וואו קוקסטו?

דיך טאקע מיין איך! וואו קוקסטו? דו ביזט בכלל נישט אויסגעדרייט צום ריכטיגן זייט.

ער דרייט זיך ארום ווי א זייגערל און זוכט פון וואו קומען דאס די קולות? ווי בלינד קען מען זיין? אפילו א טויבער הערט פון וועלכע זייט עס קומט דער גערויש! עס קומט פון א “וועב זייט”.

שטייענדיג אין שאטן פון די שרעקליכע טראגעדיע’ס וואס האט באטראפן דעם כלל ישראל אין די פארגאנגענע פאר טאג, מיט די פטירה פון יונגע בחור’לעך און יעצט מיט א יונג פארפאלק וואס זענען אזוי טראגיש פארשניטן געווארן, קוק איך אריין אינעם לעקסיקאן און איך זוך ווערטער! איך זוך טרייסט! איך זוך א תירוץ! א פירוש!

און אט קומט מיר אפיר די אלטע און די זעלבע סלאגאנען וואס איך הער יעדע מאל וואס מ’שאקלט אונז אפ פון אביסעלע שטויב! איך הער און איך לייען די זעלבע אויסדרוקן ווי למשל: מ’דארף תשובה טוהן! מ’מאנט פון אונז! וואס טו מיר דא? מ’ווינקט פון הימל! וכו’

און אלעמאל דרייט זיך דאס פערדל צום היי און יעדער ווייזט אן אויף עבירות וואס לשיטתו איז דאס דער הימל ווינק אז מ’דארף מתקן זיין. און פונקט ווי אלס ווייזט יעדער אויף זיינע באקוועמע עבירה’לעך, איך הער איינעם זאגן אז לשה”ר איז די עבירה! א צווייטער ווייזט אן אויף מחלוקת און דא און דארט פאלט אריין איינער וואס רעדט פון צניעות אא”וו.

איך בין נישט צופרידן! איך הער אלס די זעלבע און איך זעה נישט קיין סימנים פון פארבעסערונג! איך נעם אפיר א חובת הלבבות און איך זוך…

איך טרעף אז תשובה דארף איך טוהן דוקא אויף די עבירות וואס איך טוה, און נישט אויף וואס מיין חבר טוהט.

איך טרעף אז א מענטש איז געקומען אויף די וועלט מתקן צו זיין דאס וואס קומט אים אן שווער! נישט דאס וואס זאגט זיך גרינג!

יא די אלע עבירות זענען ליידער צריכים תיקון. אבער רעד איך דערפון ווייל איך גלייב אז דאס איז מיין חטא? אדער מיין חבר’ס?

וואו קוקסטו? וואס רעדסטו פון לשה”ר און פון מחלוקת? וועם ווילסטו פארנער’ן? דיך אדער מיך?

ווען איינער וואס טראגט שבת שרייט אז די עבירה פונעם דור איז ווייל מ’פירט זיך נישט אויף איידל אויף א פליגער וועלן מיר לאכן אדער וויינען?

ווען איינער וואס היט נישט די אויגן רח”ל קומט אין ביהמ”ד און זאגט אז דער חטא פונעם דור איז אז מ’שמועסט בין גברא לגברא וועלן מיר לאכן אדער וויינען?

זיצט מען אין ביהמ”ד און מ’הערט ווי א גרופע אינגעלייט דיסקוסירן א פילם אדער א קליפ”ה פון דעם געוועבעכץ ואין פוצה פה מצפצף! דארף מען האבן לשה”ר פאר א תירוץ?

עס דערמאנט פון א פייער וואס האט אויסגעבראכן אין א שטוב און אפגעברענט דעם גאנצן הויז ווייל מ’האט געלאזט אפענע דראטן און אלעס איז אראפ אין אש און ארויף אין פלאמען. טענה’ט דאס ווייב פארן מאן איך האב דיר געזאגט אז מ’דארף אנצונדן דאס פלאם אונטערן טשאלנט אויף קלענער!!! איי דא איז געווען א אלעקטעריקל פייער? זי איז אבער נאכאלס גערעכט!

ווי בלינד דארף מען זיין? וואו קוקט איר?

אין די ספרים הק’ ווערט געברענגט אז א מענטש דארף מתקן זיין וואס איז אים שווער! דאס איז זיין תפקיד!

אלזא וואס קוקסטו אויף די עבירות וואס לאזן דיך באקוועם שלאפן ווייל דו רעדסט דיך איין אז דו ביזט נישט די ערשטע אין די ליניע צו כאפן א פראסק דערפאר? קוק אויף די עבירה’לעך וועלכע דערשרעקן דיך יום כיפור! קוק אויף די עבירה’לעך וואס ווען דער דאקטאר זאגט אז די צייט איז קורץ וועט דיך דאס שרעקן!

וואו קוקסטו? וואס זוכסטו? נעם דיך אפיר איין עבירה און דוקא די גראבע עבירה! נישט די עבירה וואס מ’דערציילט אינדערהיים! ניין! איך רעד פון די עבירה וואס דו ווילסט נישט מ’זאל וויסן און טוה תשובה!

יא דו קוקסט שוין אויף די גוטע זייט! דאס האב איך טאקע געמיינט! שטייטעלעך און צעביסעלעך וועסטו אי”ה אנקומען און דער זכות וועט זיין לעילוי נשמות פון די אלע קרבנות ציבור ביז מ’וועל מיר אין דיין זכות זוכה זיין צו בויען דעם ביהמ”ק בקרוב ממש.

נ. ב. מיין רבי פלעגט זאגן: איך מיין מיך! איך זאג עס נאך אלס!