ווער זענט איר

אין דעם דערפל אינדערהיים ווען א אידעלע איז פארביי געפארן און זיך אומגעקוקט וואו צו גיין, האט ער באמערקט אן איינגעבויגן אידל מיט צוויי פעסער וואסער אויפן אקסל, האט ער אים א שריי געטון: ר’ וואסער טרעגער! און דער איד האט זיך אויסגעדרייט און גלייך געענטפערט צו זיינע פראגען און בלאנדזשערייען.

ווען ער האט געזעהן א אידל מיט הויכע שטיוול און כלי שדה בידו, האט ער געשריגן: פארמער.

ווען ער האט געזעהן א אידל מיט א שיינעם לאנגן ראק און פאטריאכאלישע צורה, האט ער אים גערופן מיט הכנעה: רבי!

ווען ער האט געזעהן א אידל מיט א פאטשיילע אויפן פנים און א בגד ביז דער ערד, האט ער געוואוסט צו שווייגן, דאס איז : א אידענע.

***

היינט אין די יארן פון צוויי טויזנט למספרם, און כמעט זעקס טויזנט למספר בני ישראל, האט זיך צווישן אלע טעכנאלאגישע פראבלעמען, און אלע דורות פאלערייען און וואקסערייען, זיך ארויסגעשטעלט אז מיר שלאגן זיך מיט א מציאות וואס ווי לאנג מיר וועלן עס נישט גרונטליך פארשטיין וועלן מיר זיך האקן איינער דעם צווייטן אין קאפ אן קיין שום באגנוגנדע סיבה.

איך וויל פרובירן מסביר צו זיין כלפי מה דברים אמורים, ויהי רצון שיתקבלו דברי לרצון.

פון חיצוניות’דיגן זין פון ווארט וועט זיין פאר מיר גרינגער אנצוהייבן מסביר זיין וואס איך מיין, וועל איך דעריבער קודם פרובירן אזוי, אבער איך וויל צוקומען צו א פינטעלע פנימיות אויך. לייענט מיט געדולד.

איר קומט היינט אריין אין ביהמ”ד און יעדער גייט אנגעטוהן מיטן הוט און רעקל, יעדער האט א טעלעפאן, יעדער האט א שיינעם טלית בייטל, און יעדער שפאנט די זעלבע שנעל, און די זעלבע פאמעליך, אלס לויטן ריהטם וואס איז פארגעשריבן אין דעם אומבאקאנטן מחזור וואס זעהט אויס יעדער לערנט.

קיינער יאגט זיך נישט ווייל ער וועט הייסן נערוועיז.

קיינער רעגט זיך נישט ווייל ער וועט הייסן גערעגט.

קיינער טיילט נישט איין ווייל ער וועט הייסן א פרומער.

יעדער שמייכלט, ווייל ער איז צו גאט און צו לייט.

יעדער זינגט זיך אינטער ביים דאווענען, ווייל ער האט א געבענטשטע שטימע.

יעדער טיילט דיעות, ווייל אז דער בורא האט אים עס געשאנקען פארוואס זאל ער קארגן.

יעדער וויינט אז די אקאנאמיע איז געפאלן, ווייל דאס איז א סימן אויף עשירות.

יעדער פארשטייט צו תכונות הנפש, ווייל ווער איז דען היינט נישט א פסיכיאלאג.

אין די ארבעט איז יעדער א מענעדזשער, אדער א בעל הבית.

אין ביהמ”ד איז קיינער נישט קיין כבוד זוכער, נאר פרובירן זאל מען אים עס אוועקצונעמען.

לאמיר נישט פארקריכן. עס איז א וועלט וואס יעדער זעהט אויס און פיהרט זיך אויף די זעלבע, ווייל אז דער רבי אדער דיין קען לערנען, פארוואס זאל איך נישט קענען?

און אז דער עסקן פארשטייט צו פאליטיק, איז עפעס א איסור אז איך זאל אויך פארשטיין?

און זאג נאר, ווען עס רעדט זיך פון לעגאלע ענינים שטייט ערגעץ אז א סתם בר בי רב טאר נישט האבן קיין מיינונג? אמער איך לייען דאך דעם צייטונג פונקט ווי ער.

און אזוי גייט עס היינט ביי יעדען ענין אין חיצוניות, ס’איז שוין כמעט נישט דא ווער ס’זאל זיין א מקבל, שומע, תלמיד, וכו’. יעדער איז א משפיע, א מלמד, א און א משמיע, יעדער האט א מיינונג.

נו? וואס איז די פראבלעם? עס איז א עולם התיקון, יעדער פארשטייט, יעדער ווייסט, וואס קען דען בעסער זיין?

דער פראבלעם איז ווען יעדער וויל זיין אלעס, און מער פון דעם איז די פראבלעם אז מ’איז נישט גרייט צו נעמען די קאנסעקווענצן פון “אלעס”.

מ’האט אמאל געטראפן א איד א איש האשכולות, א כרכא דכולי’ בי’, איז ער געוויינליך געווען א איד א תלמיד חכם מיט א האלבע פאלק שונאים, און א האלבן פאלק אוהדים, ער האט געטוהן פאר אידישקייט, אדער פאר אנדערע טעטיגקייטן, און אלס געהאט ווער ס’האט אים מקנא געווען אדער געהאלטן אנדערש וכו’. מ’האט אבער געוואוסט אז סוף טאג איז ער א איד צו וועם מ’קען זיך מעלדן ווען מ’וויל ער זאל עפעס אויספירן, ווייל ער וועט זיך נישט מונע זיין צוליב וואס מ’וועט זאגן.

עס זענען נאך אלס דא ב”ה אזוינע אידן, און לא אלמן ישראל, עס איז נאך דא פון אלע פיינע סארטן, עס וואלגערן זיך טאקע תלמידי חכמים, און עסקנים, פסיכיאלאגן וכו’.

אבער איר הערט מיין נקודה??? איר מוזט באשליסן וואס איר זענט!

איר קענט נישט נעמען א שטעלונג אין יעדן ענין מיטן זעלבן זיכערקייט.

איר קענט נישט ענטפערן יא און ניין צו די זעלבע פראגע, געוואנדן אינעם אוידיענץ.

איר קענט נישט נעמען א פעסטן שטעלונג מיט א “אפשר”.

האט איר א מיינונג? דאן זאגט עס קלאר! און זייט אויסגעשטעלט צום פאקט אז א צווייטער קען האבן א אנדערן מיינונג, און עס איז נישט געפערליך.

אויב האט איר א כבוד וואס קען נישט פארנעמען דעם פאקט, “דאן האט נישט קיין מיינונג”. שטייט אין די זייט און שמייכלט צו צו וואס יעדער זאגט, און עס וועט אייך גארנישט פעלן.

העי איך שריי נישט, אבער איך בין שטארק אויסן מסביר צו זיין קלארער וואס איך מיין. און לאמיר נוצן א משל.

עס הייבט זיך אן א שמועס, מ’רעדט פון א נושא אין ביהמ”ד אין א לאקאלן געגנט ביהמ”ד, וואו דער ראש הקהל און דער גבאי קומען זיך נישט געהעריג אויס. ביים טיש זיצן 6 אידן מתפללי ביהמ”ד, צוויי וואס זענען גאר שטארק פארמישט אינעם מחלוקה נעבעך, און צוויי וועלכע זענען שוין מתפללים יארן לאנג, און נאך צוויי וועלכע זענען נארוואס געקומען דא דאווענען.

איך וויל נישט פארציילן (פאבריצירן) א גאנצע שמועס, ווייל ס’איז כלל נישט לתועלת, אבער ביי די ענדע פון אזא שמועס, אין סיי וועלכע דירעקציע, און סיי וועלכע לשונות עס זאלן זיך נישט דארט יאווענען, וועט זיך ארויס שטעלן א גאר אינטערסאנטער מציאות.

אנהייב שמועס איז דא 6 מיינונגען. 2 בארעכטיגטע, נאך 2 אומבארעכטיגטע און נאך 2 וואס ווייסן ניטאמאל וואס די טעמע איז.

אינמיטן די שמועס ווערט עס שוין פארוואנדלט אין צוויי צדדים, און מ’ווארט צו זעהן ווער עס וועט געווינען דעם קאמף.

ביים סוף פונעם שמועס איז דא 5 קריטישע מינוטן וואס יעדער איז מסביר פארוואס ער האלט טאקע ווי יעדן נאר נישט דאס האט ער געמיינט צו זאגן און מ’ענדיגט ביי…. איין מיינונג.

א מינוט נאכן זיך פינאנדערשיידן ווען יעדער גייט צו זיין נעקסטן מקבל, הערט איר א מיינונג וואס יענער וועט איבערדערציילן וואס אינעם שמועס בעצם האט ער כלל נישט ארויסגעברענגט, אויס מורא אז איינער וועט נישט האלטן פון אים.

– איך וויל קלאר שטעלן, אז ווען איך זאג “יעדער” אדער “אלעס” איז אלס דא א יוצא מן הכלל, און אודאי זוכט נישט יעדער שיינער איד צו געפעלן פאר עפעס א אורחי פורחי, אא”וו כל אחד בדרגא דילי’. פונקט אזוי ווי ווען ס’קומט צו קנאה ח”ו איז יעדער נאר געשלאגן אין מקנא זיין דעם וועלכען ס’איז עוסק אין זיין עסק, און מ’זעהט נישט אז דער דימאנטן האנדלער זאל זיך מתקנא זיין אין א ריעל עסטעיט האנדלער, ער קוקט עס אן ווי דאס פארלאנג מען נישט פון אים, און ער מוז דאס נישט דעקן. אבער איין מינוט, איז דאס נישט א חלק פון וואס אונזער שמועס באציהט זיך איצט?-

פארוואס זאל מיין מיינונג אייביג דארפן געפעלן פאר יעדן? פארוואס פאר איך זאג עפעס מוז איך טראכטן וואס אנדערע וועלן זאגן? איז נישט צייט אז א איד זאל קענען זאגן וואס ער מיינט, און וואס ער טראכט (פארשטייט זיך נאר וואס מ’מעג) און נישט דארפן האלטן גלייך מיט יעדן?

ווען איך זאל ווען היינט קענען מאלן, און איך דארף ווען אראפמאלן א ציור פונעם דור אין דעם ענין, וואלט עס געווען א ריזיגער טיעפער וואסער ווי יעדער איז אינעווייניג ביזן מויל און האלט זיך דעם אטעם. עס איז ממש נישטא קיין מקום להתגדר, מ’מוז “אלעמאל” אין יעדן פאל “ביי יעדן” געפעלן.

לאמיך צוקומען צום סיכום.

עס איז א פראבלעם וואס איז נישט נאר דא ביי אונז, עס איז אסאך שטערקער אין די גאס, עס דערקענט זיך אין ביזנעס, אין פאליטיק, און אין יעדן ווינקל. איר שטעלט היינט אפ א היימלאזן פארשוין, (רעד איך אויך נאר פון די וואס קענען רעדן און האבן נאך ציין) וועט ער אייך זאגן א מיינונג אויף די רעגירונג.

איר גייט ח”ו אין שפיטאל אין ברוקלין אדער ביי די סאציאלע אפטיילונג פון די גאווערמענט הילף און איר הערט די נידריגע פעלקער שמועסן צווישן זיך, און ס’קומט אייך א שמייכל ווי זיי קייען געפרעגלטע בהמה מיט געבראטענע קארטאפל און מיט שפייעכץ מסביר זייער מיינונג אויפן פרעזידענט.

העי ס’קומט מיר אויך צו לאכן, און איך שטעל זיך ח”ו נישט צוזאם מיט זייער קורצקעפיגקייט, אבער איז נישטא אמאל ווען אויף סאך א העכערן שטאק שפילט זיך אפ דאס זעלבע ביי אונז?

פארוואס קענען מיר נישט לאזן דעם מבין אויסרעדן ווען ס’זיין רייע, אזוי ארום וועט מען אונז לאזן אויסרעדן ווען ס’איז אונזער רייע.

די נקודה איז אזוי: עס וועט קיינמאל נישט בעסער ווערן אפשר, אבער ס’איז כדי אמאל צו באקוקן די זאך פון א שטאנדפונקט פון אינדרויסן פון שאכטל, און זעהן פארוואס ווען עס קומט אמאל אז מ’רעדט אין א נושא, קען מען נישט קומען צו קיין טאלק. עס איז פשוט, ע”פ רוב איז זייער שווער זיך צו האלטן אויף איין מיינונג ווען מ’ווייסט נאך נישט וואס דער צווייטער וועט זאגן, קומט אויס אז צו זיין דער ערשטער אין נעמען א שטעלונג איז זייער שווער, אדער דארף מען עס טוהן אזוי גוט צו קענען אלס טרעפן א וועג ארויס.

וויפיל אזייגער איז?

1. די בעסטע תירוץ איז: איך ווייס נישט.

2. אויב זענט איר א ריסק טאלערירער: 2:30 (פארשטייט זיך ווען דאס איז דער זייגער)

3. אויב ווילט איר נעמען א מיינונג אן קיין ריסק: פריער ווען איך האב געקוקט איז געווען בערך צווישן 2 און 2:30 אבער איך נעם נישט קיין שטעלונג…

איך האף איר פארשטייט. (און אויב נישט, איז עס אויך נאר “אייער” מיינונג…”)