והנה חלום

איך ליג אין בעט און איך ווארט ס’זאל שוין טאג ווערן, עס ווארט מיר אפאר דאללער צו פארדינען מארגן, עס איז דאך דאנערשטאג ווען דער טשעקל קומט אן, כאטש ער דעקט גאר א קליין חלק פון מיינע רצוניות, אבער ער דעקט עכ”פ עפעס.
און אזוי טראכטנדיג ווען וועט שוין זיין מארגן? בין איך אומווילנדיג איינגעשלאפן און זיך דערזעהן ווייט אין א פארווארפן שטעטל בארא פארק! און אין חלום שטיי איך אינמיטן א רוישיגן גאס, איך דערקען נישט די גאס, ווייל איך מיט באראפארק איז אזוי ווי איר זענט באהאוונט אין קאנארסי. די איינציגע ראיה וואס איך האב געהאט אז ס’איז טאקע בארא פארק איז געווען ווייל עס איז נישטא דארט ווי צו פארקן!
איך שפאציר אזוי צום קארנער פון די בלאק איך וויל זעהן ווי איך בין און לויט ווי די סיין’ס זאגן בין איך ערגעץ אויף 13טע עוועניו – איך וויל אייך נישט זאגן פינקטליך וועלכע סטריט ווייל באלד וועט נאך אן אויבערכאכעם מגיב זיין אז ער האט מיך נישט געזעהן דארט – און אזוי דריי איך זיך ארום ווי א פארלוירענע ראזשינקע אויפן גאס, נישט וויסנדיג וועלכע ווינט האט מיך אהער געבלאזן, און על מה ולמה בין איך בכלל דא.
עס גייט דורך אפאר מינוטן און מיינע אויגן באגעגענען זיך מיט בליקן פון א אידל ברייט צולאזט און צושלאבערט מיט א בארד איינגעווייקט אין זאלץ וואסער, און פיאות צוקלעבט און צושטרויבלט, און ער קוקט אזוי אויף מיר מיט ווילד פרעמדע בליקן און איך פרוביר זיך צו מאכן ווי איך באמערק אים נישט, און איך קוק אוועק, אבער ער קוקט ווייטער, איך באשלוס אז איך קוק דירעקט צוריק, און זאל ער ווערן אומאיינגענעם, אבער ער קוקט ווייטער כאילו לא הי’.
איך קום נענטער און איך וויל דעם איד א פרק אין דרך ארץ לערנען, זעה איך אינטערסאנט אז ער איז ניטעמאל ווי אמענטש אנגעטון, ער דרייט זיך מיט א נאכט העמד -ס’איז געווען פידזשאמעס, נאר ס’פאסט נישט אזוי צו זאגן- און א קאטענעם ציצה פארווארפן אויפן אקסל, און אין די האנט האלט ער א קושן כאילו ער זוכט ווי צו שלאפן דא אויף די 13טע גאס.
איך קען זיך נישט איינהאלטן איך לויף צו מיט איין אימפעט און איך זאג: ר’ איד! אפשר קען איך אייך העלפן?
אין דער צייט אבזערוויר איך ווי דער עולם אויף די גאס באמערקט ניטעמאל אז ער איז עפעס פאנני, קיינער קוקט נישט קיינער בליקט נישט…. זייער נישט נארמאל.
דער איד דרייט זיך אויס צו מיר און רופט זיך אן מיט א פארשלאפענעם קול: אירך ביאיאין דאאאאא פאאארלוירעעען! און ער גיט א פארדריי די ליפן און א טיעפן שלונג, ווי איינער וואס כאפט זיך די שפייעכטץ א סעקונדע פארן עס פארלירן….
איך פרעג אים איבער זאגט מיר נאר, זוכט איר איימיצן?
קוקט ער מיך אן מיט שטרענגערע אבער לאנגזאם אויף סלאו מאושען בליקן: נאאאיין! איאיאיאיך ביאיאייאן פארלוירן…
פרעג איך: ווי ווילט איר גיין?
ענטפערט ער מיר: (ווייטער אזוי שטאט ווי אויבן, איך וועל אייך נאר נישט משוגע מאכן) איך קען שוין נישט גיין יעצט אין קיין ערגעץ איך שטיי שוין באלד אויף, אבער אז די ווילסט קען מיר זיך טרעפן א צווייטע נאכט.

והנה חלום

איך האב מיך דערוועקט פון חלום.

וואונדער איך זיך מורא’דיג ווי קומט דאס אז צוויי מענטשן זאלן זיך באגעגענען אין זעלבן חלום? און אויב זענט איר דאס געווען און איר האט מיך דארט געזעהן, זאגט נישט אויס פאר קיינעם ווער איך בין!!!

א לימוד איבערן שאך ברעטל

שלום עליכם אייך מיינע טייערע פריינט. וואס זאל איך אייך זאגן, עס איז געווען שווערע ניין טעג, ריכטיג געקלאגט אויפן חורבן. יעדער האט זיך זיינע נסיונות אין די טרויעריגע טעג. אזוינע וואס די וועש וואשן באנעמט זיי, און אזוינע זענען דא וואס די מוזיק איז עפעס וואס זיי קענען נישט דעראן לעבן, און ווידעראום די וואס די פליישיגע סאפפער’ס זענען ממש א אפקומעניש צו דערווארטן. וכו’, וכו’. אבער פאר מיר איז דאס אלעס א שפילעכל קעגן דעם נסיון פון אריינטייפן א גוטע מעשה’לע אויף אייוועלט. יויש האב איך געלעכצט, אוי האב איך געקוקט אויף דעם קיעבארד און אמאל זיך פארגלאצט אויפן צדיקל און אמאל אויפן ענדע פא, איך האב שוין אליינס נישט געוואוסט וואס איך וויל שרייבן, אבער עפעס שרייבן…

עכ”פ עס זענען פארביי די ניין טרויער טעג, און ביי מיר איז דא א פאק מיט סחורה, וואס ווערט פארשימלט מיט די צייט, איך ווייס נישט ווי אונצוהייבן…. האט איר אויך געהאט אזוינע שווערע טעג ווי איך? איז אייך אויך שווער געווען דער תשעה באב אן דעם קאמפיוטער? אדער האט איר זיך פשוט נישט געקענט צוריקהאלטן און געהעריג אנגעגאנגען מחמת דבר האבוד?.. לאמיר זיך אויסשמועסן!

צוריק צו מיין געשיכטעלע:

אזוי ווי יעדן תשעה באב פלאניר איך וואס צו טון מיט די 8 שעה וואס מ’קען נישט: נישט עסן! נישט טרינקען! נישט שלאפן! (פאר די וואס ווייסן די רעזולטאטן פון א שלאף אין א תענית איז עס קיין קשיא נישט) נישט לערנען! נישט שפאצירן! נישט פרייען! וכו’, בין איך דאס יאר אויפגעקומען מען וועט שפילן שאך!!! געוואלדיג!!! די מעלות פונעם שאך זענען באקאנט, עס האט נישט קיינע פון די אויבנדערמאנטע פעלערן, און עס נעמט דעם קאפ אביסל מחשבה. שוין! די בעסטע עצה, און איך דארף נאר טרעפן מיט וועם צו שפילן… איז א פראבלעם, מיין ווייב קען ניטעמאל טשעקער’ס מיינע קינדער וויל איך דאך איינרעדן אז איך לערן תשעה באב מסכת שבת די דפים וואס מ’מעג יא, און מיינע גוטע פריינט ווייסן ווי גוט איך קען שאך זוכן זיי זיך איינעם וואס קען יא… נו! וואס טוט מען?

בליצט מיר אויף א געדאנק! איך וועל שפילן מיט מיר אליינס! ווער זאגט אז אין יעדע מלחמה מוז זיין צוויי זייטן? עס וועט זיין איך קעגן מיר אליינס, א שטייגער ווי מיינע אפטע שמועסן וואס איך כאפ צו מיר אליינס. און קיינער וועט נישט וויסן צו איך האב פארלוירן אדער געווינען, און אויב איך וועל באשלוסן אז איך האב שוין גענוג געליטן וועל איך צוווארפן דעם שאך ברעטל און נישט כאפן קיין באטל אין קאפ דערפאר… א אייזענער פלאן.

זעץ איך מיך צום שאך ברעטל, און נעם ארויס די שטיקער, איך פאנג אן צו לייגן ווייס אויף איין זייט און שווארץ אויף די צווייטע, און אט כאפ איך זיך: ווער זאגט אז מיין קעגנער איז צופרידן פון דעם קאליר, אפשר ווען איך לאז אים ווען רעדן וואלט ער קלאר געזאגט ער וויל זיין ווייס, נישט שווארץ? שוין גיי קריג זיך! בפרט מיט איינעם וואס קען זיך נישט אליינס דיפענדן, עס פילט עפעס נישט גוט צו טון, מילא גיב איך נאך און איך טויש זייטן… איין מינוט! איך בין נישט זיכער אז דאס איז וואס ער וויל און די איינציגע וועג צו וויסן, איז זיך אריינצולייגן אין זין מצב און זעהן וואס וואלט איך ווען געוואלט? שטייט דאך ואהבת לריעך כמוך, איך זיץ און איך בין זיך מתבונן, אז לכאורה וואלט איך ווען געוואלט זיין ווייס, והא ראי’ איך האב אזוי אנגעהויבן, מילא גיב איך אים דעם כבוד, והנה מ’גייט שפילן.

מיין קאפ טוט מיר אביסל וויי און איך קוק אן דעם שאך ברעטל אנדערש ווי אין א זאטן טאג, איך זעה מיך פלוצלינג שפאצירן צווישן די פויערלעך. . . איך בין טיעף פארקלערט אין א מצב פון סאבקאנטשעסנעס, און איך זעה א דמיון. איך שפאציר אזוי ארום און מיינע טריט גייען אויף שווארץ און רויטע ריזיגע קעסטלעך, עס נעמט מיר א מינוט אדער צוויי אנצוקומען פון איין קעסטל צום צווייטן, און אויף יעדן קעסטל שטייט א פויערל. וואס דארף איך אייך דען מסביר זיין? א פויערל מיט אלע מפרשים, א רוסישע קוטשמע, א דזשעקעט פון פעל, און שטיוול ביז די קניען, מיט צוזאם געלייגטע הענט שטייען זיי יעדער אויף זיין באקסל און ווארטן אויף באפעלן…

איך הער עפעס… שששש…. מען רופט אויס א דרינגענדע אסיפה. איך האלט מיך שטיל. איך וויל הערן. איך דריי זיך ארום און איך זעה אינטער מיר שטייט הער לויפער מיט הער טורעם, און שיקן זיך בריוועלעך וואס קיינער קען נישט פארשטיין. דער פערדל לעבן זיי קוקט אריין ווי א פערדל אבער פארשטייט נישט קיין ווארט, איך פארשטיי פארוואס מ’האט אים געגעבן דעם ניק פערדל… און די שאך מיט די שעכין זיצן אינדערמיט און פירן אן די גאר וויכטיגע אסיפה:

שאך: מיינע טייערע קאלעגן סאלדאטן פויערן, לויפער’ס טורעם’ס, און אלע אינטערטאנען! ווי איר ווייסט זענען מיר אין א עת מלחמה, און עס איז אנגעקומען א ידיעה אז דער ווייסער שונא האט זיך אריענטירט נישט ווייט פון אונזערע גרעניצן מיט א ריזיגן מיליטער. די פויערן וואס שטייען אויפן פראנט זאגן אז מ’זעהט נאך גארנישט ביזדערווייל, ווייל סך הכל קענען מיר זעהן 2 באקסעס ארום אונז, אבער לויט וויאזוי מיר אלע האבן זיך געטראפן היינט אויסגעשטעלט אנשטאט צו ליגן אין א פארמאכטן שאכטל צוזאם געווארפן ווייס מיט שווארץ זענען מיר אלע אויף עקסטערע באקסלעך, זאגן אונזערע מבינים אז אינדערהיים האט דאס געמיינט א שעת מלחמה, און דאס איז א טאקטיק פונעם שונא, ער שטעלט אונז אויף שיין כדי אונז אומצוווארפן, און צום סוף זיך צו נעמען צום קעניגרייך די שאך און שעכין.

מי לשאך אלי? ווער איז גרייט? ווער איז שנה ראשונה? ווער האט א נייע דירה? ווער האט געזינדיגט? וכו’ און די איבריגע זאלן זיך שטעלן צום מיליטער, עס איז א שעת חירום, מען שטעלט יעדן צום מיליטער…

עס איז שא שטיל… די פויערלעך זאגן נישט קיין ווארט! די פערדלעך לויפער’ס און טורעם’ס ווייזן גאר א שטארקען גרייטקייט, און זיי דרוקן אויס שטארקע מיטארבעט מיטן קעניגרייך.

אט שטעלט זיך אויף די קריגס מיניסטערן די שעכין, און פאנגט אן צו טון צו דער זאך: זי רופט אויס נעמען און פרעגט צו מ’איז אויפן פאזיציע, און יעדער ענטפערט יא! זי פרעגט ווייטער צו ווייסטו פויערל וואס די דארפסט טון? יא! זאגט ער, איך קען גיין א גאנץ באקסל צו אטאקירן דעם שונא. זייער פיין, און די פערדל? יא! איך קען גיין איינס גראד און איינס קרום, און אטאקירן די שונא! און די טורעם’ל וכו’. וכו’. אבער רופט אויס די שעכין מיט פארזיכטיגקייט, איר דארפט געדענקען אז דער שונא קען אויך אזוי אונז אטאקירן, און זייער פערדל קען פונקט ווי אונזער עס איז נאר א חילוק אין קאלירן, די זעלבע מיט זייער פויערל וכו’.

איך שטיי און איך שטוין! איך האב געמיינט אז איך פיר דא דעם שאך ברעטל און ביזדערווייל זעהט עס עפעס אויס ווי זיי פארשטייען זיך אליינס. . . חידושים!!!

די אסיפה איז געשלאסן, מען פאנגט אן צו הערן אביסל גערודער, יעדער שמועסט מיטן שכן, איבער עצות און טאקטיקן, איך הער אפילו ווי איין פויערל זאגט פארן צווייטן איך ראט דיך צו קויפן אנדערע שטיוול, אין מלחמה איז וויכטיג צו זיין גוט באפעלצט, איך זעה ווי דער טורעם מיטן לויפער קריגן זיך איבער פלאצירן דעם שאך אויף אן אופן וואס קען זיין בעסער צום געווינען, און די לויפער’ס מעסטן זייערע סניקער’ס צו זיי זענען גרייט צום לויפן.

אלעס איז גרייט…. מ’ווארט…. אויף וועם? …. אה איך האב פארגעסן, איך בין דאך דא פאר א סיבה, איך מוז רוקן די שטיקעלעך אז ס’זאל דא עפעס ווערן. און איך גיב א רוק פאראויס דעם שווארצן פויערל פון דער מיטן, און דערנאך רוק איך נאך איינעם פון דער זייט, איך געדענק דאך אז איך מעג דאס טון לויט די רולס פונעם געים. איך זיץ און ווארט מיין אפאונענט זאל מאכן א מאוו. אה איך דערמאן זיך איך קאנטראליר דאך דא דעם ברעטל, נעם איך דעם ווייסן און איך רוק צוויי פון די זייט וואס איך קלער מיין אפאונענט וואלט ווען געטון אין מיין צייט.

ביזדערווייל טרעף איך מיך שפאצירן צוריק אויפן ברעטל און איך הער א ברום מיט א העפטיגע טענה’ריי, די פויערלעך זענען אויפגעברויזט אויף זייער קאלעגע פארן מאכן א מאווו אן קיין רשות פון די שאך אדער שעכין, און עס ווערט גערופן א אויסערארדנטליכע וויכטיגע כינוס כללי, ווי אלע שטייען און שפיצן אן די אויערן צו הערן וואס האט הער שאך צו זאגן. און דער שאך בכבודו ובעצמו הייבט אויף א באסאווע שטימע פיל מיט זעלבסטווירדע און אויטאריטעט, און ער שרייט אז עס איז אומדערהערט אזא זאך אז א פויערל זאל זיך אליינס נעמען די מאכט אין די הענט. בשום אופן וועט מען דאס נישט טאלערירן

איך בין צוריק אין די לופטן, איך שפיר ווי איך קאנטראליר דעם ברעטל ווייטער, און איך מאך דעם נעקסטן מאוו, נאך א פויערל ווערט גערוקט פון שווארץ צו רויט, און דער לויפער שטייט יעצט אן קיין פראטעקציע, עס איז א געפערליכע מאוו פאר אים אבער וואס פארשטייט ער, היינט אז איך האלט שוין מיט אביסל וואס טוט זיך אפ אויפן שלאכט פעלד, איז מיר גרינגער צו פארשטיין דעם אויפברויז, אבער איך בין דאך דער משגיח מן החרכים, און איך ווייס דאך אז אלעס וואס איך טוה איז לטובת די מלוכה, איך האב מיר מיינע פלענער, און איך ווייס דאך אויך וואס דער שונא גייט טון ווייל איך אליינס טוה עס… נו וועט זיך דער לויפער’ל בייזערן אפאר מינוט ביז ער וועט איינזעהן אז יש מנהיג לבירה…

איך הער קולות, איך קוק זיך אום… אה איך שטיי ווייטער אויף א רויט קעסטל, דאס מיינט איך בין צוריק אויפן ברעטל און זעה וואס טוט זיך פון די נאענט, איך האב קיינמאל נישט געואוסט אז הער לויפער האט אזא קוויטשעדיגע שטימע, ער בורזשעט אז עס גייט א רויך, ער ווייזט אן אויף זיין ליידיגען פויערל קעסטל וואס לאזט אים אפן פאר א קויל פונעם שונא’ס לויפערל און ווער ווייסט וואס נאך בייזע רוחות קענען אים יעצט זעהן.

איי לויפערל לויפערל ווען איך קען ווען מיט דיר א שמועס כאפן וואלט איך דיר מסביר געווען מיינע פלענער, אבער וואס זאל איך טון אז די מיט מיר קענען שווער שמועסן, די וועסט טויב ווערן פון הערן א מענטשליך קול, בלייבט מיר נאר איבער צו לאזן דיך צוזיך קומען, און דיר ווייזן וואס איך קען.

איך בין צוריק אין קאנטראל און איך רוק דעם שונא א טריט, און גיי צוריק צום שלאכט פעלד, איך הער שוין א גערודער, דער שאך איז אויפגעברויזט און ער פארלאנגט מען זאל ארויס שיקן אלע פויערלעך אויפן פעלד און איינשפאנען די פערדלעך, נאר זיי קענען העלפן אין דעם עת צרה. די פערדלעך האבן נארוואס געענדיגט עסן שטרוי, און זענען פולקאם גרייט צו נעמען ערנסטע שריט.

איך ציה זיך צוריק, און קאנטראליר אביסל ווייטער, אבער דעם פארשלאג פונעם פערדל האב איך נאך נישט אנגענומען, און אלס דער משגיח מן החלונות ווייס איך דאך בעסער פון די קליינע דומם’לעך וואס זעהען נאר א באקסל אוועק, און איך נעם דעם לויפער און פיר אים אין א געיעג, אז ער ווייסט נישט וואס האט אים באטראפן.

איך דארף דאך אייך נישט פארציילן, איר ווייסט דאך אליינס אז איך טרעף מיך ווידער שפאצירן אויף די רויט און שווארצע קעסטלעך און איך האלט ווייטער מיט די בהלה. עכ”פ אזוי האט אנגעהאלטן מיין שפיל ביז איך האב געווינען, און די שווארצע האבן געפייערט זיג און זיך צוזאם געזעצט זעהן ווי זיי זענען אזוי גוט אנגעקומען צו מאכן א שאך מאט פארן שונא אזוי שנעל.

דער שאך האט גענומען פול קרעדיט. די שעכין האט געטענה’ט אז ווען נישט איר שכל הישר, וואלט מען אלעס פארלוירן, דער לויפער האט געזאגט אז זיין פלינקייט האט קלאר אסאך צוגעגעבן צום געווינס, און די פערדלעך האבן זיך צוריק געזעצט רואיג עסן, ווארטנדיג פאר די נעקסטע באפעלן.

און איך נעם דעם גאנצן שאך ברעטל און איך פאק עס צוזאם און איך גיי דאווענען מנחה…

אזוי גייענדיג פארפאסט און פארמוטשעט פון די מלחמה, שפאצירנדיג אינטער דעם הערליכן וועטער, קומט מיר ארויף א לימוד עד להפליא:

איך קוק ארויף און איך זעה מיך אויף א שאך ברעטל, איך שפאציר דאווענען, און איך רעד מיך איין אז איך טוה דאס ווייל איך וויל דאס, און איך פארגעס אז איינער האלט מיך אן ביים גענאק און פירט מיך פון קעסטל צו קעסטל

אט קומט צו מיר א יודל ער וויל איך זאל אינטערשרייבן ערבות אויף א שטר, איך קען אים איך ווייס איך וויל אים העלפן, אבער זאל איך יא זאל איך נישט איך וועג אפ די אפציע’ס, איך דערמאן זיך ווארט א מינוט, איך בין דאך נאר א פויערל אויפן שאך ברעטל (קלאר נישט קיין פערדל ווייל איך וואק א סטרעיט ליין)

אין ביהמ”ד איך ווייס נישט וועלכע מנין צו כאפן, איך זוך צו געווינען אדער פארלירן צייט, איך ווייס נישט וואס איז וויכטיגער איך באשלוס איך זעץ מיך אראפ אויף א פלאץ און אוי וויי די מחשבה’לע באגלייט מיר, די מיינסט אז די האסט געמאכט א מאוו זאלצי? מען האט דיך פון אויבן געהאלטן ביים קאריק און אראפגעזעצט.

איך קום אהיים און זי האט נישט אנגעגרייט די סאפפער וואס יאך האב געוואלט, און איך וויל מיך בייזערן… און ווידער הער איך א קול: זאלצי!!! די פארשטייסט נישט אלעס לאז דעם שפיעלער שפילן, די ביסט נאר א פויערל אויפן ברעטל.

איך באקום א טעלעפאן קאל פון מיינס א ביזנעס ידיד, און פארציילט מיר מיט גרויס שמחה, אז מיר האבן געכאפט א העכטל און א דיעל איז אריבער מיט שיינע פראפיטן (ב”ה) און אונז פאנג מיר אן צו לעקן די פינגער’ס ווער עס איז באמת צום פארדאנקען אויף דעם געניאלן געלונגענעם דיעל, איך נעם קרעדיט ער נעמט קרעדיט וכו’. זאלצי זאלצי הער איך א קול: די האסט פארגעסן!!! די ביסט נאר א פויערל אויפן ברעטל…

בקיצור! איך האב מער קיין פרעשור נישט! איך פיר נישט די וועלט! איך בין א פויערל אויפן ברעטל! און איך פריי זיך מיט יעדן מאוו וואס דער גאר הויכגעשעצטער שפילער לאזט מיך מיטשפילן, און איך בין נאר דא אז ער זאל געווינען… וואס ער טוט סיי ווי ווייל ער שפילט אלע זייטן, גארנישט רוקט זיך נישט אן אים…

איך ווייס אז איך בין נישט דער מוסר זאגער אויף אייוועלט אבער אמאל אז עס פאלט מיר איין א מחשבה’לע מוז איך עס מיט אייך מיטטיילן. נישט אזוי?

רעדנדיג צו מיר אליינס

איך האב געהאט א אינטערסאנטע מעשה!
איך האב מיך אינטערגעהערט א שמועס!
וועט איר דאך פרעגן, היתכן? אינטערהערן א שמועס? און נאך מאכן צימעס דערפון?
וואס טוט זיך וועגן אונטערהערן זיך אליינס?
וואס הייסט וואס? דער חפץ חיים זאגט דאך אז לשה”ר אויף זיך אליינס איז אויך א חטא!
נע טרייבט נישט איבער, איך רעד נישט לשה”ר איך פארצייל א מאמר בשם “אומרו”…

הער איך אזא שמועס:
זאלץ: וואס איז די מעשה אז די האסט אויפגעהערט צו שרייבן אויף אייוועלט לעצטנס? די ווייסט דאך יא דעם אמת צופיל בעסער’ס וואס צו טון האסטו נישט, נו וואס איז די מעשה?
זאלץ: איך וועל דיר זאגן איך בין געווען ביי א שיעור און געהערט אז אויף די ניין טעג איז בעסער צו זיין ממעט בשמחה, און אזוי ווי די ווייסט איז דאך ביי מיר שרייבן א שמחה, און פיעל מאל איז עס ביי מיינע לייענער’ס אויך א שמחה, נו ווי מעג מען עובר זיין אויף א בפירוש’ן שו”ע?
זאלץ: די האסט אריינגעקלערט אין די ווערטער ממעטין בשמחה? דו פארשטייסט אז ממעטין מיינט מאכן ווייניגער? פארמינערן? נישט עלימינירן!!! מ’דארף זיך נישט ווארפן אין מרה שחורה! דאס האט דאך טיטוס געוואלט, מ’זאל זיך דרייען מיט מרה שחורה אלעמאל…
זאלץ: די זאגסט נישט שלעכט! איך געדענק נאך ווען דיין מאמע פלעגט עדות זאגן אויף דיין חכמה, נו וואס קלערסטו? זאל איך צוריק נעמען די פעדער?
(דא האבן זיי באמערקט אז איך הער זיך אונטער און אנגעהויבן רעדן שטילער… אבער פון די קערפערליכע רודערייען האב איך פארשטאנען אביסל ווייטער, און זיך געמאכט ווי איך שפאציר נאר דורך רואיגערהייט, איך האב אריינגעקוקט אין א ספר… ביז איך האב געכאפט אז עס איז פאנני מיך צו זעהן חלומ’ן אין א ספר, האב איך זיך געמאכט סתם תמימות’דיג קוקן אויף מיין בלעקבערי. דאס האט שוין געמאכט מער סענס)
זאלץ: איך מיין אז יא! די קענסט נישט לאזן אזוי דורכגיין די וואך פאר דריי טעמים
זאלץ: (ארויסנעמענדיג א פעדער אפצושרייבן די טעמים) לאמיר הערן די טעמים.
זאלץ: 1 די קענסט עס נישט טון פאר דיין פעדער, עס וועט שטארבן פאר הונגער, א בחינה פון פיקוח פעדער.
2. די קענסט עס נישט טון פאר דיין ווייב און קינדער וואס ליידן זיך צוזאם ווייל די האסט נישט חיונה פון דיין איטענטשן וואס די באקומסט ווען די שרייבסט, און די ווייסט דאך דיין לעוול פון עי די די.
3. די קענסט עס נישט טון פארן ציבור וואס לעכצט צו הערן דעם אמת’ן דעת תורה.
זאלץ: די זאגסט עפעס, אבער איך האב דאך א פראבלעם מיט דעם. וואס זאל איך שרייבן? זאל איך שרייבן סתם פאר פייער און פאר וואסער ווי איך טו געוויינליך, וועט דאך דאס זיין ליצנות אין די ניין טעג. זאל איך שרייבן איבער א נושא וואס איז מער נוטה צו רוחניות וועט דאך די ליצנות זיין פיל גרעסער. סתם אזוי שרייבן לשה”ר קען מען דאך אויך נישט בפרט אויף איי וועלט. נו וואס זאל איך טון?
זאלץ: איך האב אן עצה! שרייב אפ אונזער יעצטיגן שמועס און איך מיין אז פאר נאו וועט דאס קלעקן צו האלטן דיין פעדער לעבעדיג, און די קינדערלעך אינדערהיים ביים חיות, מיט כל הקהל הקודש עטוואס צופרידן.
וכך הוה….

(לאזט מיך נישט טרוקענען דא. לייגטס אן תגובות! איך האב א קאנדישן וואס פארלאנגט עס… (ווי איר זעהט אינעם תוכן)

מען פארט שוין באלד אהיים – ניו העמפשיר

שוין נענטער ווי ווייטער….
מ’פאנגט שוין אן צוריק צו לייגן זאכן וואס מ’וועט לכאורה שוין נישט נוצן דא אין ניו העמפשיר גראד אין לאגידזש…
מ’וואשט שוין נישט קיין שמוציגע וועש ביים טייך ווייל ס’האט צייט אינדערהיים…
מ’קויפט שוין נישט וואסער באטלעך באלק 30 אויף אמאל…
מ’ווערט שוין אנגעצויגן אז מ’דארף שוין ווייטער פאקן…

און די פאני זאך איז אז אלס פאר איך פאר אהיים פון א וואקאציע פאנג איך אן צו שפירן א געפערליכען דראנג צו בלייבן… ווי עס ווענדט זיך ווען אין מיר…
וואס איז פשט דערפון ווייס איך נישט.

נ אכן פארברענגען אויף וואקאציע אזוינע שיינע טעג

י עצט דארף איך מיך גרייטן צוריק אויף דעם בארינג וועג

ו ויפיל איך זאל נאר וועלן קאמפלעינען וועל איך מיך דאך בענקן צוריק דערצו

ה יץ, קעלט, פליגן, בינען, ועוד, וואס א חילוק ס’איז טשענדזש אף סינערי

ע סן קאלט’ס, שלאפן מיט מאלד’ס, אבי ס’איז נישט אין ניו יארק

מ יד און ערשעפט, קוים זיך דערשלעפט, און יעצט קומט “בעק טו ווארק”

פ ון פארן נאכאמאל קען איך נישט טראכטן, אבער זיין דארט איז נישט אזוי שלעכט

ש טעלט אייך פאר ווען מ’קען דארט אנקומען אן פארן טעג און נעכט

י עדן טאג גיין אויף אויספלוגן, און מיט די ווייב זיך אויסקרוגן

ר עד איך מיך איין אז נעקסטע יאר וועל איך איר שוין איבערקלוגן…

א דאנק אייך אלע פארן מיטהאלטן די נסיעה’לע. איי וויל טעיק קוועשטאן’ס נאו…

אומגעבעטענע טובות

האט איר שוין אמאל געהערט דעם אויסדרוק? טוה מיר נישט קיין אומגעבעטענע טובות!!!
איך האב עס שוין געהערט און אסאך מאל “געוואלט” נוצן… נאר געוואלט, איך וואלט געוואלט וועלן זאגן אז גענוצט, אבער לדאבון לבי, נאר געוואלט, און דא איז וואס האט פאסירט ביי די עפיזאדן ווי איך וואלט עס ווען געוואלט האבן גענוצט.

עפיזאד # 1: מיר זיצן ביים טיש און מ’לערנט צוזאמען אין א חברותא. מיר שמעקט זיך אן א קאווע, און איך וויל דאך נישט אויסזעהן סעלפיש, רוף איך מיך אן ווי א רך הלבב, שמואל, יענקל, איינער דארף א קאווע? יעדער שאקלט נעע פעלט נישט אויס, און איך וויל מיך אויפשטעלן און גיין נעמען א קאווע, כאפט מיך שמואל אן ביים קאריק: זאלצי! איך זאג דיר ס’פעלט נישט אויס, זעץ זיך שוין אראפ, מיין נישט אז די דארפסט זיין אזא גוטסקייט וכו’ וכו’ וכו’. ס’פאלט אים גארנישט איין אז אפשר דארף איך א קאווע… אבער וואס זאל איך טון? אוועק מאכן דעם טיטל גוטסקייט, און מאכן יענעם פילן ווי טו סענטס און ענטפערן: העי, איך דארף אבער יא א קאווע… וואס וועט מען דעמאלס זאגן? אה ער האט נישט אונז געמיינט ער האט נאר געזוכט א תירוץ וכו’. סאו איך זעץ מיך צוריק אראפ און איך לערן פשט אין “אומגעבעטענע טובות”.

עפיזאד # 2: איך פאר באלד ארויס פון קרית יואל, און איך האף צו זיין אין שטאט ביי אן אפוינטמענט אויף פונקטליך 3 אזייגער, דער צאן דאקטאר דארף מיך זעהן, (גיי ווייס פארוואס ער וויל נישט זעהן א צווייטן. זעהט אויס ס’איז דא וואס צו זעהן) אלנספאלס איך בין אויפן טעלעפאון און איך רעד מיט מיין קליינע שוואגער (איך מיין נישט קליין אין געוויכט… נאר יונגער ווי מיר) און איך זאג אים אקעי ביי, איך יאג זיך דארפסט עפעס פון שטאט??? איך האב שטילערהייט געהאפט צו הערן: נע אקעי ביי… אבער נאופס!!! דאס מאל בין איך ראנג ער ענטפערט מיר מיט אייפער: יא! די פארסט? WOW ממש סייעתא דשמיא איך האב פונקט געוואלט א קלייניקייט. און איך זאג: אקעי מאך עס שנעל וואס ווילסטו? לאדנט ער מיך אהיים און מ’פאקט נאך יעצט באקסעס וואס מענטשן וועלן קומען אויפפיקן ווי נאר איך פאר אריבער דעם וומס ברידזש. דארף איך אייך דען זאגן וואס די סוף איז געווען? צוויי באקסעס ליגן נאך יעצט אין מיין קאר און איך בין יעדע נאכט אויפן טעלעפאן צו לאזן מעסעדזשעס מ’זאל עס קומען אויפפיקן… און איך ווייס ניטעמאל צו ס’איז חזיר פלייש אדער להבדדיל אלף אלפי הבדלות א שמות בעג… און איך לערן פשט אין “אומגעבעטענע טובות”

עפיזאד # 3: איך בין ביי די ארבעט לויף אראפ קויפן מיין דייעט לאנטש, און איך דארף שוין זיין צוריק מיין בעה”ב זאל נישט באמערקן אז איך האב נישט מיטגעברענגט צופרי מיין לאנטש בעג, געוויינליך איז ער ברוגז אויב מ’אנטלויפט אינמיטן (איר קענט אוודאי מיינען איך ארבעט אויף א מעראו מאשין און יעדע מינוט קאונט… עה! איך וועל ענק נישט זאגן וואס יא, אבער צייט איז אויף מיין זייט…) איך יאג מיך צום עלעוועיטאר און די טיר עפנט זיך אויף און עס שפאצירט ארויס א גרייז גרויער מאן און קוקט אויף מיר אביסל לענגער ווי די געוויינליך ערווארטעטער בליק, וואס דאס טריגערט מיך צו פרעגן די סטופיד שאלה: ווי קען איך אייך העלפן? נישט אז איך קען און נישט אז איך וויל נאר וויאזוי קען איך מיך איינהאלטן פון פרעגן ווען איינער קוקט מיט א רחמנות בליק…
דער איד האלט זיך נישט איין און זאגט יא ישר כח, איר קענט מיר אפשר זאגן ווי מ’קען טרעפן מר’ פאנטייטן? (פאלשע נאמען ….) און איך זאג א העפליכן “יא” און איך פאנג אן צו נוצן אלע כלים וואס די באשעפער האט מיר געשאנקען פאר הסברה, הענט פוס, מויל, צונג שמייכל, און איך בין מסביר פונקטליך אז סך הכל איז ער אראפ די האלל וועי איין רעכטס.
דער איד גיט זיך א לייכטן צוקרעכטס און פאנגט מיר אן מסביר צו זיין פארוואס ער איז דא, און איך פרוביר מיט א שמייכל צו זאגן אז איך וויל ח”ו נישט אינוועדן זיין פרייוועסי, אבער ער גייט אן כאילו לא הי’ איך געדענק ניטעמאל די מעשה ווייל איך האב שוין געהאלטן אינמיטן טראכטן פון “אומגעבעטענע טובות ארטיקל” אבער איך האב עספייעט צו הערן ווי ער ענדיגט מיט: פארשטייט איר? מילא סך הכל גיטס מיר א אינטערדאקשן צו אים, און איך וועל שוין פון דארט איבערנעמען ווייטער… ישר כח. נו ווי קען איך זאגן ניין און דער ישר כח וועט זיין פאר??? און איך טראכט ווייטער “אומגעבעטענע טובות”

עפיזאד # 4: איך שטיי אין גראסערי דאנערשטאג נאכט א פולע ליין פון אידן שטייען דארט און איך האב א קערידזש אנגעפולט ווי די רכוש מצרים, און איך שטיי און רעכן און האלט אן מיט איין האנט די בעג טשערי’ס וואס האלט זיך אינמיטן אויסגיסן, און איך קוק אויב די דאזן אייער האט נאך א גאנצע איי, און אזוי ווייטער (די יוזשאעל) און איך בין שוין נעקסט אין ליין, איך פריי מיך צו זעהן ווי נאענט די ישועה איז, איך רוק זיך פאראויס איך שלעפ דעם קערעדזש איך פרוביר צו דרייוון אריין ביי די קאונטער אן קראכן אדער פארלירן פראדוקטן וואס זענען אויף די עדזש פון פאלן. און איך מאך באקוועם איך שלעפ צוריק ארויף מיין ברילן וואס פון שווייץ פליהט מיר עס אראפ, מיין הוט ציה איך ארויף און אט פאסירט עס:
א קליינער דארטשיגער (איך מיין אז אויך א וואוילער) אידל גיט א שפאציר צי און האלט אין די האנט א צייטונג מיט א קליינע באטעלע פון עפעס א חריף אדער אנדערע שארפס (נישט קיין חילוק, איך זוך נישט צו העצן) און ער קוקט אויף מיר מיט דעם בליק וואס ספעלט זיך אזוי: “ימע’לע ימע’לע קוק ווי סאך זאכן די האסט, און קוק ווי ווייניג זאכן איך האב, עס איז ווען א שיינע זאך זאלסט אפפערן מיך אריינצולאזן אין די ליין”
און איך קוק צוריק מיט א בליק וואס מ’ספעלט בערך אזוי: “גיי פליי א קייט”
און ער קוקט צוריק און ער פרעגט (מיט א בליק): הזאת נעמי?
און איך כאפ זיך אז: נאופ’ס באמת נישט
איך וועק מיך אויף פון די בליקעכטס און מיט א געמאכטן שמייכל זאג איך ר’ איד! איר קענט גיין פאראויס
ער מאכט זיך ווי ער וועקט זיך אויף פון די געבליקעכטס און ווי אומגעראכטן דאס איז אים: אה ישר כח איך האב נאר די צוויי אייטעם’ס.
איך: נישטא פארוואס (וואס קען שוין זיין? ביזדערווייל וועל איך אריינפאקן די זויער פיקל אין א עקסטערע בעג ווייל ס’רינט פון אלע זייטן)

עס נעמט נישט קיין צוויי מינוט און איך זעה שוין: דער איד פירט חשבונות מיטן רעדזשיסטער ער פרובירט יעצט אפצוווישן זיין חוב און ער פארהאנדלט אויף א צוריק געקומענעם טשעק, אויך האט ער זיין מעדיקעיד קארטל אבער ער האט נישט די נומער, און די אייטעם’ס האבן נישט די באר קאויד מ’לייגט אריין די נומערן מעניועלי, (דער רעדזשיסטער א וואוילער אינגערמאן אבער נישט קיין טייפיסט) און איך שטיי און טראכט “אומגעבעטענע טובות”

זאל איך גיין ווייטער? ווייל הנייר יכלו והם לא יכלו וכולו…

אנגעקומען ב”ה

דארף איך דען דערציילן וויאזוי די קאר זעהט אויס נאכן פארן 8 שעה? אה? אבער ס’איז נאך אלס בעסער אז איך פארצייל יא! איך וויל נישט רעדן פון די געבראכענ”ע איך וויל נאר רעדן אין דזשענערל.

מיר זענען אט אנגעקומען מיר דארפן נאך מאכן איין לינקס און מ’איז דארט… עס איז שוין שטאק טונקל אין גאס, און איך זעה נאר וואס די לייטס ערלויבן. מיר שטעלן זיך האסטיג אפ אינטער א גדר וואס מ’זאגט מיר (דער דזשי פי עס) אז ערגעץ דא גיי איך איינשטיין, און איך באמערק אז איך בין חצי אויף די סיידוואלק, אבער ווער האט נערוון יעצט זיך צו ספראווען מיט דעם. איך גיב א צי ארויף דעם שיפט און א שלעפ ארויס מיט רציחה דעם שליסל וואס איז געווען מכוסה דארט פאר 8 שעה, און איך הער א רואיגע שטילקייט וואס איך האב שוין לאנג נישט געהערט. אוי 8 נויזי שעה אריבער…

מיין קאר האט א טבע אז ווען איך שלעפ ארויס דעם שליסל, צינדט זיך אן די לייט’ס גיי ווייס פארוואס, אבער אזוי איזעס. והנה… איך זעה מיך מיטן פראבלעם… די לייטס אר אן און דער איז נאטינג טו הייד… די גאנצער אמת שווימט ארויף. קינדער ליגן אנגעליינט איינער אויפן צווייטן, און עס איז איין גרויסע “קרעקער’ס, קוקי’ס, פרעצל, פלוט’ס, קענדי’ס, טשואינג גאם, סופערסנעק קוגל” די פענימער פארשמירט, איך שפיר מיך ווי אין א וואלקן מיט פולווער, און יעצט פאנגט זיך אן די וואקאציע…

… אויפשטיין, מ’איז דא… ווי דא? ווער ווייסט? עס גלוסט מיר נישט ארויסצוגיין אנהייבן די ארבעט פון אויספאקען די קאר, אבער בלייבן אין קאר איז זיכער נישט קיין אפשען. איך גיי ארויס, איך עפן אלע טירן ברייט, שלעפ קינדער פון די קאר סיעט’ס נעם ארויס די באגאדזשן, און פרוביר זיך אומצוקוקן ווי צו לייגן מיינע נעקסטע פאר טריט. איך מיין איך ווייס און איך בעט די אידענע זאל אכט געבן אויף די חפצים ווי לאנג איך גיי זיך אריינטשעקן און באקומען א שליסל צום אזוי לאנג ערווארטעטן וואקאציע שטוב…

איך קום אריין אין א האלב טונקעלן פארצימער (שטארק דיך: עס איז נישט ביי סטרולאוויטש…) און עס שטייט דארט איינער איינגעבויגן איבער זיינע פאפירן ווי איינער וואס האט יעצט וואס צו טון, און ענדליך הייבט זיך אויף די אויגן און פרעגט (אין ענגליש) וויאזוי קען איך אייך העלפן? און איך גיב אים מיין אינפארמאציע, ער קוקט די פייל’ס און זעהט נישט א פאמיליע מיט די לעצטע נאמען “וואסער” ביז איך כאפ מיך אז דא האב איך איינגעגעבן מיין עכטע נאמען, און דאן ערשט גיט ער זיין ערשטן שמייכל “וועלקאם טו ….” און איך גיב א לייכטן אטעם אפ.

לאנג סטארי שארט: מען טראגט די פעקלעך ארויף מיט שלאפעדיגע קינדער אין די האנט, (זיי וואלטן געמעגט געבן סערוויס צו העלפן אבער זיי האבן דאס נישט) און מ’פאנגט אן אראפצודראפענען אלעס אין שטוב.

די קינדער כאפן זיך צוביסלעך אויף און פאנגען אן מיט זייערע פארלאנגען: זיי ווילן יעצט גיין שפילן, און די עלטערע ווילן מ’זאל יעצט פארן אויפן טשעירלופט, און מיינע געדולדן שפרינגען מיט היי וואליום, איך האב נישט קיין נערוון זיך יעצט צו פארהערן מיט זיי וואס מ’מעג אדער קען יעצט טון. מ’פאנגט אן די “בעטן מערכה” ווי שלאף איך ווי שלאפסטו, יעדער וויל אנדערש ווי איך וויל, די קינדער רייסן זיך ביי די קעפ ביז מ’באשלוסט מ’וועט זיך איינטיילן אז איין נאכט אזוי די צווייטע אזוי, און מיינע קלענערע באשלוסן אז זיי וועלן שוין די ערשטע נאכט שלאפן אין די ברייט יעדער אויף ביידע בעטן אויף איינמאל…

אלעס זעהט שוין אויס רואיג און איך גיי מיך גרייטן דעם נאכטמאל וואס מ’האט שוין געפריזט אפאר וואכן, און איך כאפ זיך אז אונז האמיר נאכנישט קיין מייקראוועיוו אויוון.

אקעי איך סטאפ צו שרייבן די דעטאלן, די בלוט קומט מיר אין קאפ, איך בין דאך פארט אויף וואקאציע, סאו איך וועל נאר שרייבן דא און דארט זאכן וואס קענען אייך זיין אינטערסאנט.

למשל איך ווארט שוין קוים צו גיין מארגן דאווענען מיט דעם קאלירפולן ציבור: שטאפענע, ביבער, דאשיקלעך, קאפעלויטשן, הוילע קעפ, בלויע טליתים, רויטע טלית בייטלעך (אויך דער מענטש מיט די תפילין אין א טערמוס… איך האף ער איז דא היי יאר) רבנים, רביים, שיעפע טאשן, צוריסענע טאשן, דזשעקעט’ס, בוטסעס, גרויסע און קליינע, פאפוטשן, מיט זאקן, אן זאקן, וכו’ וכו’ און ר’ פנחס מיילעך…

האט’ס מיר אן איינגענעמען טאג, און ווער עס זוכט א חבר אין ניו העמפשיר אויף חובת הלבבות זאל זיך פארבינדן מיט מיר…
איך האף נאר מיין א”ח וועט נישט וועלן גיין צו מאונט וואשינגטאן מארגן, איך פארשטיי נישט וואס איז אינטערסאנט מיט א בארג, איך האב שוין געזען אסאך בערג און מענטשן משוגע ווי בערג…

אונטערוועגנס חלק ב

עס איז שוין אפאר שעה דרייוון, יעדער אין קאר שלאפט אדער מאכט זיך שלאפן, און איך שפיר ווי די אויגן קריכן מיר ארויס פון זעהן ביימער און ראוד’ס מיט קאר’ס 3 שעה אין א ציה. איך פאנג אן צו שפילן א געים, איך כאפ מיך אריין פון קאר’ס און לאך זיך אונטער, איך באקום מער פאינטס ווען איך כאפ מיך אריין פון א טראק, און אזוי ווייטער… די געמיט ווערט בעסער און בעסער, און איך זינג מיך שוין אינטער יעדע מאל ווען איך געווין, דא און דארט כאפט זיך איינער אריבער אבער מאנכע זענען טשידער’ס וואס איך רעכן נישט אריין אין די געים, זאלן זיי טרעפן אנדערע צו שפילן. ביי איינעם האב איך מיך אזוי צולאכט ווי גוט ס’איז געלונגען, אז ווען איך האב געכאפט אז יענער קוקט מיך אן מיט קעלבענע אויגן פארוואס איך לאך, האב איך הערשט געכאפט אז ער ווייסט גארנישט אז ער שפילט א געים…

עניוועי, ס’איז געקומען צו דעם אז איך האלט אין איין געווינען, איך זינג זיך אינטער, און פאר גרויס נצחון גיב איך א שריי “יעס!!! גוט געווען !!!” און מיין אש”ח וועקט זיך אויף אין א בהלה: וואס איז געשען??? אה! וואס? פרעג איך נעע איך האב געהאט ממש מזל, איך דארף גומל בענטשן,, גארנישט שלאף צוריק איין… איך האב איר שיעור געזאגט אז איך האב א ביפ, אבער איך האב זיך דערמאנט אז דעיס ארבעט נאר ווען מ’איז אויפן טעלעפאן…

פיינעלי… איך מיין כמעט פיינעלי… שטעל איך זיך אפ אין א רעסט עריע, פשוט לשמירת עינים (פארמאכן די אויגן אביסל) און איך פארלעש דעם מאטאר, און והנה און נון, יעדער וועקט זיך, דער עירקאנדישן זעהט אויס האט געהאלטן דעם עולם פארשלאפן, און ווי נאר איך האב אויסגעלאשן, האט שוין נישט געהאלפן צוריק אנצינדן, דער קרעכצט דער וויינט, און די קולות פאנגען זיך אן גרעדזשועלי. אבער די אש”ח וועקט זיך אלס אויף צום לעצט. ווי איינער זאגט: נעם קעיר אביסל, ווייז וואס די קענסט. איך רעד איר איין אז דא איז די ניו העמפשיר מנחה עריע און איך מוז דא גיין דאווענען… איך יאג ארויס פון קאר, און איך זוך מנין…

שוין! דארט אין די רעסט עריע איז קיין מנין נישט דא, אבער גיי ווייס די וועסטערנער’ס אדער סאדערנער’ס איך קען נישט זייערע נעמען, אבער נישט קיין ניו יארקער’ס דאס זענען זיי זיכער נישט. זיי האבן נישט קיין געלט טאקע אבער איין זאך האבן זיי איבער גענוג, “צייט”. לולא לא ראיתי לא האמנתי. שטייט א גאנצע משפחה פון 7 אנגעהויבן פון די זיידע געענדיגט ביים קלענסטן אייניקל, און זיי פרובירן צו דערגיין אויף א טי שוירט צו ס’איז ביליגער ווי ביי זיי אין אלאבאמא אדער ווי, און ס’ברעכט אויס א פייט, נישט קיין ניו יארקער פייט, א שטאאאאטע שטיייילע פייט, מ’רעדט רואאייג שטיל, און מ’שעלט שטאאאאט, מ’שרייט נישט קיין קללות, מ’מורמלט קללות, מ’זידלט נישט הויך, מ’פידלט שטיל…. די אטמאספערע איז אנגעצויגן, אבער מבחוץ איז עס א ריעל אמעריקען פעמעלי, ממש א פלעזשור. יעדע פאר מינוט ווי קלאקווארק דרייט זיך אויס א צווייטער מיט א צופרידענעם שמייכל ווי צו פאפן די וועלט אז דא איז יעצט אלעס רואיג און קאמפארטעבל.

דער רעדזשיסטער איז באזעצט מיט צוויי ריזיגע מענטשן וואס נישט ווי די ניו יארקער עסן זיי נישט מיט איין הענט און ארבעטן מיט די צווייטע… נעע דאס פאסט נישט אין יענעם עק וועלטל, זיי עסן מיט ביידע….

איך שטיי דארט און ווארט איך וויל באצאלן פאר א באטל וואסער וואס קאסט 5.50 און איז גוט פאר מים אחרונים ווען מ’זאגט נישט אלקינו ווייל ס’איז נישט גענוג פאר צען. אבער דאס הייסט דאך ואברככה דאס געשעהט דאך אינטערוועגנס, איך האב דאך געלערנט לך לך…

זיי האבן געענדיגט עסן, און זיי מאכן זיך גרייט צו נעמען מיין געלט (אזוי האב איך געמיינט) עה! נאופס! זיי האלטן יעצט ביי טשענדזשן שיפט’ס, זיי שפירן נישט פאר וויכטיג מיר דאס מיטצוטיילן. איך שטיי דארט און איך מאך מיך ווי איך קוק ארום אויף די הערליכע אויסגעלייגטע טשאטשקע’ס וואס האבן אויפשריפטן ווי “וועלקאם טו מעין” וועלקאם טו באסטאן” וכו’, און ווען איך קוק אויף די פרייזן פארגעס איך וואס עס שטייט אויף די אויפשריפטן. איך זוך איינס וואס האט א אויפשריפט וועגן שוויגער’ס אבער דארט איז נישטא דאס…

איך בין שוין צוריק אין קאר, און ווי נאר איך קום אריין הער איך אן אפלאדירנדע בהלה, מ’האלט ביי 455 מיינע בני בית האבן נישט געהאט וואס צו טון און געציילט ווי לאנג עס נעמט מיר צו דאווענען מנחה… (זיי האבן אנגעהויבן נישט צו האבן וואס צו טון נאכדעם וואס זיי האבן שוין נישט געהאט וואס צו טון פאר א לאנגע צייט, ווייל מנחה נעמט מיר אסאך לענגער… וואס גיי איך טון ווען איך דארף טאקע דאוועננען? וואס וועל איך זאגן? איך וועל זאגן איך האב פארגעסן יעלה ויבוא, איי ס’איז נישט ר”ח נישט קשה וועל איך זאגן אז איך האב יא געזאגט יעלה ויבוא, מ’וועט שוין עפעס מאכן)

מ’פארט ווייטער, מ’קומט שוין באלד אן…

(און צו די אלע איי וועלט גולשים וואס געפונען זיך אין ניו העמפשיר: ווען איר קומט צו צו מיר און פאנגט אן צו רעדן פון זאלץ וואסער וועל איך מיך מאכן כאילו לא ידע את יוסף, איך וועל נאר ווארטן איר זאלט זיך דא אינטערדוסן צו מיר, און מיר פרעגן צו איך געדענק אייך מיט א סימן ווי איר זענט געשטאנען, ווייל עס איז נישט מער ווי יושר אז אויב איר ווייסט ווער איך בין זאל איך וויסן ווער איר זייט, מיט אייער פולע אייוועלט נאמען)

איי וויל בי בעק אי”ה. סטעי טונד

אונטערוועגנס – המשך מיין וואקאציע

יום א’ חלק ב’

עס איז מיר שווער צו שרייבן אינמיטן דרייוון, אבער ווי לאנג איך טעקסט נישט באקום איך נישט קיין טיקעט’ס, סאו איך שרייב מיר נאטיצן. און איינע פון מיינע נאטיצן זענען איבער וויפיל ברכות עס קומט מיר אויס צו מאכן, וויפיל מאל, אינטערוועגנס.

1. איך נעם א צוקערל (שהכל)
2. איך זאג בורא נפשות צו קענען זאגן תפילת הדרך (פאר די ת”ח ווייסן אבער די ע”ה’ס בין איך מסביר: עס איז א ענין צו מאכן א ברכה פאר תפיה”ד כדי ס’זאל זיין א… אוי וויי איך פארליר לשון. נישט אומזיסט זאגט מען א לשה”ק ווארט פאר א ע”ה איז א שאדע פאר די ציינער)
3. שכוחו וגבורתו
4. מעשה בראשית
5. פאר מיר פארט א קאר פון די 70ער’ס מיט א שווארצע פון די 60ער יארן, און איך בין מתפלל והסר שט”ן מלפנינו (איר ווייסט אודאי אז דאס גייט ארויף אויף ש’ווארצע ט’רעילאר’ס און נ’שים. . . נאר דרייווער’ס פארשטייען.)
6. ברוך שפטרני, זי איז געבליבן אין די רעכטע לעין…
7. אמר ר’ בנימין… איך טרעף נישט דעם עקסיט.
8. לוי יצחק בן שרה סאשע, א פאליס איז אינטער מיר
9. אלקא דמאיר עננו… ער האט מיך אפגעשטעלט
10. ראה עניי ועמלי וכו’.
11. ברוך משנה הבריות . איר האט אים געזאלט זעהן… וואלט איר שוין פארשטאנען…
12. איך זאג כל נדרי.. מתיר נדר זיין אויף כעס, איך מוז מיך יעצט רעגן… מיינע קינדער האבן באשלאסן צו שפילן באלל מיט א פעקל סופערסנעק’ס און איך בין אויס קאפעלויטש מאכער, זיי ווייסן אז איך האלט אינמיטן דרייוון און איך קען נישט טון מער ווי זיך רעגן….
13. על חטא… (איר געדענקט נאך די מעשה מיט די גארבעדזש, איך האלט יעצט אינמיטן אפזאגן גאנץ על חטא אז די וואקאציע זאל נישט זיין ריאונירט מוז איךזיין אין גוטן מיט די שטוב…
14. ברוך הטוב והמטיב…. ער האט אפגעשטעלט נאכאיינעם. צרת רבים חצי נחמה…

אוי וויי… מיין קליינער קלערט אז ער ברויך ארויס, ער קען נאכנישט באשליסן, אבער איינמאל אז ער רעדט דערפון איז ראטזאם פאר מיר צו טרעפן א געז סטעישן… איך האף איך וועל טרעפן, און איך ווייס נישט צו יעצט וועט ארבעטן ר’ בנימין, ווייל איך דארף פרעגן א שאלה וויפיל מאל א טאג מ’מעג עס זאגן…

אה געטראפן ב”ה. איך דערמאן אים אז ער האט געקלערט דערפון, און ער טענה’ט חי וקיים, אז ער האט געמאכט א טאקטישן טעות.

מ’פארט ווייטער, אבער פאר מ’פארט דערמאנט זי זיך אז אויב מ’איז שוין יא דא אפשר קען מען קויפן גאאגל’ס פאר ביליג (מיט א פתח) עס איז דאך א קאנוויניענט סטאר… איך בין איר מסביר אז אינטערוועגנ’ס איז אלעס טייערער, זי פארשטייט נישט ווייל וואלמארט איז דאך אויך אינטערוועגנס… גיי זיי מסביר.

געפארן! נישט דא קיין גאגל’ס ב”ה. . .

קיפ יו אלל פאסטעד. אי”ה.

מיין וואקאציע

איך ווייס אז עטליכע פון די שרייבער’ס זכרונם לברכה האבן שוין בארירט די טעמע פון וואקאציע, און איך וויל נישט זיין רעפעטישעס. אבער אזוי ווי איך פאר אויף א וואך וואקאציע, איז נישט מער ווי יושר אז מיינע קאלעגן זאלן אביסל מיטהאלטן וואס טוט זיך אונטער די קוליסן, און איך וועל אייך ברענגען א טעגליכע\שעה’ליכע באריכט, כדי איר זאלט זיך קענען לערנען אויף מיין בארד און נישט דארפן מאכן די זעלבע מיסטעיק’ס (איך ווייס שוין אלע [כמעט] מיסטעיק’ס וואס איך גיי מאכן אי”ה)

יום א:

היינט פארט מען ארויס אי”ה, איך בין שוין ביזי פון צופרי (פאריגע וואך, צוויי וואכן צוריק צופרי…) איר וועט אודאי פרעגן ווי האב איך צייט צו זיצן און שרייבן אין אזא ביזי טאג. דער תירוץ איז פשוט, איך האב מסביר געווען אינדערהיים אז דאס יאר זאגט מען סליחות א וואך פאר ר”ח אב, און איך האב באקומען רשות צו גיין צו סליחות…

אוקעי! אלעס איז שוין געפאקט! מ’פאנגט אן אראפצוטראגן די חפיצים און די באקסעס, מיט די רענצלעך, און די בעג’ס. איך האלט נאך אינמיטן שלום מאכן צווישן מיינע צוויי קליינע, ווייל יעדער וויל טראגן די רויטע רענצל ווייל ס’האט רעדלעך, ביזדערווייל שוויץ איך אראפצושלעפן די געפעק פונעם דריטן שטאק (איר ווייסט שוין נאך עפעס אז איך וואוין אויפן דריטן שטאק. אוי וויי) און מיין קליינער איז שוין גרייט מיט זיין ריסעס און שרייט הויך מיט גלאקענע טענער טאטי, ווען גייט מען שוין? טאטי איך קען זיצן אין פראנט? וכו’ וכו’ וכו’.

איינמאל אלע געפעק ליגן אונטן, און איך ווארט שוין בכליון עינים אז די אשת חבר אליינס זאל אראפמארשירן, ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן, זי שלעפט א ריזיגע גארבידזש בעג אין איין האנט, און דאס פיצעלע אין די צווייטע (וועם גייט זי סוען אויב ח”ו….) און ביי מיר אין מח משל’ט זיך אויס וואס אלס קען ליגן אין די גארבידזש בעג. 1. ס’קען זיין איך האב פארגעסן ארויס צו טראגן די גארבידזש, און דאס איז ווי איינער זאגט א מעסעדזש: ר’ איד דו זעסט איך דארף מיך אראפשלעפן מיט א קליין קינד און די גארבידזש ווייל די אידיאט האסט פארגעסן… (מיט א שמייכל, שטום לשון…) אדער קען זיין אז דאס איז די פעקל חפצים וואס אונז פארגעס מיר געויינליך און אונז דערמאן מיר זיך א האלבע שעה נאכן ארויספארן, און מ’דארף זיך אומבאדינגט צוריק דרייען. (דאס קען זיין איז א גוטע זאך אז מ’האט זיך יעצט דערמאנט דערין) 3. קען זיין אז די גארבידזש בעג איז די קעיק און חלות פון פריזער וואס מ’מוז טראגן צום שכן ווייל אין די וואך וואס איך בין נישטא אויב ח”ו געשעט א בלעקאוט וועט עס זיך צולאזן, און אזוי קען נאך שאדן גיין די מזונות… גיי ווייס. זי קומט שוין אן איך וועל שוין זעהן….

נישט מער און נישט ווייניגער אין די גרויסע גארבעדזש בעג ליגט “שמוץ וועש” יא! גוט געליינט, שמוץ וועש וואס זי האט נישט געהאט צייט אויסצווואשן, מ’גייט דאס אויסוואשן אין ניו העמשיר………… (איך דארף נאך א טאג וואקאציע פאר דעם אליין. איר ווייסט דאך גאנץ גוט אז אין ניו העמשיר איז נישטא קיין וואש מאשינען, מען וואשט ביים טייך, און מ’טרוקנט אויף די זון,… און מיין אשה כשירה וועט דאך נישט פוגע זיין אין איר צניעות צו גיין צום טייך…. נו ווער וועט גיין מיינט איר.?????)

יעדער איז שוין געווען אין ביה”כ? שריי איך אויס מיט א באפעלערישע שטימע…. יא יאי איא ניין טאטי איך נישט! טאטי איך דארף גיין נאכאמאל איך מיין אזוי…. וכו’, אקעי מ’צינדט צוריק אן אלע לעקטער’ס און מ’גייט אין די רייע.

יעדער זיצט שוין אין קאר, און די בעל ביתטע בינדט איין די קינדער מיט סיעט בעלט’ס און לייגט אראפ אפאר פון אירע סגולות אויף א זעהעדיג פלאץ אין קאר, (איך פרעג נישט איבער, עס קען זיין א ה’ קייטל, אדער א רזיא’ל המלאך וכו’) און היידע מ’פארט… ב”ה.

(איך וועל אייך לאזן וויסן וואס ווייטער איז געשען אי”ה עס סאאן עס איי העוו די אינפא…)

קאנפיוזד

זענט איר שוין אמאל געווען קאנפיוזד?

עס איז אינטערסאנט צו אבזערווירן דעם “מענטשעלע” ווי קאנפיוזד ער ווערט ווען די טאג גייט נישט ווי רעגלמעסיג, און ווי אנדערש ער פירט זיך אויף ווען ער דארף נוצן קאפ אויף טאג טעגליכע געוואוינהייטן. נעמט פאר א ביישפיל:

איך גיי אין מקוה, און די סיין “אריין” און “ארויס” איז נישט דארט, און פלוצלינג זעה איך מיך אין א דילעמע איך בין קאנפיוזד, איך ווייס נישט ווי מ’גייט אריין און ווי מ’גייט ארויס. ביז איך זעה מיך ארויס אומגעטובל’ט ווייל איך האב פארגעסן. און יעצט דארף איך זעהן וויאזוי זעהט מען זיך צוריק אריין…

איך גיי צו די קאווע און דארט ווי אלס ליגט טעיסטערס טשויס, ליגט יעצט א אנדער סארט זאמד,און איך ווער קאנפיוזד און איך קען מיך נישט דערזעהן וויאזוי צוזאם צושטעלן די קאווע, איך זעה מיך נעמען מער שטויב, ווייניגער צוקער, די קאליר איז נישט וואס איך גלייך, און שוין…

איך וויל מיך זעצן לערנען אויף מיין פלאץ, זיצט דארט איינער וואס איז א גר אין ביהמ”ד און ווייסט נישט אז דאס איז מיין מקום קבוע, דארף איך מיט א קאווע אין איין האנט און א ווילנא גמרא אין די צווייטע, מיט די גארטל נאך צוגעקניפט פון ברכת התורה, זוכן א פלאץ, און איך ווייס דאך יא אז דא זיצט יענקל און דארט זיצט מעכל, ביז איך טרעף שוין יא א ווינקל ווי איינער האט שוין באגאסן מיט קאווע (צוקער האט ער אויך געהאט זעהט אויס) און איך פרוביר זיך צו זעצן, אבער איך בין קאנפיוזד, איך קען נישט קאנצעטרירן, איך בין געוואוינט צו זעהן די זייגער פון מיין פלאץ און איך בין געוואוינט אז דער דיין הקהלה זעהט יעדן טאג ווי פלייסיג איך לערן, און יעצט וועט ער לכאורה נישט באמערקן…

איך גיי דאווענען, און עס איז אביסל שפעט (זעה מיין ארטיקל פון די בלאפער’ס…) און איך פאנג אן צו מאכן מיינע טריק’ס נישט צו ווערן באמערקט, אבער שטייענדיג אינדרויסן לייגנדיג תפילין, זעה איך מיין קאזן טון די זעלבע זאך, איך בין קאנפיוזד… וואס טוט מען? איך מאך זיך ווי איך לויף הכנות, איך ווארט און האף אז מיענווייל וועט ער פארלאזן דאס פלאץ אבער איך בין שוין נישט די זעלבער איך בין קאנפיוזד…

איך גיי קויפן פרישטאג, און איך גלייך צו נעמען האללוויט ראלל’ס אבער היינט איז עס נישטא, וואס טוט מען? איך בין קאנפיוזד. וואס קען איך וואז זאל איך וואס מעג איך נעמען?

ביים באס, דארף איך דאך אייך נישט זאגן ווי קאנפיוזד איך ווער ווען איינער זיצט אין מיין סיעט אדער אויב איינער זעצט זיך אריין מיט מיר (איר געדענקט נאך “ביזנעס אויפן באס”)

איך קום אהיים פון די ארבעט מיין ווייב הייסט מיך בעיבי סיטן, כאטש איך בין בעל בית ווער איך קאנפיוזד. וואס וועל איך טון אינדערהיים? זי זאגט זי גייט ארויס פאר א האלבע שעה צו א פארטי, אבער איך קען גוט זייגער, אויב ווען איך זאג א האלבע שעה מיינט עס א שעה, ווייס איך וואס עס מיינט ווען זי זאגט עס. איך בין קאנפיוזד.

ווען ווערט איר קאנפיוזד? קאפטשאו?