זאלציפידיע – שאפליפטינג

אין איינע פון מיינע נייעסטע פראיעקטן קום איך ארויס מיט א נייעם אוצר פון ווערטער און באגריפן, מיט זייערע אנגענומענע טייטשן און אויסגעטראפענע מיינונגען. איך וועל אייך פרובירן מיטצוטיילן דא און דארט איבער די פראגרעסס פונעם “זאלציפידיע”.

– שאפליפטינג –
-Shoplifting-

אין אמעריקא הייסט שאפליפטינג ווען א פערזאן נעמט אראפ פון די שענק אין א געשעפט א חפץ און פרובירט ארויסצוגיין אומבאצאלט דערמיט.

עס מיינט אלעמאל אז יענער “פרובירט”, עס געלונגט נאר נישט אלס.

אין חסידישן ענצייקלאפידיע איז “שאפליפטינג” א וועכנטליכע און אמאל (ביי די גליקליכערע) א מאנאטליכע דאזע פון טראגן די אשת חייל זיך אויס”לופט”ערן, דורך א מעטאד וואס ווערט גערופן “שאפ”ינג.

שאפינג איז אין די גויאישע וועלט אנגענומען אלס אן אויסדרוק פון גיין איינקויפן. עס איז אין די אידישע וועלט געווארן פארקירעוועט צו א סארט אויסלופטעריי וואס ענדיגט זיך צומאל מיט א אומדערהערטע שפענדעריי.

עס איז נישט קיין חובת חפצא, אז מ’דארף דעם חפץ, נאר א חובת גברא, אז מ’דארף זיך לופטערן.

-מאדנע-

עס איז אין ווארהייט א גאר מאדנע מהלך צו שעפן לופט אין א פארדאמפטן האום דיפאו אדער וואלמארט, אבער עס איז א מנהג וואס פארטראגט נישט קיין דרושים.

אזוי צו אזוי, אין יעדן שפראך איז עס א “פארברעכן”.

(זאלציפידיע – ערך ש’)

אויסגראדן דעם מצח

ער שטייט נעבן מיר ביים דאווענען און מיט א גלייכן אויסגעגלאנצטן שטערן ציילט ער די לעקטערלעך אויפן דאך, און ווען ער ענדיגט, עכ”פ ווען ס’זעהט אויס אזוי, הייבט ער אן א פרישע רינדע מיט פאטאס.

די איינציגע הפסקות וואס ער האט, וואס מאכט אז דער גלענצענדער רינדיגער מלוי ריבית סטייל פנים זאל ערנסט ווערן איז ווען ער טרעפט זיך ביים קארנער פון סלח לנו און כי חטאנו, און אמאל ווען ביי מודים געלונגט א שארטסטאפ בוק וואס דערוועקט אים אומווילנדיג.

דער אידל האט שוין אזוי אויסגעפועלט אין הימל גאר אסאך, ער איז שוין היינט שיער א זיידע, ער האט זיך ערווארבן א באנדל שליסלעך מיט א קליינעם קארעלע וואו ער פארקירט דעם היטל און די זון גלעזער, ער האט שוין ב”ה קינדער גאר גרויס און באמת זייער וואוילע, אזוי ארום אז ביי קיין איינס פון די ברכות פון שמו”ע דארף ער נישט עקסטער קרעכצן אדער קנייטשן דעם געביגלטן שטערן זיינעם.

ער איז א געבוירענער בעל מזל, פארן דאווענען איז ער אלס רואיג. שמועסט מיט אן עקסטערן התלהבות און חן, מענטשן האבן ליעב צו פארברענגען מיט אים, אבער ווי זאגט די וועלט, א עושר האט מזל, און אין דבר העומד בפני הרצון, ער וויל דאך זיין אן עושר, איז זיין גוטער מזל אז פונקט ביי אשרי ובא לציון נעמט ער זיך יאגן מיט א שרעקליכן גאלאפ.

איך טראכט אלס ווי שטארק מ’היט אים פון אויבן, ממש שומר פתאים ד’, שטעלט אייך פאר ווען ער דארף זיך יאגן פארן דאווענען? ווי צעשטערט וואלט זיין סדר היום געווען.

אדער אויב ח”ו וואלט ער געווען ביי זיך במשך’ן דאווענען און זיך געיאגט ווען מ’האלט ביי ברכו אדער קרי”ש, ווער נעמט דען דאס אחריות, וואס דאס וואלט געמיינט? וואס העט מען ווען געזאגט ווען מ’גראמט אים אויס ביי די אייניקלעך’ס חתונות?

איך קען ווען רעדן אזויפיהל פון דעם מזל וואס ער האט אין די ענינים, אבער לעצטנס האב איך שיער פארפעלט אן אטעם ווען איך האב געזעהן אז ער הייבט אן צו קנייטשן דעם מצח ביי געוויסע פלעצער ביים דאווענען, עס פאנגט זיך אן צו איינקנייטשן דא און דארט און פינטעלעך דאגה פאנגן אן צו קלעמערן די זיסע בעקעלעך זיינע.

איך פרוביר צו זעהן אויב איז עס ביי רפאנו, אדער ביי ברך עלינו, ווייל אזוי קען אמאל זיין אז איך דארף אים פרעגן צו ער דארף אפשר א הלואה, אדער זוכט ער א דזשאב, און אלס גוטער חבר וועל איך טוהן וואס איך קען אים צו העלפן שאפן די קאנטאקטס פאר דעם פראבלעם.

אבער עס איז מיר נישט געלונגען צאמשטעלן א פראפייל פונעם פראבלעם, אמאל איז עס ביי רפאנו, אמאל ביי ברך עלינו, און וואונדערליך ביז גאר אמאל ביי מכלכל חיים, און ביי ראה נא בענייני, איך מיין, אז ער זאל כאפן א קנייטש ביי די פראבלעמען פון די גאולה אדער תחיית המתים? דאס איז שוין עפעס וואס איך קען נישט פארשטיין.

דאס אויסגעגאסענע רואיגקייט גיט זיך א צעוויש, און ממש עס שוועבט א אומעטיגן אומעטיזם וואס צופירט זיך אין די גלידער. איך קען נאך אלס נישט דערגיין וואס און ווען עס טריגערט די קנייטשן.

ביז נאך לאנגע זוכענישן און פארשעריי ארבייט איז מיר געלונגען צו דערגיין וואס פאראורזאכט די טיעפע קנייטשן…

מיין ידיד האט א טעלעפאן און ווען אימער עס קומט אריין א “אמצע תפלה” אימערדזשענסי, ווערט אים דער מצח צוקנייטשט אין צמחים וקמחים און ער קוקט שטרענג אריין אויפן זענדונג וואס מ’האט אים אינפארמירט.

דער פראבלעם וואס איך האב מיט דעם איז, אז דער אינגערמאן איז נישט קיין וואלונטיר פאר הצלה אדער אנדערע ארגעניזאציעס וואס דארפן באקומען זייערע אינפארמאציע בליץ שנעל צו קענען רעאגירן צייטליך, און פונדעסטוועגן ווערט ער אזוי פארקאכט, אז ס’זעהט אויס ווי ער איז א אנדערקאווער וואלונטיר פאר א אומבאקאנטע ארגעניזאציע פון די היימלאנד פארזיכערונג בעאמטע.

איך בין שוין זייער נייגעריג צו וויסן וואס אלס ווערט דורכגעדרייט דא אזוי אינטער מיין נאז אן מיין וויסן. איך קוק אזוי זייטיג ביים קומענדיגן קנייטש סעסיע.

סך הכל איז עס א בילד פון וואטסעפ וואס האלט זיך אינמיטן עפענען, און מיין שכן וויל שוין ווייטער דאווענען. און פאר גרויס צער אז מ’שטערט אים מיט אזוינע מינדערוויכטיגע נארישקייטן אינמיטן דאווענען זעהט אויס קנייטשט אים דער שטערן.

אדער גאר ווייל אזוי זעהט עס אויס ווי עפעס וויכטיג, -וויכטיגער פונעם דאווענען – האט מען אים דא אינפארמירט, און ער דארף זיך נישט שעמען אז ער נעמט ארויס אינמיטן יוצר דעם טעלעפאון, והראי’ די קנייטשן אויפן דומם מצח זענען אזוי אנמערקבאר.

—-

מיין טייערער חבר, אויב ביזטו א מיטגליד אין א געהיימע מיסיע פון היטן כלל ישראל, נאר איך בין נישט באקאנט דערמיט צוליב מיין אומוויסנהייט, וויל איך דיר בעטן אז דו זאלסט ווייטער נישט לייענען ווייל איך וויל זיין מיט דיר גרויזאם אפן, און איך וויל ח”ו נישט זיין קיין חושד בכשרים.

אויב אבער נישט, וויל איך יא זאלסט זיך נעמען די מיה מיך צו פארשטיין און אלע אנדערע ארומיגע.

ווען דו נעמסט ארויס דעם טעלעפאן און דו פארקנייטשט דעם שטערן איינמאל א יאר, וואלט איך נאך געקלערט אז אולי איז יעצט דא א געוויסע פערזענליכע סיבה וואס מאכט עס אומאקצעפטירבאר אז דו זאלסט נישט אויפהייבן אדער קוקן אינמיטן דאווענען.

ווען דאס געשעהט יעדן טאג ביים דאווענען דריי מאל אדער מער, און דו פארקנייטשט דעם שטערן און קוקסט דעם מעסעדזש, דערנאך לייגסטו צוריק דעם טעלעפאן און זומסט אריין צוריק אין לאלא לאנד מיט א גלאטן שטערן און פארגלאצטע אויגן, מאכט דאס א ערנסטער פראבלעם פארן סתם ביישויער און מ’קען אמאל קומען צו א חטא פון “חושד בכשרים” זיין אז דו ביזט אויף צופיל גרופע’ס.

דו ווילסט דאך נישט מכשיל זיין אידן אין די איסור פון נישט דן זיין לכף זכות, אבער דו מאכסט אונז עס שווערער און שווערער. פרעג איך דיך און איך בעט דיך, אפשר מאכסטו אפ מיט די געהיימע ארגעניזאציע דיינע אז מ’זאל דיך צורוה לאזן די האלבע שעה וואס דו ביזט אין שוהל?

בקיצור: צו בלאף דארף מען פארשטיין, און דו ביזט לכאורה א איש האמת, ווייל א 2 סעקונדע קנייטש ווייזט נישט אויף די וויכטיגקייט פונעם קאלל. אדער קנייטש נישט, און ווייז ווי גלייכגליטיג דו ביזט ארויסצונעמען א טעלעפאן ביים דאווענען, אדער בלייב פארקנייטשט, און רייס אראפ די טלית פון די אקסלען און לויף מיט איין אטעם ווי א פוירסט ריספאנדער. אנדערש שטימט נישט דער בילד.

-איר קענט אויסגראדן דעם מצח-

די ארבעה בנים אין גרוב

פיהר ברודער זענען זיי געווען, וואס מיר וועלן זיי רופן צדוק, נחמן, עזריאל, און ברוך. ברודער זענען זיי טאקע געווען אבער גאר אנדערש האבן זיי זיך געפירט איינער פון צווייטן.

צדוק איז אלס געווען א וואויל קינד, געלערנט געדאוונט, און געהארעוועט אויף זיינע מעשים.

נחמן האט נישט געהאלטן דערביי, ער איז געווען א פויעריש געבוי, זיך געדרייט מיט נידעריגע פארשוינען, א שארלאט און א ליידיג גייער.

ווידעראום עזריאל, איז געווען א גאנץ קליינער חכם. אלס געהאט קשיות, און קיינמאל נישט פארשטאנען די תירוצים.

ברוך, פלעגט מען רופן בלשון חיבה ‘ברוך’ל’. ווייל מ’האט אים געקענט איינרעדן בייטאג אז ס’איז נאכט, און ביינאכט אז ס’איז טאג, ער האט נישטאמאל געוואוסט אז עפעס שטימט נישט.

הכלל, די ברודערליך האבן זיך שיין געלעבט יעדער אויף זיין שטייגער, צדוק איז געשטיגן אין תורה, נחמן איז געוואקסן א רויבער, עזריאל האט געפרעגט מער קשיות און ברוך’ס פארגלייזטע אויגן זענען נאר געווארן גלאנציגער.

ויהי היום און די פיר ברודערליך האבן געכאפט א שפאציר אין וועלדל הינטערן שטעטעלע און מיט א אומריכטיגן קער האבן זיי אריינגעטראסקעט אין א גאר טיעפן הוילן גרוב, צעקלאפנדיג זיך אלע ביינער, שמוציג און פארריסן און צעבליטיגט. עס האט גענומען א וויילע ביז זיי זענען צו זיך געקומען. און…

דא הייבט זיך אן די שווערע איבעי’ וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון אזא טיעפן פינסטערן גרוב?

שרייען האט נישט אויסגעזעהן צו זיין א אפציע, ווייל אזוי ווייט און אזוי טיעף וואלט דער קול פארלוירן געגאנגען. אלזא וואס טוט מען דא??? עס איז דאך ביטער, ווי זעהט מען זיך ארויס פון דעם פלאנטער?

צדוק אונזער צדיק’ל זאגט אז מ’דארף שוין אנהייבן צו גראבן אין די ווענט, מאכן אזוינע פראוועזארישע שטיגן, אריין און ארויס, ביז ס’וועט זיין שייך צו קריכן ארויס, און ווען איינער וועט שוין זיין אינדרויסן וועט מען שוין קענען רופן הילף.

נחמן, זיצט און פארעט זיך מיט זיין אנצוג, ער פוצט און רייבט, און ווען צדוק פרעגט אים וואס ער פלאנט צו טוהן צום פראבלעם? ענטפערט ער גלייכגילטיג, זעהסט דאך! איך פוץ מיך אפ און אלעס וועט זיין אין ארדענונג.

עס האט גענומען אפאר מינוט פאר צדוק’ן צו כאפן אז נחמן באגרייפט גארנישט די סכנה און ער רעדט פון גאר א אנדערן פראבלעם, אים שטערט נאר אז ער איז נישט שיין באפוצט, און אז ער זעהט נישט אויס פריש נאכן פאלן.

נו! וואס טוט מען דא? האט זיך צדוק’ל געוואנדן צו עזריאל’ן און געפרעגט: וואס זאגסטו? האסט עפעס אן עצה צו די געשאפענע סיטואציע?

עזריאל שטעלט אן פני תם, און פארקנייטשט דעם שטערן פארזיכטיג. נאך א מינוט קנייטשן דעם שטערן שפרינגט ער אויף מיט א געניאלן איינפאל און זאגט:

איך מיין מ’זאל מיר אנהייבן צו גראבן אין די ווענט און אזוי צעביסלעך צוברעכן דעם גרוב און דערנאך גראבן ווייטער און ווייטער ביז דער גרוב וועט ווערן אזוי ברייט ביזן שטעטעלע, און דארט וועלן מיר קענען שרייען אז מ’זאל אונז קומען העלפן און יעדער וועט קענען הערן.

צדוק זעהט מיט וועם ער האט דא צו טוהן, פון איין זייט שטייט נחמן און פיצט זיך, פון די צווייטע זייט וויל עזריאל אנהייבן פלאך מאכן די וועלט מיט זיינע הוילע נעגל, און דא שטייט ברוכ’ל וועלכער באגרייפט ניטאמאל אז מ’איז אין א גרוב. בלייבט אים נאר איין עצה זיך צו נעמען צו די ארבייט און העכסטנס פרובירן איבעררעדן ברוכל אנצונעמען זיין שטעלונג און מיטקומען מיט אים און נישט פארבלייבן דארט מיט נחמן’ען זיך פוצן.

***

מיינע טייערע ברודער בני אברהם יצחק ויעקב. כנגד ארבעה בנים דברה תורה, אחד חכם, אחד רשע, אחד תם, ואחד שאינו יודע לשאול.

מיר געפונען זיך אין א שווערן טונקעלען מצב, מיר זענען צומאל אין א גרוב פון וועלכן מיר ווילן א וועג ארויס, און מיר קוקן מיט יאוש צום טיעפקייט פונעם אפגרונט וואו מיר געפינען זיך, און מיר קוקן אויף ארויף צו זעהן עפעס ליכטיגקייט, פון הארצן שרייט זיך, געוואלד! ראטעוועט מיך! אבער דאס שטעטעלע איז ווייט! זייער ווייט! און מיר ווייסן נישט האיך לשות עצה בנפשנו.

אין אט אזוינע מצבים ווען עס איז נישטא קיין שפור פון ליכטיגקייט און מיר מיינען ח”ו אז קיינער הערט נישט, און עס איז נישטא קיין אויסוועג, דאן שיילן זיך ארויס די מדות פון די ארבעה בנים.

אחד חכם, ווי צדוק’ל, ער זוכט א וועג ארויס, ער וועט נישט אוועק רוקן אדער פלאך מאכן דעם גרוב, א גרוב איז א גרוב, און ער דארף ארבייטן זיך צו זעהן אינדרויסן. ער לייגט זיך נישט אריין אין קיין אונסין, ער איז נעמט דעם דרכא אחרינא אנשטאט צו וועלן מתקן זיין דעם דרכא הדין. און מיט די צייט נאכן בויען פראוועזארישע טרעפלעך און שטיגן מיט שטיינער און זאמד, קומט ער ארויף און ראטעוועט זיך פון שאול תחתית.

פארשמירט, פארקלעבט, פארווייטאגט, אבער אינדרויסן שטייט ער זיגרייך, ער וועט זיך שוין וואשן און אפשאקלען פונעם געמויזעכץ ווען ער איז פריי פון דעם גרוב, ווען ער וועט זוכה זיין צו זיצן במחיצת צדיקים וטהורים און נהנה זיין מזיו השכינה מיט בגדי תכלת וארגמן בגדי מלכות.

קומט אויך אפיר דער בן הרשע, וועלכער אינעם גרוב זעהט ער נישט פאר וויכטיג צו טרעפן א וועג ארויס נאר אויסצוזעהן שיין, ער פוצט זיך און וואשט זיך, און פארגעסט אז ווען ער וועט וועלן ארויסגיין פונעם גרוב אויב וועט ער נאך קענען דאס באווייזן וועט ער ווידער פארשמירט ווערן, טא וואס נוצט דאס געפיצעכץ? די פיאה’לעך מוז ער קרייזלען אז דא אינעם פינסטער זאל ער זיין “א מענטש” ער מוז אויסזעהן ווי א מיליאן טולער דא אין גרוב.

ווי נאריש איז דער תם וועלכער קומט אפיר מיט געוואלדאוונע געדאנקען וויאזוי צו באזיגן דעם גרוב, א שטייגער ווי די כעלמער חכמים וואס האבן גערוקט דעם בארג, ער קומט אלס אויף מיט געדאנקען וויאזוי ער וועט פאררעכטן דעם “סיסטעם” ווי איידער זיך צו פאררעכטן, ער קומט אויף מיט עצות וויאזוי גראד צו מאכן דעם גרוב, ווי איידער זיך מטריח זיין און אביסעלע קריכן.

וואס מיינט איר איז דער סוף מיטן תם? ער זיצט נעבעך אפ זיינע יארן אינעם פינסטערניש, מלא עצות, מלא טענות, אלעס אויף דעם סיסטעם און אויף די רבי’ס און מגידי שיעור, און פרנסי הדור, אבי ער זאל נישט זיין פוילן קערפערל מטריח זיין אביסל.

ווען דער שאינו יודע לשאול קומט אפיר, ווענדט זיך שוין ווער ס’כאפט אים ערשט נעבעך, אויב ווערט ער באפריינדעט מיט די נישט גוטע, מיטן רשע און תם, וועט ער זיצן און מיטשאקלען, ער וועט זיך פוצן כאטש ער דארף עס נישט, נאר ווייל יעדער טוט עס, ער וועט זיך אפרעדן מיטן תם אויף אלס און אלעמען נאר ווייל אזוי טוט יעדער, ער וועט נעבעך פארפאלן גיין ווייל יעדער גייט…

***

אזוי איז ליידער אונזער לעבן, און עס לויפט גאר שנעל, עס גאלאפירט ווי די שנעלקייט פונעם ליכט, און אנשטאט זיך נעמען קריכן, זיצן מיר און טיילן דיעות, נעמען שטעלונגען, און פרובירן צו געפעלן פאר דעם רשע, און דעם תם, ליידער.

עס איז א קליינע חכמה צו פארשטיין וואס יענער וואלט געברויכט צו טוהן! עס איז א גרויסער חכמה צו טוהן וואס מ’ברויך!

עס איז גארנישט ווערד די שיינקייט אין גרוב, ווייל סוף סוף ווערט דער קערפער צוריקגעקערט לעפר רמה ותולעה, עס איז גאר ווערטפוהל זיך צו פלאגן אנצוקומען צום ליכטיגקייט ווען די נאטורליכע שיינקייט פון די אור התורה באשיינט אונז.

און אויב ווילן מיר איינעם געפעלן, זאל דאס זיין דער חכם, נישט דעם רשע אדער תם ח”ו.

פרעגט אייך אליינס די שאלה: וועלכע פון די ארבעה בנים בין איך?

צו פעטער שמואל

(דאס האב איך געשריבן אלס א תשובה אויף א עקאנאמישן אויפוואכונג שאלה לגבי די גאווערמענט, בדרך צחות, ביטע נישט ווייזן פאר די אינסטאנצן…)

דער פעטער איז אין שווערע עקאנאמישע צייטן, און יעדער פרובירט צו העלפן. איך בין א וואוילער בירגער וואס איז מתפלל לשלום מלכות (דאס איז דער זעלבער אנקל סעם פון וועם איך רעד טאקע) בין איך אויפגעקומען מיט א ליסטע פון געדאנקען וואס דער פעטער קען ווען טוהן צו שפארן אפאר גרייצער, און מיט די צייט האבן גענוג געלט אפצוקויפן קרימיע פונעם רוסישן בער.

הנני מוכן ומזומן.

די תפיסות:

אלע פעדעראלע טורמעס וואס קאסטן אפ די גאווערמענט ביליאנען א יאר, זאל מען אויסליידיגן, און אויפבויען בארדזשעס אינמיטן וואסער א שטייגער ווי גוגל טוט, און דערמיט וועט מען שפארן אזוי:

1. סוער, און פלאמינג וועט זיין לרחצה בחנם אין כסף.
2. עסן קען מען די פיש, טרינקען קען מען דאס וואסער.

3 טראנספארטעישאן וועט מען נישט דארפן ווייל די בארדזשעס וועלן פארן און זיך שטעלן ביי יעדן בארטן אן אנדערן טאג.

4. מ’קען מינימיזירן די שומרים, און וועלכער ארעסטאנט עס וויל באגיין זעלבסטמארד, זאל מען צושטעלן א ספעציעלע באלקאן גענוג הויך פארן ריכטיגן עפעקט.

5. מ’זאל פארקויפן די טורמעס אדער פארדינגען פאר גוט געלט.

איי אר עס:

די אייער-עסערס זאלן זיך צונויף שמעלצערן מיט די פאסט אגענטור:

1. יעדער זאל צאלן א גראדן שטייער ביל וואס מ’קען אויף איין בלעטל מאכן אין א טיימס טעבל. (א שטייגער ווי די בוש פלאן)

2. די אייער עסערס זאלן אנשטאט זיצן אין גרויסע ווילאס באקומען מעיל טרעקלעך און אויפפיקן דאס געלט אין די פאסט קעסטלעך און איינוועגס דעליווערן די פאסט אויך. (אראפ מיט די פאסט אגענטור)

3. ווער ס’צאלט נישט זיין שטייער זאל מען נישט דעליווערן די פאסט.

4. ווער ס’צאלט אין צייט וועט באקומען די קיופאן’ס און מאגאזינען פון וואלמארט און קאהל’ס וכו’.

פאסט אגענטור:

ניעמא!!! געענדיגט!!! פיניטא!!! אלעס וועט די אייער עסערס טוהן.

גרעסערע פעקלעך וועט יו פי עס שיקן. און קלענערע פעקלעך אדער ענוועלאופס וועט מען שיקן דורך “געשיקט” אדער “קוויק”. איינוועגס וועלן אפאר אידן האבן פרנסה.

א וויכטיגע נקודה:

זייער וויכטיג וואלט געווען אז אלע פעדעראלע קאלקיולעטאר’ס און קאמפיוטערס זאלן ווערן אינסטאלירט מיטן סימבאל = וואס זאל אקטיוויזירט ווערן.

די מעלה דערפון איז פיהלפאכיג, אבער בעיקר ווען די פעדעראלע רעכענער און בודזשעט פירער וועלן דאס דרוקן און עס וועט זיי באמת ווייזן ווי אומסטאביל זיי זענען און ווי ווייט פארפארן פון רעאליטעט זיי זענען וואלט די גאווערמענט געשפארט אסאך געלט.

צוריק מיט די “איקוועל” סימבאל אויף גאווערמענט קאמפיוטערס.

מעדיקעיד:

א איינשטימיגע פארבאט אויף קרענק, און אראפ מיטן עקספענס.

כדי דאס צו עטאבעליזירן דארפן אריינגיין אין קראפט די פאלגענדע פארבאטן:

1. נישט עסן זאלץ, צוקער, פעפער, און אויל.
2. א פארבאט צו אריבערגיין די גאס ווען עס איז נאכט (קארפיו) כדי צו פארמיידן עקסידענטן.
3. קארס זאלן נאר קענען פארן אויף 45 מפ”ש.
4. אויפנעמען מיכאל בלומבערג אלס געזונטהייט מיניסטער פאר א דאללער א יאר.

פוד סטעמפס:

יעדער וואס נוצט נישט אויס דעם גאנצן קארטל זאל אריינגיין אין א גורל פאר האלב פון די פאט פון איבערגעבליבענע געלט.

דראגס

לעגאלעזירן דראגס
אויפלעזן די טויזנטער אגענטורן וואס באפאסן זיך דערמיט.

בקיצור נמרץ אויב וועט זיך די גאווערמענט צו מיר מעלדן וועל איך זיי אנווייזן נאך פיהלע פלעצער וואו זיי קענען שפארן אדער מאכן געלט. איך גיב נישט אלעס ארויס.

ה’ אייר

אשמו בגדו

מרד מרדו

עלינו עמדו

בערמה זדו

מלבם בדו

באומות גודדו

החומה רדו

התורה צדו

החרדים חרדו

ביום המר

ה’ אייר

זקן ונער

מלאי צער

חרב מתער

יצאה לבער

הכריזו בשער

ניאוץ וכפ”ר

ביום הנמהר

תפלתינו בקול

לאדון הכל

סלח ומחול

לנו ולכל

בני ישראל

ונזכה להגאל

מספדי למחול

הרשעה יפול

ויבנה זבול

במהרה אמן

וואס איז פת שחרית?

בס”ד

ווי אינטערסאנט דאס הערט זיך, איז אבער אלס דא געוויסע ווערטער וואס ווערן אויסגעדרייט פונעם ריכטיגן משמעות, אזש ווען מ’טרעפט זיך פון אנדערע עקן וועלט קומט אמאל צו לאכן ווי א אנגענומענער טערמין איז אזוי פארדרייט.

א שטייגער ווען איר פרעגט א קינד, וואס איז דאס א כפרה? וועט ער גלייך ענטפערן: א הינדל

ווען איר פרעגט וואס איז דאס סליחות? וועט ער ענטפערן: אזא סארט מחזור.

ווען איר וועט אבער פרעגן פון א קרית יואלער אינגעלע וואס הייסט דאס פת שחרית? וועט ער ענטפערן: א טרעקל!!!

פאר די וואס ווייסן נישט, אין קרית יואל גראד נעבן דעם ביהמ”ד איז דא א טרעקל וואו אידן קויפן זיך יעדן טאג זייער קאווע און פרישטאג, און דאס איז אנגענומען אלס דער “פת שחרית טרעקל”. דאס אינגעלע ווייסט אפילו נישט פארוואס דאס הייסט אזוי, אבער ער ווייסט אז ווען מ’קומט אמאל אין א קאנטרי וואס באשטייט פון מאביל הייזער וועט ער זאגן: טאטי! איך האב געזעהן אסאך פת שחרית טרעקלעך…

***

דער פת שחרית טרעקל איז היינט שוין פיהל מער ווי סתם א פרישטאג מאכעריי, עס איז א מין לעבנסשטייגער וואס איז ווערד מיינע צוויי פרוטות פון א באשרייבונג.

אלזא דער פת שחרית טרעקל איז א קליינער ד’ על ג’ טרעקעלע מיט פענסטערליך, וואס אינעווייניג איז איינגערישט א וויליאמסבורגער קיך (איך רעד לגבי די סייז) און אינדערינען שטייען 5 ערוואקסענע לייט וואס באדינען דעם ציבור מיט זייערע געברויכן.

לאמיר אראפלייגן וויאזוי מיין פרישטאג ארדער גייט צו יעדעס מאל ווען איך קום אן צו דעם טרעקל. עס שטייט דארט א אינגערמאן, גלייך אינטער אים נאך איינס, און אויף זיין רעכטע זייט איינס, און לינקע זייט איינס. איך זאג אים גוט מארגן, און ער שרייט, קאווע אייער שפייז? בלשון שאלה. ווייל ער ווייסט שוין בערך וואס איך באשטעל. איך ענטפער פאזיטיוו. זאגט ער איבער מיט א העכערן טאן: קאווע אייער שפייז פאר זאלצי! ר’ משה גלייך נעבן אים שרייט איבער ווי צו קאנפירמען אז ער האט גוט געהערט: קאווע אייער שפייז פאר זאלצי?, ר’ יענקל אינטער אים זינגט זיך שוין אינטער: קאווע אייער שפייז פאר זאלצי! און מ’הערט א גאנצע כאאר פון: קאווע אייער שפייז פאר זאלצי.
איין אינגערמאן שטייט דארט נאר פאר דעם ציהל, צו טראגן און ברענגען די מעסעדזשעס דעם ווייטן מהלך פון 4 פוס אז ס’זאל נישט ווערן פארלוירן אינטערוועגנס.

ווי נאר ס’איז הדבר יצא מפי המל”ח פאנגט זיך אן א גערויש. איינער רישט די קאווע, א צווייטער גיסט אייער אויף א הייסן פלאך, און דער דריטער שטייט און קאנווינצט מיך אז אפשר היינט דארף איך אויך א קוכן מיט שחוק (א קרית יואלער מאכל, איך ווייס נישט צו מ’טרינקט, טינקט, אדער שלינגט עס).

דער אייער שפייז איז פערטיג, איינער שטייט מיט א אפענעם בייגל, דער צווייטער ווארפט אריין דעם אייער שפייז דער דריטער דיפאזיטירט אפאר פיקעלעך און דער פערדער שטעקט א שטרוי אין די קאווע.

איך פרוביר צו רעדן אויפן טעלעפאן ווען דער פראגראם קומט פאר פשוט ווייל איך קען נישט צוקוקן ווי פאר איין אייערשפייז מיט א קאווע שוויצן 5 אינגעלייט. אבער דאס איז ווען איך בין א בר מזל און איך קום אן ווען עס איז נישטא קיין אנדערע קאסטומערס.

מיר געפעלט דער אינגערמאנטשיק וואס נעמט די חשבונות און דאס געלט בשעת ער דרייט צוזאם א זעקל פאר איינעם און ענדיגט צו א סענדוויטש פאר א צווייטן, און ער הייבט דעם קאפ און די הייעך און רעכנט וויפיל מ’קומט אים פונקט ווי עס פלעגט טוהן ר’ וואלף לעפקאוויטש ע”ה אין די אמאליגע יארן אין וויליאמסבורג. דער פארלירט נישט קאפ, ער רעכנט און רעדט, און גרייט, און שרייט, אלעס אויף איינמאל.

דאס קליינער טרעקל ווערט פארוואנדלט אין א ריזיגן קאמערציאלע קיך, עס גייט א רויעך און א ריח, אוואו אין א מצה בעקעריי ערב פסח.
אינטערסאנט צו באמערקן איז אויב ווילט איר ווערן אמאל א בדחן זאלט איר פארברענגען אביסל ביים טרעקל, דארט איז א פלאץ ווי יעדער ווערט א קאמיק און עס הערן זיך לצות און גוט זאגעריי פון העכסטן און נידריגסטן קאליבער. יעדער שטייט אויסגעדרייט צום פענסטער מיט א קנייטש אויפן שטערן, און אויב די וועטער איז גענוג גוט ווארפט מען אריין א ווערטל, און די קעכער מוזן לאכן אויב זיי ווילן נישט פארלירן א גוטן קונד.

אזוי שטייענדיג 6 7 מענטשן וואס ווארטן אויף זייער פרישטאג, הערט זיך א שנעלער שארט סטאפ און א קאר שטייט גלייך נעבן דעם טרעקל, עס לויפט ארויס א צעבוזשעוועטער אינגערמאן און פון העכער אלע קעפ גיט ער מיטן פינגער א ציצקע: משה!!! משה!!! וואו מיין קאווע? ר’ משה ענטפערט: אה! גוט מארגן! וואס קען איך דיר געבן? די טענער גייען העכער, דער אינגערמאן פארשטייט נישט פארוואס זיין קאווע איז נישט גרייט ווען ער דארף עס, ער פארגעסט אז אויב ער באשטעלט נישט קען נישט ר’ משה שטיין אין עס האלטן פאר אים.

פרובירן זאלט איר צו ארדערן ווען די אידן וואס לויפן צום באס קומען אן די לעצטע דריי פערטל מינוט און אלע אויף איינמאל דארפן אלעס וואס מ’קען נאר דארפן. די אינטערסאנטסטע איז דער איד וואס קומט יעדן איינציגן טאג מיט א בהלה לויפט צו צום פענסטער און פאנגט אן זיין טעגליכע מורמערלעריי. (איך זעה אויף די סערווער’ס אז די ערשטע 5 מינוט הערן זיי כלל נישט אויס וואס ער זאגט ווייל זיי ווייסן אז ס’בלייבט סיי ווי ביים 6טען מינוט ארדער)

ער איז א שלאנקער אידל און בייגט דעם קעפל אריין מיטן לאנגן נעזל גלייך אין טרעקל און קוקט זיך אום וואו מ’באהאלט די גוטע סחורה, ער שמעקט און ציהט מיטן לונג און נעמט זיך מורמעלען העכער: וואס קען מען היינט נעמען? הע? נעכטן נאכט האב איך געגעסן בלבלבלבלב און היינט בין איך נאר הינגעריג אביסל, אבער באלד וועל איך זיין מער, וכו’ וכו’ איך האב מיך נישט צוגעהערט פונקטליך וואס ער זאגט ווייל ס’האט אויסגעזעהן צו זיין פריוואטע אינפארמאציע.

נאך 5 מינוט מורמלען נעמט ער זיך שרייען מיט א געיעג: משה, יענקל, גיסט מיר??? ווי לאנג דארף איך ווארט?

און די קעכער פרעגט אים מיט געדולד: אה אודאי, וואס דארפסטו?

עממממ עההה גיב מיר די זעלבע ווי נעכטן… אך און וויי אויב דער קעכער געדענקט נישט וואס נעכטן איז געווען.

אה! און פארגעס נישט אריינצולייגן א האלבן כזית צוקער און א פערטל לעפל פיש זאפט (נישט עכט, זיי האבן נישט פיש זאפט מיין איך) ווייל נעכטן האסטו געלייגט פארקערט… הערסטע משה… זיי דיך נישט טועה…

יא יא חזר’ט זיך ר’ משה איבער, און זינגט זיך אינטער: האלבע כזית צוקער, פערטל לעפל פיש זאפט טיריראריריי פאר ר’ שלום’קען.

איין טאג שטייענדיג דארט קומט אפיר א אינגערמאן וועלכער זעהט אויס איז נארוואס ארויסגעקראכן פון די גמרא פאר א קורצן איבערבליק אויף די וועלט, און ער ברענגט זיך א קליין קאנטעינערל וועדזשטעבל, און פרעגט מיט איידלקייט. איר קענט מיר אריין לייגן מאיאנעיז מיט זאלץ אין מיין וועדזשטעבל סאלאט?

זעהט אויס ער איז אויף א דייעט! עכ”פ דאס ווייב מיינט אזוי…

ווען די בחור’לעך קומען בין הזמנים האלטן ביים טרעקל, אסאך מאל איז עס א עקל, אבער אמאל אויך א ברענגט עס א שמייכל א ברעקל. שטיי איך דעם בין הזמנים, און איך ווארט אויף מיין רייע, און פאר מיר שטייט א בחור’ל הויך עשרה טפחים מיט א קוויטשקעדיגע שטימעלע און שרייט אז מ’זאל אים הערן.

גיט מיר א ווייכע סענדוויטש מיט דריי צעקראכטע אויפגעפרעגלטע אייער און שחוק ביי די לינקע זייט פונעם ראלל אויך לייגטס אריין אביסל זאלץ בערך צוויי סעקונדעס און א קאפי מיט אסאך צוקער, אסאך מילעך און אויך אביסל קאווע…

דער סארווירער בייגט זיך אריבער און פרעגט: אה! דו זאגסט עפעס? וואס זאגסטו?

און דער בחור’ל פארציילט פון אנהייב נאכאמאל די גאנצע מעשה… דער עולם ארום גרימאזט אבער וואס קען מען טוהן? דאס אינגעלע איז הינגעריג און ער איז בארעכטיגט צו מאכן א באשטעלונג.

הכלל מ’האלט שוין דעם זעקעלע מיטן דרייערל אייערל און דאס אינגעלע דערמאנט זיך אז ער מיינט ער דארף נאך עפעס מ’זאל אים לאזן טראכטן… שטיל זאל זיין!!! (דאס זאגט ער נישט, ער קוקט נאר אזוי אויף די שמועסער’ס) און ער פאנגט אן א פרישן ארדער…
מ’גיבט אים מיט הלל’ס געדולד אלע זיינע פארלאנגען און אט קומט דער מינוט ווען ער דארף באצאלן.

דאס זעקעלע פליהט אראפ, די כאלאט טאשן ווערן אויסגעפאקט אויפן קליינעם פענסטער טישל, און מ’זוכט דאס געלט. מ’טרעפט ניקלעך פענני’ס קוואדער’ס מ’שטעלט צוזאמען א קיימא לן פונעם געפאדערטן פרייז און מ’ציילט איבער און איבער, און איך דריי זיך אוועק ביזדערווייל גיין אין דער ארבייט, איך וועל צוריק קומען מארגן ווען דאס בחור’ל וועט שוין פערטיג זיין.

***

איך באמערק אז עס הענגט א זייגערל וואס ארבייט נישט, דאס איז זעהט אויס א טאקטיק צו ווייזן אז דא ביי דעם טרעקל שטעלט זיך צייט אפ, און ס’פאנגט הערשט אן ווייטער צו גיין ווען מ’גייט אוועק פון דא… א גוטע נקודה מיין איך.

די קליינע קינדערלעך ווען זיי לויפן צום באס, שטעלן זיי אפ א וויזיט אמאל צו קויפן “פישקאלאך” איך ווייס נישט וואס דאס איז, אבער עס איז לכאורה אזויווי א ציגרעטל ביי עלטערע ווייל זיי כאפן דאס מיט א מין אדיקציע, און ציילן ארויס דאס געלט וואס זיי האבן פון די חנוכה געלט שיפלאד אפיר גענומען און מ’לויפט כאפן די באס. די געדולדן פלאצן ווען זיי נעמען זיך רעכענען וויפיל זיי קענען קויפן פאר 63 צענט און וויפיל עס בלייבט איבער צו סעיוון פארן קומענדיגן באזוך.

בקיצור, דער פת שחרית אין קרית יואל איז א דערהער וואס איר וועט קיינמאל נישט פארשטיין אויב איר קומט נישט אליינס אריבער אמאל באזוכן.