געטוהן א אומרעכט, צו מחמת פארבלענדעניש פון געלט, אדער צוליב א לשה”ר אדער רכילות, איז זיכער אז ישיבות זענען נישט אויסגעשלאסן, אבער עס איז זיכער נישט דער אנגענומענער וועג פון באהאנדלען.

ז”וו:לאמיר צוריקגיין צו די אזוי גערופענע גרויסע ישיבות, פארוואס זעהט מען אזויפיל בחורים וואס מ’נעמט נישט אן אין זייערע אייגענע מוסדות?

ר”י: לאמיך דיר קודם מסביר זיין א מציאות וואס האט זיך ארויסגעשטעלט דורך די צייט:

פאר צוואנציג דרייסיג יאר צוריק ווען יעדער בחור האט געקענט לערנען אין א ישיבה, איז געווען די פראבלעם פאר ישיבות אז די גרויסע ישיבות האבן געהאט פיעל צו ליידן, און מ’האט פארלוירן די סמעטענע צו די קלענערע ישיבות פשוט ווייל די גרעסערע ישיבות זענען געווען פארנומען מיט באהאנדלען די פראבלעמען. זענען געבליבן צוויי סארט בחורים פאר די ישיבות, איינס דער בחור וואס איז געשטיגן אליינס, און נישט געקוקט וואס טוט זיך ארום אים, און דערנאך דער בחור וואס איז געווען אין ישיבה נאר ווייל דארט איז זיין “חדר” געגאנגען נעקסט…

היינט ווען די בחורים זענען ראשי בית אב, און מאנכע פון זיי זענען אין די ישיבה ביזנעס, און געדענקען קלאר וואס דעמאלס איז פארגעקומען, זוכן זיין צו פארמינערן דעם פראבלעם, און עס איז א שטארקע סברא, אז אויב וועט א בחור שאדן צום שטייגן פון אנדערע בחורים, דארף מען אים נישט אננעמען און פארקערט, די סברא איז אז דער בחור טאר נישט ווערן אנגענומען.

פארשריי מיך נישט פאר איך ענדיג (ווייל דא האב איך אריינגעאטעמט טיעף, האט דער ר”י געמיינט איך גיי שרייען…)

דער פראבלעם ווערט ווען מ’דארף באשלוסן, וועלכער בחור איז טאקע א סכנה און וועלכער איז סתם א שווערער בחור.

ווען עס וואלט געווען א קלארע ליניע צו וויסן אט דאס, וואלט מען קלאר אריינגענומען יעדן בחור אפילו ווער עס איז שווער, ביז צום בחור וואס איז א סכנה. אבער דער קלארער ליניע איז נישטא, און עס זענען דא אסאך מניעות צו וויסן דעם אמת, דעריבער דארף די הנהלה אליינס ציען מסקנות, און דערפאר איז אמאל די מסקנא אפשר נישט די ריכטיגע.

ז”וו: וויאזוי נעמט מען אויף א ראש ישיבה? אדער א מגיד שיעור? וואלט מען נישט געדארפט מער זיך אפגעבן מיט טרעפן מענטשן וואס פארשטייען נישט נאר א שטיקל גמרא אבער אויך דעם מהלך מחשבה און מהלך החיים פון א בחור? איז נישטא קיין פראבלעם אין דעם נושא?

ר”י: ר’ זאלץ! איך וויל דיר נאר קודם צוריק ברענגען צום פריערדיקן נושא און זאגן עפעס שטילערהייט: די שאלה פארוואס עס זענען דא אזויפיל וואס פאלן ארויס פונעם גרויסן ישיבה איז באמת קיין שאלה נישט, ווייל עס איז א פשוטער מציאות אז ווי מער דער ציבור וואקסט, און דער דור פאלט, איז עס נעבעך א מציאות. און אז דו וועסט קוקן פראצענטועל איז נישטא קיין גאר גרויסע חילוקים פון היינט און אמאל, עס איז נאר א חילוק אין די נומערן, וואס האבן זיך פילפאכיג געמערט.

לאמיך דיר מסביר זיין וויאזוי מ’נעמט אויף א ראש ישיבה אדער א מגיד שיעור.

קלאר אז מ’קוקט אויף עטליכע קאטאגאריעס

1.      ער מוז זיין א גרויסער תלמיד חכם

2.      ער מוז זיין א גרויסער ירא שמים

3.      ער מוז זיין פארשטענדליך

4.      ער מוז פארשטיין צו א בחור

ווען אבער דו וועסט נעמען אלע קאטאגאריעס און זיי קאטאגערירן אין סדר פון וויכטיגקייט, וועסטו דאך מיר אודאי מודה זיין אז א ירא שמים, און תלמיד חכם איז די ערשטע און וויכטיגסטע, ווייל קיינער וויל נישט אז דער בחור’ל זאל זיך דרייען אין א סביבה ווי דער מגי”ש איז נישט די ביידע זאכן.

דעריבער ווען מ’עלימינירט קאנדידאטן צוליב די ערשטע צוויי קאטאגאריעס בלייבט נאר איבער א קליינע צאל פון וועלכע מ’קען ווייטער גיין, קען אמאל זיין אז אין קאטאגאריע 3 און 4 דארפן נאך אמאל דער מגיד שיעור זיך צולערנען און קענען בעסער. אבער האמת ניתן להאמר אז צו פארשטיין צו א בחור, וויפיל מ’פארשטייט איז אלס נישט אזוי גוט ווי א מגיד שיעור אדער ר”מ וואס טוט דאס שוין פאר יארן, און אלע פאנגען אן אמאל…

ז”וו: וואס זאגט איר בכלל צום גאנצן נושא פון ארויסנעמען א בחור’ל פון ישיבה אלס קליין בחור’ל ווייל דער טאטע וויל ער זאל שטייגן צו זיין א מצויין?

ר”י: באמת איז דאס אן ענין וואס האט נישט קיין כלליות’דיגן ענטפער, ווייל עס איז זיכער דא אמאל א בחור’ל וואס דארף א שינוי מקום צו קענען שטייגן. אבער בדרך כלל איז עס א איבערגעטריבענע שטאלץ פון עלטערן, און עס איז א שטארקער ריסק פאר א דורכפאל. איך וואלט נישט געראטן קיינעם אזוי צו טוהן. ענדערש לערנט מען צו אין די זייט, און מ’טוט פעולות מיטן בחור’ל צו שטייגן העכער, ווי איידער אים ארויסצונעמען פון זיין סביבה און אנהייבן פון ניי. אבער דאס איז נישט אן ענטפער אויפן כלל.
ז”וו: איך וויל אייך פרעגן צו איך קען מפרסם זיין דעם שמועס, און אויך הערן נאך שאלות וואס צו פרעגן? און צו איר וועט זיך קענען נאכאמאל אראפנעמען צייט צו ענטפערן?

ר”י: זייער גערן אי”ה

ז”וו: אויף ווידערזעהן…  
 
אויב איינער וויל אריינשיקן שאלות צום ראש ישיבה, ביטע מיר שיקן פערזענליך, און אזוי וועט מען האבן א קלארערן דיאלאג

ווייל ער מוז אזוי זאגן!

ווייסט פארוואס ער זאגט עס? ווייל ער מוז אזוי זאגן! און כ’וועל דיר מסביר זיין פארוואס ער מוז אזוי זאגן ….

אה! איך האב נישט באמערקט איר זענט אויך דא. איך ברעך קאפ צו פארשטיין א נאווינע וואס פירט מיך צו משוגעת! איך הער מענטשן רעדן און זיי האלטן אין דער זייט א זעקעלע און אין דעם זעקעלע ליגט א קב תמימות א לוג חכמה, און א סאה משוגעת, און מיט דעם בויען זיי א שמועס.

לאמיך אייך מסביר זיין וואס איך מיין.

שטייען חיים און ברוך און שמועסן איבער א פעט שטיקל לשון טוב וואס מ’מעג על פי הלכה געהעריג רעדן, און לשיטת התחתונים “מוז” מען גאר רעדן איבער דעם, פשוט ווייל יעדער ווייסט סיי ווי! נאך א פשט איז ווייל אויב יענער שעמט זיך האט ער נישט געברויכט טוהן דאס, אלא מאי גייט אים נישט אן! נאך א פשט ווייל ער איז דאך א געהעריגער מכשיל הרבים מוז מען מפרסם זיין! (איר דארפט נאך פשטים? אדער איר זענט בעהאוונט?)

פארקירוועט זיך די שמועס איבער משה’ן וועלכער איז פון די עיני הקהל, און ער האט לעצטנס געזאגט א ווארט וואס האט פאראורזאכט א שטורעם ווינטל, און חיים מיט ברוך זענען זיך מטפל מיטן עומד על הפרק מיטן פוהלסטן ערנסטקייט.

הכלל, חיים נעמט מער אן משה’ס זייט, און ברוך ציהט מער צו די אפאזיציע, און יעדער איז מסביר בטוב טעם זיין שטעלונג און פארוואס ער איז 100 פראצענט גערעכט און ס’קען גאר אנדערש נישט זיין.

ביז… ברוך פרעגט חיים’ן א קלאץ קשי’ איבער א ווארט וואס משה האט געלאזט פאלן און עס איז קלאר קעגן חיים’ס גאנצער בנין עדי עד. ענטפערט חיים מיט א כיטרע מינע: דאס האט משה נאר געזאגט ווייל ער האט דאס געמוזט זאגן…

דא שטעל איך אפ דעם רעקארדער ווייל איך מוז מיך שטעלן אויף דעם ענטפער!

איך זאג נישט אז ווען איך נעם א צד פרוביר איך נישט צו פארענטפערן דעם צד. איך פרוביר יא! אבער מוז מיין צד זיין אייביג אינגאנצן גערעכט? ניין! ער קען נישט! אבער פארוואס ווען איך טענה מיט יענעם שטעל איך זיך אויף א דיוק אין א נקודה פון א ווארט, און ווען ס’פאלט אין מיין שטח קען איך דורכרוקן א בארג שמוץ מיטן אויסרייד “ער האט עס געמוזט טוהן, אדער זאגן”.

ס’איז א פיינער תירוץ טאקע! אבער ארבעט עס פאר יענעם אויך אדער נאר ווען דער נער איז מיינער?