לאמיר פארמיידן דעם סטימיולוס קטרוג

איך האב שוין לאנג נישט געשריבן, און איך קער מיך נאך נישט צוריק צום שרייבן אזוי שנעל, פשוט ווייל ווי עלטער מ’ווערט אלס ווערן די טעג קלענער, און די שעה’ן איינגעצויגענער, און די יארן לויפן מיט אן אימפעט וואס אין דעם עלטער איז שווער נאכצולויפן,

אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן, און ווען איך האב עפעס צו זאגן זוך איך אלס איינער זאל מיך אויסהערן, און אויב הערט מען מיך נישט אויס שרייב איך עס אפ און שיק עס ארויס אויפן וועלט צו זעהן אפשר אולי וועט איינער זיך מרחם זיין און צולייגן אן אויער.

אלזא דער גאנצער היימישער ישוב אין די פאראייניגטע שטאטן זענען אויף א אויפוואכונג און איבערגענומען מיט ערווארטונגען אויף די נייע סתם-יעלות טשעקלעך וואס מ’גייט קריגן פון הקב”ה אליינס דורך דעם שליח ירום הודו מר. יוסל ביידען פון פענסעלוועניע עוועניו.

און די שמחה באמת איז צוגלייך ביי די וואס באקומען א פעטע אפותיקי די אידן וואס ווערן קלאסיפיצירט דורך די באהערדע אלס “באדערפענדע” און באקומען פעקלעך פון אלע סארטן.
ווי אויך פרייען זיך די וואס קוואליפיצירן נישט דערפאר ווייל זיי פארדינען עטוואס מער ווי מ’מעג ע”פ חוקי המדינה פארדינען, (ווי באקאנט איז אין אמעריקע די איינציגע מענטש וועם מ’מעג ארויסנעמען פון דעם גלייכבארעכטיגונג באוועגונג פון די ליבעראלן, די מענטשן וואס מאכן אפאר דאללער מער ווי דער געוויינליכער מענטש. אבער לאמיר נישט רעדן פון דעם יעצט).

די אידן וואס מאכן אפאר דאללער מער און קוואליפיצירן נישט פאר דעם קאלקיולעטאר פון דעם גויאישן קאפ וואס רעכנט נישט אריין די מצות און די כוסות מיט די לאטקעס אין דעם חשבון פון געברויכן, און נעמט אים דעריבער ארויס פון דעם כלל פון “באדארפענדע” און מ’גיבט אים גארנישט, די אידן פרייען זיך אויך צום געשאפענעם מצב.

וואס פרייען זיי זיך? ווייל נישט נאר די גאווערמענט פון די פאראייניגטע שטאטן פארשטייט זיי נישט, נאר די פושטי יד אין ביהמ”ד און אינדערהיים ווייסן אויך נישט דעם חשבון, און קומען אלס בעטן פרישע נדבות, און די אידן מיט זייער אידישע מדת הרחמנות שטרענגען זיך איבער (אין רוב פעלער איז עס ממש “שטרענגען זיך איבער” און אין אנדערע פעלער קען מען זיך דינגען וויפיל שטרענגען און וויפיל איבער, אבער ע”פ רוב איז עס קלאר אזוי) און גיבן וויפיל זיי קענען פאר די טייערע אידן וואס קענען נעבעך נישט אליינס זיך גרייטן צום פסח אדער צו א שמחה.

די אידן וואס קוואליפיצירן נישט פאר דעם פעקעדזש און לעבן פעיטשעקע צו פעיטשעקע טיילן צדקה מער ווי א שליש פון די הכנסות בלית ברירה אויב ווילן זיי בלייבן א חלק פון די ציוויליזאציע, מ’קען פשוט נישט אפזאגן די אומצאליגע בקשות, און זיי ברעכן קאפ נאכדעם פון וואו צו דעקן די אייגענע באנק, דער אויבערשטער פארלאזט זיי נישט, און ער שיקט זיי אריין השפעות טובות, אבער דער דורכגאנג איז אסאך מאל ממש שווער פאר די אידן.

די אידן פרייען זיך אז עס איז דא א שטיקל ישועה משמים וואו דער שליח צו שיקן א שיינעם מוציא איז פון הימל גלייך, און אזוי וועלן בעזהשי”ת זיין עטוואס ווייניגער נצרכים, און מ’וועט קענען אביסל אפאטעמען פון דעם גרויסן דראנג וואס קומט געוויינליך אין די טעג פאר אזא הייליגן יום טוב.

א קליינע ווערימל פון קנאה אדער אפי’ רוגזה כאפט זיך אמאל אריין ביי אזוינע חשוב’ע אידן ווען זיי הערן אויף געוויסע אידן די וואס זענען “יודעי ספר” זיי קענען די ביכער און לעבן ב”ה אינגאנצן אויפן אפענעם חשבון פון דעם פעטער, און רייסן א לעבן ווען מ’שיקט אריין א עקסטערן פעקל, אבער ווען ס’קומען צו געבן צדקה ווייזן זיי די ביכער…
מיינע ווערטער וויל איך ווענדן צו די אידן טאקע וועלכע פרייען זיך צום מצב, די אידן וואס באקומען נישט אליינס און פרייען זיך אז אנדערע באקומען יא,

מיינע טייערע ידידים, איך הער פון צווישן די רייען פון פאליש און ביי די מקוה קארידארן, ווי די פאנדרעיזערס דראפענען זיך אויף גראדע ווענט, און בעטן אייך הילף ווי אלע יארן, און איר ענטפערט צומאל דעם תירוץ: וואס איז? זיי באקומען דאך דעם סטימיולעס?

איר באציהט זיך צו די געלט גייער’ס אסאך מאל מיט א רוגזה, און איך דערקען פון די לשונות אז איר זענט זיך טועה און איר ווארפט די חצים ובליסטראות אויפן נישט ריכטיגן אדרעס.
איך וויל אייך בעטן אביסל צו צולייגן קאפ, און פארשטיין וואס פארא מעשה שטן דאס איז,

דער בורא עולם האט אייך געגעבן די זכי’ צו זיין פון די נותנים אלעמאל, נעמט אין באטראכט אז די אידן וואס “בעטן” געלט פאר קמחא דפסחא, אדער אנדער צרכים זענען נישט די אידן וואס לייגן אוועק דאס געלט צו אינוועסטירן אין ראבינהוד אדער אין די שווייצע בענק,

דאס זענען אידן וואס האבן זיך געפריידט צו הערן אז עס קומט א פעקל פון ר’ יוסל’ן אין וואשינגטאן און זיי האבן גראד אנגערופן די האלב מיואש’דיגע מלוים זייערע, וועם זיי זענען נעבעך שוין שולדיג געלט א צירקע פון יארן, און מודיע געווען אז א קליינער חלק פון דעם חוב האפן זיי אפצוואווישן מיט דעם קאראנע מגיפה געלט.

די אידן האבן ארויסגעווארט אויף אזא פעקעלע און אפי’ נישט געוואוסט אויף וואס מתפלל צו זיין, זיי האבן נישט געוואוסט וויאזוי דער גרויסער באשעפער וועט זיי פון אזא פינסטערן חשכות’דיגן מצב שיקן אזא ישועה צו קענען אביסל נארמאליזירן דאס לעבן.

איך טרייב נישט איבער, איר ווייסט דאס, איר ווייסט אויך אז אפי’ מיט אייער געוויינליכן גוטען הכנסה וואס איר מאכט ב”ה, ברויכט איר אויך אסאך מאל א קליינעם אדער גרעסערן שטופ צו קענען דורכשטופן, ווייל איר האט אויך א שטוב מיט קינדער, און ווייל אומצאליגע אומגערישטע הוצאות קומען אונטער אין לעבן וכו’.

שטעלט אייך שוין פאר וואס טוט זיך ביים ארימאן אין שטוב, וואס ליידער קיינמאל האט ער נישט די זכי’ צו זאגן פאר די קינדערלעך “קוקטס וואס טאטי האט געקויפט פאר יום טוב” אלעס גייט מיט א טאטאלע דעפרעסיע, מ’זוכט נעבעך פון וואו מ’קען שניידן און שינדן, און די קינדערלעך קוקן מיט אנגסט ווי דער פארווייטאגטער טאטע מאכט זיך צופרידן פון מינימאלן, און פארלאנגט פון די קליינווארג מיטצושפילן דעם שפיל.

ער ליינט מיט שמחה אז עפעס אפאר טויזנט דאללער גייט מען אים אריינגיסן פון די רעגירונג, ער טראכט שוין וויאזוי ער וועט קענען צוריקגיין אין איינע פון די דריי גראסערי’ס וואו מ’לאזט אים מער נישט איינקויפן, ער באשליסט שוין מיט די בני בית וואו עס לוינט זיך צו באצאלן ערשט, און דערנאך ווארטן אויף די קימענדיגע ישועה משמים צו באצאלן די איבעריגע.
ער טראכט ביי זיך מיט עטוואס פארלייכטערונג אז די חודש אנשטאט צו באצאלן נעבעך די 29 פראצענט אינטערעסט אויף די מינימום פעימענטס וואס ער מאכט צו זיינע לאנג אויסעמעקסטע קרעדיט קארדס וועט ער צולייגן צווי אלפים אויפן קרן צו קענען עטוואס מינערן די געוואלדיגע אויסבליטונג נעבעך יעדע חודש.

ער האט אבער פארגעסן איין זאך.

ער האט פארגעסן אז דער שטן מיט זיין קאמפעני ארבייטן אויף א פולע פארע און גארנישט פארמאסקירט, דער שטן נעמט דעם חשוב’ן נותן דעם נדבן וואס יעדעס יאר רופט ער זיך אן מיט אזא ווארימקייט צו זיינע עניי העיר ועניי המשפחה און נעמט דעם לאנג נאגנדען רוגזה וואס ער האט אויף די וואס אביוזן דעם סיסטעם, און ער גיבט א צעשמיר אויפן כלל כולו דעם געוואלדיגן חימה, ער מאכט א שפוך חמתך על כל עניים, און מיט זיין סיסטעמאטישן קאנטראל אויפן מענטשן’ס בלוט דרוק און לופט רערן מאכט ער אלעס פאר איין גרויסן קוגל.
וואס קומט ארויס דערפון ליידער איז זייער ווייטאגליך:

דער איד וואס האט אויף זיין איד אויפגעבויט א קאנטע אויבן אין הימל אלס איינער וואס טוט גמילות חסד אן קיין שום חשבונות, און מ’גרייט אים אן פאר דעם השפעות טובות מיט די שכר טוב וואס קומט זיך פאר א לב טוב, ווערט פארוואנדלט אין א בעל קנאה ושנאה, מיט חשבונות, ער לייגט אריין ווערטער אין מויל פון דעם מקטרג ליידער אומווילנדיג.

ווידער דער אומשולדיגער ארימאן וועלכער האט שוין געמיינט אז דאס מאל וועט ער האבן א רואיגערן יום טוב, זיין חשבון איז געווען אז ער וועט אראפנעמען אביסל פון די חובות, און יום טוב מאכן מיט די אלע הילף וואס ער באקומט יעדעס יאר און אזוי ארום וועט דער יום טוב פסח דאס יאר זיין גאר א פרייליכער, ער וועט קענען זיין די טאטע וואס גיבט יא עפעס פאר אפיקומן, ער וועט נישט דארפן זאגן פאר די קינדער אז “ס’איז קעגן זיין פרינציפ” ער וועט קענען ברענגען אביסל פרייליכקייט אויף די פנימ’ער.

ווערט ער געוואויר אז ניין, די וואס האבן אים אייביג געהאלפן מאכן זיך חשבונות אז ער האט שוין, און עס איז ווידער ביים אלטן.

טייערע לייענער, איך טו קיינעם ח”ו נישט באשולדיגן, איך באציה זיך צו א נאטורליכע רעאקציע וואס קומט מיטן מצב, און דאס איז ליידער דער מציאות.

איך רוף נאר צו אייך טייערע אידן נדיבי לב, לאזט אייך נישט פארפירן, מאכט נישט קיין חשבונות, און מיט אלע כוחות פארמיידט צו מאכן שווער פאר די עושים ומעשים וועלכע גיבן זיך אוועק פאר אונזערע נויטדארפיגע ברודער, גיבט זיי חיזוק, גיבט זיי א גוט ווארט, נישט ח”ו דאס פארקערטע.

איר ווייסט זייער גוט אז נאכן געבן שפירט איר זיך גוט, און איר דאנקט דעם אויבערשטן אז איר קענט זיין אויף די זייט פון די געבער’ס. טוטס אט דאס ווייטער, און דער אויבערשטער וועט אייך העלפן איר וועט אלס קענען געבן און געבן אן קיין שיעור.

געדענקט אז אפי’ א נארישע ווערטל קען אמאל שאדן מאכן הויפנס חיזוק, זייט פון די נותנים וואס דער אויבערשטער האט ליעב, גיבט וויפיל איר קענט, מיט וויפיל הארץ איר קענט, מיט מער חיזוק ווי איר קענט.

נ.ב. איך גיי נישט נאך געלט פאר קיינעם, און איך מיין נישט קיינעם פערזענליך, און אויב שפירט איר זיך געטראפן ח”ו, שפירט אייך פריי צו ווערן צוריק פארלוירן. א כשר’ן פרייליכן יו”ט.

גלות באקוועמעריקע

דרייט זיך אן אקס אין דעם ענדלאזן פעלד פון גראז און פאשע, ער איז ברייט, ער איז פעט, און גאנץ צופרידן מיט זיין אקסישן שטאנד, ער קוקט זיך צו ווי זיין בעל הבית דער ארימער פארמער נעבעך וועלכער שוויצט אוועק אין דעם פעלד, ער ברענגט און טראגט, ער ארבייט פון פרימארגן ביז שפעט אין אוונט, און אלעס אז איך דער גרויסער אקס זאל האבן פיין צו עסן און טרינקען.

וואס קען דער בעה”ב וועלן פון מיר שפעקולירט זיך דער אקס, ער מוז דאך האבן עפעס א סיבה פארוואס ער ארבייט זיך אזוי איבער פאר מיר, זאל איך זאגן ער האט פשוט מורא פון מיר? זעהט נישט אויס, ער האט דעם שליסל צום גרויסן צוים פון וואו איך קען נישט ארויסגיין. אפשר האט ער מיך ליב צוליב מיין שיינקייט? קען זיין, אבער אזוי זיך צו איבערארבייטן פאר דעם איז שוין גאר א אינטערסאנטע זאך. 

דער אקס עסט ווייטער, ער טראכט אויבערפלעכליך, און ער איז דאנקבאר אויף ווי ווייט א אקס קען זיין דאנקבאר פאר דעם בעה”ב וואס פאר סיי וועלכע סיבה גיבט אים אלס וואס ער ברויך.

ביז דער טאג קומט אן און דער אקס אונזערער טרעפט זיך אויפן ריזיגן טראקטאר טרעילאר מיט אסאך אנדערע “צופרידענע” אקסן, וועלכע ווערן געפירט צום גרויסן בית השחיטה, פון צווישן די שמועסן פון זיינע קאלעגע אקסן, און פון די אומהיימליכע מינע פון זיינע מעקסיקאנער שאפערן וועלכע פירן דעם גרויסן מאסע אקסן ערגעצוואו, זעהט אים אויס ווי ס’האבן זיך געטוישט צייטן, ער שפירט זיך עפעס נישט אזוי רעספעקטירט ווי דארט אין פעלד, ער האפט אז ס’איז נאר צייטווייליג, קען זיין ער מוז גיין צו א נייעם פעלד מיט בעסערע עסן? ער קען נישט גלייבן אז דער בעה”ב האט אים עפעס וואס פארראטן נאכן זיין אזוי גוט צו אים.

ווען דער אקס שטייט שוין ביים מזבח ער זעהט שוין זיינע פריינד הענגען מיטן קאפ אראפ, און ער זעהט ווי די שורה ווערט קלענער און קלענער, קען ער אפשר אנהייבן באגרייפן אז די עסן די טרינקען, די שיינע פעלדער, די בלוט און שווייס פון זיין געטרייען בעה”ב איז געווען כדי אים צו פארקויפן פאר פיינע בשר בהמה, און דא ענדיגט זיך דאס געשעפט. מ’לאזט נישט דעם אקס צולאנג טראכטן, און ער איז שוין אויפן כשר’ן ברעט צעטיילט אין קלענערע און גרעסערע פעקלעך פלייש.

ער איז דאך אן אקס נאך אלעם, און א מינוט דערנאך געדענקט ער ניטאמאל אז אן אקס איז ער אמאל געווען, מיט דעם ענדיגט זיך די עפאכע פון איין אקס, און פון הונדערטער און טויזנטער אקסן ארום די וועלט, דאס איז די דערצעהלונגען פון אקסן, און ע”פ רוב איז דאס די פולע געשיכטע אן קיין שום אנדערע איינצלהייטן.

אינעם גלות אמעריקע זיצן מיר און מיר מאכן זיך באקוועם, מיר לעבן אין דעם אטמאספערע פון בארעכטיגקייט פון וועלכע די צדיקים עליונים פון די פריערדיגע דורות האבן אזוי מורא געהאט. 

באקוועם, עס איז א נייער געברויך, עס איז א לעבנסוויכטיגער באשטאנד, נישט לאזן דעם מח אומבאקוועם, נישט לאזן דעם מח ארויסוואנדערן פון דעם אקסישן ד’ אמות וואס געדענקט נאר אז ס’איז איר באקוועם וויאזוי עס איז, נישט טראכטנדיג אויף צוריק, פארוואס באקום איך די מתנה, און אודאי נישט אויפן עתיד, וואס דארף איך טוהן צו באצאלן על כל הטוב שגמלנו.

עס איז נישט גרינג פארן מח צו טראכטן אז צו די אלע מתנה’לעך וואס מ’גיבט אים פון הימל, די ריזיגע פארעם מיט מאכינאציעס און חיות בהמות פעלדער און וועלדער, וועלטן און מזלות כוכבים און לבנה, אלעס דרייט זיך ארום דעם אידעלע צו קענען אים געבן דעם כח און מוהט צו דינען דעם אייבערשטן, ער זאל זיין זאט צו קענען דינען דעם אייבערשטן, ער זאל זיין באקוועם צו קענען דינען דעם אייבערשטן, און אזוי ווייטער.

דער מח איז נעבעך שוואך, מ’טאר אים נישט איבערשטרענגען, ער קען זיך נאך ח”ו איבערשרעקן, זאגן די מחנכים, זיי טענה’ן אז אויב וועט מען דאס מח’ל פארציילן אז ער איז דא פאר א גרעסערן ציהל וועט ער ח”ו פארלוירן ווערן און זיין רעאקציע קען זיין גאר פאטאל, מ’שטעלט אים אריין אין פארעם, מ’צינדט אן דאס מאשינקעלע און מ’לאזט דעם נפש הבהמי דורכדרייען די יארן, זאל ער נישט געשטערט ווערן מיטן מציאות עס קען אים נאך ווייטון ח”ו.

דאס איז דער גלות אין וועלכן מיר זענען, באקוועמעריקע, מיר ווערן פארלוירן פאר דאס ביסעלע באקוועמליכקייט, אזש ווען עס איז ליידער געקומען די שווערע צייטן פון די מגיפת קאראנע זענען געווען אזוינע וואס האבן מער מורא געהאט פון די אומבאקוועמע צושטאנד פון זיין איינגעשפארט אין שטוב, אדער פון נישט קענען קויפן די יעדן טאגיגע קאווע אין קאווע שטובל, אדער גאר פון אנדערע מינימאלע שינויים אין סדר החיים.

חס ושלום נישט צו זאגן אז מיר האבן נישט געוויינט און געזארגט פארן מצב פון חולי ישראל, און מתפלל געווען צום וואוילזיין פון אידישע קינדער, אבער איז דען נישט באקוועמליכקייט געווען א פאקטאר. 

וויאזוי זעהן מיר אויס ווען מ’דרייט ארום די בענק אין ביהמ”ד? ווי צעשטערט איז דער טאג ווען ס’איז נישט געווען גרייט דער תיקון מיט די זעלבע קיכעלעך וואס מיר זענען צוגעוואוינט? ווי שטארק ווערן מיר הילפלאז ווען זאכן זענען א פיצינקע געענדערט ווי דער געוויינליכער טאג טעגליכער מהלך החיים.

דאס איז דער גלות באקוועמעריקע, עס איז דער גלות וואס פארטעמפט דעם מח, און לאזט נישט מתבונן זיין.

דער נביא זאגט מוסר פאר כלל ישראל, ידע שור קונהו וחמור אבוס בעליו, ישראל לא ידע עמי לא התבונן

דער אקס ווייסט ווער זיין בעל הבית איז, דער אייזל ווייסט ווער זיין טרייבער איז, און מיין פאלק מיינע קינדער זענען זיך נישט מתבונן, זיי קלערן נישט.

וואס ווייסט דער אקס, וואס איז דער אקס בעסער? ער ווייסט נעבעך גארנישט, ער ווייסט אז ער האט א בעה”ב וועלכער גיבט אים פון אלעם גוטן, דער אקס קען נישט טראכטן קיין סיבות אדער אורזאך פארוואס דאס איז אזוי, ער טראכט נישט וויאזוי צו באצאלן פאר דאס אלעס גוטס, ער איז צופרידן, ער געדענקט אז נעכטן איז ער געווען זאט, ער איז זיכער אז מארגן וועט ער אויך זיין זאט, אלזא שטערט אים נישט פון זיין אנגייענדיגן סדר היום פון עסן טרינקען און שלאפן, וועקט אים נישט אויף צום מציאות, ער האט נישט קיין מח פאר התבוננות.

דער אקס איז באקוועם, און זיין מח איז דער מח פון אן אקס, אבער דער מענטש דער איד, דער חלק אלק ממעל, מיט די געהויבענע מתנה פון בינה, פארשטיין, קלערן, טראכטן, פארוואס לאזן מיר זיך אריינגיין אין דעם פארטעמפטקייט פון באקוועם, און נישט לאזן דעם טייערן מח טראכטן אביסל אינעם פארוואס, און פארשטיין דעם ציהל, און נישט ווערן דערשראקן פון א טויש אין סדר.

מיר בעטן אין די זמירות שתרחמני בגלותי, אין מיין גלות, מיין אייגענער גלות, מיר האבן זיך אונזער אייגענעם גלות פון וועלכן מיר קענען גרינג ארויסגיין ווען מיר טראכטן מיטן מח, אנשטאט לאזן דעם לב שליט זיין און פארלירן דעם גאנצן שליטה אויפן מחשבה.

זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן שוין אלע אויסגעלייזט ווערן פון אונזערע פערזענליכע גלות’ן און פון דעם גרויסן פינסטערן גלות מיט די גאולה שלימה בקרוב בימינו, אמן

די פרייז פונעם איד איז געפאלן?

שטייענדיג בין השמשות מוצאי ימי חנוכה, ווען די געפילן רוישן נאך פון די געהויבענע אורות פון די פארגאנגענע אכט טעג, און פאר מאנכע ווערט אביסל קאלמוטנע, מ’קען זיך שווער געזעגענען פון די געהויבענע טעג, איז אין די זעלבע צייט אויך דא א געוויסע בארעכטיגטע זארג וואס מ’מוז ערנסט אין באטראכט נעמען.

די ימי החנוכה פון א רוחניות’דיגן שטאנדפונקט איז עפעס פון וואס איך וויל נישט רעדן צוליב סיבות ידועות, איך בין נישט פונקט דער וואס זאל אריינרעדן אין די ענינים, אבער וואס מיך שטערט מורא’דיג א טאג נאך חנוכה בפרט דאס יאר תשע”ט, און לויט אלע ווארשיינליכקייטן וועט עס נאר ערגער ווערן ווי א יאר שפעטער, איז דער מציאות אז דער ווערדע פון דעם פשוט’ן איד פאלט א טאג נאך חנוכה צו א גאר נידעריגן סכום, און איך שפיר אז אזא שנעלע טראסק קען האבן אן אפעקט אויפן פינטעלע איד.

לאמיר אין באטראכט נעמען פאר די וואס געדענקען נאך די ל’ יארן אין אמעריקע, ווען חנוכה איז געווען א יו”ט וואס מ’האט געשפילט דריידל און געגעסן לאטקעס. (ווער נישט גערעגט, איך האב שוין אויבן געשריבן אז איך רעד נישט פון די רוחניות, אלזא לייען ווייטער) און די טראבלמעיקער’ס האבן געשפילט קוויטלעך.

לאטקעס, פאר די וואס ווייסן נישט איז א גאר גרינגער מאכל צו מאכן, און א גאר שווערער מאכל צו טראגן מיט זיך פאר 8 טעג, אבער וואס טוט מען נישט פאר פרסומי ניסא.

אידענעס האבן די לאטקעס געפרעגלט, און אידן האבן די לאטקעס געגעסן, און לייבל וויינשטאק האט פון די לאטקעס גערעדט, און די קינדערלעך האבן פון די לאטקעלעך געזינגען, אלס האט זיך געדרייט ארום די לאטקעלע.

ביז… ס’איז געקומען די דאונאט’ס עפאכע, אה… די רינדיגע משחיתים, די אויליגע טייג מיטן געמויזעכץ, ס’האט זיך פארקויפט 4 פאר א דאללער, ס’האט געמאכט א גרויסן רושם אויף די קינדערלעך, די דאונאט’ס זענען א שטארקער גורם צום קיום הדורות, און גאנצע שטיקער אידן זענען צוגעקומען צו כלל ישראל זינט איר באשאף ב”ה.

דער דאונאט האט זיך ווי א רעדל געדרייט פון א נארישער טייגל געטונקען אין טשאקאלאדע ביז צום היינטיגן מצב פון א הויכגעשעצטן הייליגן דאונאט פארזיכטיג געשמירט מיט כל ערליי מאראסטן. עס איז שוין געקומען צו א מצב אז דער דאונאט איז דא אין מילכיג, פליישיג, און פארעווע.

דער דאונאט האט זיך דערקייקלט צו זיין דער מעכטיגסטער וואפן קעגן די גריכן מיט די עלעפאנטן, עס שטעלט אהער אידן אזוי גרויס און אזוי ברייט אז מיר האבן זיך נישט פאר וועם צו שעמען מער.

דער דאונאט איז געווארן א חמור מדינא און נישטא קיין גרויס פראצענט אידן וועלכע קענען דורכגיין די חנוכה טעג אן נכשל ווערן אין די טעמי הדאונאטס ודומיהן.

אלזא וואס איז דען דער פראבלעם? בין איך דען א שונא ישראל וואס פארגינט נישט ח”ו פאר אידן א גוטער דאונאט?

דעם פארגאנגענעם חנוכה האט מיך א איד מזכה געווען מיט א פיינעם דאונאט, און איך מוז מודה זיין אז עס איז געווען פונקט אזוי גוט אדער נאך בעסער ווי די חמץ מוצאי פסח ביים זמן, דאס טייגל האלב רוי, די געמויזעכץ איז געמאכט געווארן פון איבערגעקוקטע אייער און איבערבלייבענישן פונעם חרוסת, אבער איך האב מיט א שמייכל פארזוכט נישט צו פאראורזאכן קיין עגמת נפש פאר מיין באקאנטן.

אבער דאן איז מיר ווי א באמבע געפאלן ווען דער איד האט מיר מגלה געווען אז מיטן אראפשלונגען דעם דאונאט בין איך ווערד מיט גאנצע 7 טולער מער ווי א מינוט בעפאר.

דאס מיינט אז אויב איז מיין באבע ע”ה גערעכט געווען אז איך בין ווערט א טריליאן דאללער, בין איך יעצט א טריליאן און זיבן. ממש אזוי, דער דאונאט פארקויפט זיך אין א שטאט ווי מ’רעדט פון חתונה תקנות און פון בר מצוה תקנות, און ס’פארקויפט זיך א דאונאט פאר זיבן גלאטע דאללארן רח”ל.

אין א געמיינדע ווי די בויער פון די הייזער ווערן גערעכנט פאר רויבער פארן בעטן געפעפערטע פרייזן, שטייען אידישע קינדערלעך אין א שורה גראד און ווארטן צו קענען באצאלן ביים רעגיסטער 7 דאללער פאר א אומגעצייטיגטן טייגל באשמירט מיט חרוסת.

דאס מיינט צו זאגן אז א איד וואס איז ערליך, און איז מקיים דעם אנו אוכלין דאונאטס אין פארשידענע פארמאטן יעדן טאג פון חנוכה איז ווערד נאך חנוכה אפאר אלפים מער ווי פאר חנוכה, דאס איז דאך נישט קיין קלייניגקייט.

וואס מיך שטערט דאס מערסטע איז, איך האב נישט ליב ווען דער פרייז פונעם איד פאלט, און דא קומט קאלמוטנע ווינטער נעכט, די דאונאט פראדוצירער זענען פארנומען צו ציילן די אויסגעהארעוועטע געלט וואס מ’האט באקומען פון די רחמנות’דיגע אידעלעך וואס האבן אוועקגעגעבן דאס ביסן פון מויל צו ווערן פאררעכנט פונעם עם הנבחר וואס ערלויבט זיך נישט צו עסן א פופציג סענטיגן דאונאט, און וואס גייען מיר עסן אין די קומענדיגע לאנגע ווינטער נעכט וואס קען ערזעצן דעם שאדן?

די סטאקס פאלן, די דאונאטס ווערן פארשוועמט אין די אפלויפן פון ניו יארק, און כלל ישראל פאלט אין פרייז ח”ו?

א סטאטיסטיק ווייזט אז ס’פארקויפט זיך אום חנוכה מוגזם’דיגע מיליאנען דאונאטס, וואס אויב נאר א מיליאן דערפון זענען די טייערע גאר עלעגאנטע 7 דאללערדיגע דאונאטס איז דאס א זיבן מיליאן דאללערדיגן פארלוסט אין די ווערדע פון כלל ישראל. וואס קענען מיר טון דערצו?

איך שפעקוליר אז מ’זאל אויפגעבן אויף די חתונה תקנות, און אויף די אלע אנדערע שפארונגען וואס מ’פרובירט אריינצוברענגען, פשוט צו האלטן דעם טייערן סטאטוס.

לאמיר אלע עסן פון היינט אין ווייטער חלה געשפרענגלט מיט גאלד, פיש געקאכט אין דיזעל געז, אייער צוויבל געמישט מיט ברעקלעך פון פערל שטיין, און אזוי אפשר אנהאלטן אונזער סטאטוס פאר אייביג.

אויב אייער מיינונג איז אז עס איז נארמאל צו “קויפן” א 7 דאללערדיגן דאונאט, מישט אריבער דעם בלאט און פרובירט צו זעהן אייער מיינונג אויף דירות און חתונות וכדו’, און דאן נעמט א קאלקיולעטאר און רעכנט אויס אויב ס’שטימט… איר וועט זיין סורפרייזד.

אינפרעסטראקטשאר

זינט די פרעזידענטליכע וואלן אין אמעריקע ווען פרעזידענט דאנעלד טראמפ ירום הודו איז ערוויילט געווארן צו פירן דעם לאנד, האב איך אנגעהויבן מער צו קלערן איבער אן ענין וואס בעפאר דעם האט מיך קנאפ אינטערסירט.

דער פרעזידענט האט כסדר גערעדט פון די אמעריקאנער אינפרוסטראקטשור, און ווי ער גייט דאס פאררעכטן. איך אלס אן ערליכער און אידישער בירגער זעה איך אלס יעדע זאך וואס פאר די שרים ומלכים פאלט איין אין קאפ אלס א טובה פאר כלל ישראל, איך פרוביר אלס ארויסצונעמען וויאזוי די לב מלכים ושרים ביד ד’ איז אלס לטובת כלל ישראל אמאל זעהט מען די טובה קלארער אבער אלס ווייסט מען דאך אז אלעס איז לטובה.

איך האב געזוכט גלייך צו טרעפן וויאזוי דאס פאררעכטן די אינפראטרוקטשער וועט אפעקטירן כלל ישראל, און כדי דאס צו קענען פארשטיין האב איך מיך געמוזט מעלדן צו מיין חבר מענדל.

מיין חבר מענדל איז א יודע ספר, און אויך גאר באקאנט מיט די ענגלישע טערמינען וואס פאר א יו טי עי גראדואירטער קען ער גאר באצייכנט ווערן אלס א תלמיד חכם עצום, ער ווייסט מיר צו זאגן א חילוק צווישן די עלעקטארעל קאלידזש און סתם א קאלידזש. ער ווייס מיר צו זאגן פונקטליך וואס די חילוק פון קאנגרעס און קענגעראו’ס.

ער איז נישט סתם א שמועסער. ווען מ’רעדט פון לעגאלע טערמינען איז ער אלס דער בעסטער אין די זאכן ווייל זיין מוטער פלעגט ארבייטן ביי די סאושעל סערוויסעס און אזוי איז ער אלס געווען אויסגעשטעלט צו די טערמינען מיט וועלכע ער איז אויסגעוואקסן אין די יונגע יארן.

ווען מ’האט געשמועסט אין ביהמ”ד אז א אינגערמאן וועלכער האט זיך פארפלאנטערט מיטן געזעץ איז ארויס אויף בעיל, האט ער בנועם שיחו מסביר געווען אז בעיל איז בכלל נישט א זאך אויף וואס מ’קען גיין, עס איז נאר אזא לשון מליצה, באמת מיינט עס אז מ’גייט ארויס פון תפיסה מיט א סומע געלט אריינגעלייגט אלס משכון. אה וואס טוה איך ווען איך האב ווען נישט מענדל’ן…

אלזא פרעג איך מענדל’ן וואס איז די אפטייטש פון “אינפרעסטראקטשאר”… איך הער אז דער פרעזידענט גייט עס פאררעכטן, און איך וויל וויסן צו דאנקען דעם באשעפער מיט א קלארן פארשטאנד פון די טובה וואס מיר באקומען דא פון דעם פרעזידענט.

מענדל פרעגט מיך צו איך דרייוו? איך זאג אים אז יא, זאגט ער מיר אז אין קורצן קען ער מיר נאר געבן איין קליינעם משל. אט נעם למשל דעם עף. די. אר. וועלכעס פירט קיין מאנהעטן און צוריק, ביזטו שוין אמאל דערויף געפארן?

אודאי! שוין אסאך מער ווי איך האב געוואלט, אמאל ווען איך וויל זיין דערויף פאר 10 מינוט בין איך געוויינליך פארבינדן דערמיט אויף א דריי פערטל שעה אדער מער. אודאי ווייס איך.

אט טאקע דאס רופט מענדל אויס ספאנטאן מיינט דער פרעזידענט, אויב וועט ער פאררעכטן דעם אינפראסטראקטשאר וועט דער עף די אר זיין געבויט אויף אן אופן וואס מ’וועט נישט פארקן דארט קיין ריזיגע אראנדזשע טראקס אלעמאל אויף די אנדערע זייט, און מ’וועט קענען נוצן מערערע זמנים פון יאר אלע ליניעס אן קיין שום אפהאלט, און דאס וועט מאכן מ’זאל נישט מוזן פארברענגען אזויפיל צייט אין אומגעצייטיגטע טרעפיק.

אהא, איך פארשטיי שוין. אלזא אינפרוסטרוקטשור איז צו בויען פארקינג לאט’ס פאר די ריזיגע טראקס?

ניין ניין, עס איז איבערבויען די גאנצע געבוי פון די וועגן און שטעגן אין די אמעריקאנער שטאטן אויף אן דויערהאפטיגען אופן נישט צו דארפן איבערבויען יעדע פאר חדשים.

און וואו וועט דער עולם פארן בשעת מ’בויט איבער די אלע וועגן און שטעגן?

מענדל ענטפערט, עס וועט זיין א שווערער דורכגאנג, מ’וועט האבן טרעפיק…

לאמיך אפ מענדל, דאס איז נישט קיין מהלך, איך זעה נישט קיין שום טובה פאר כלל ישראל דורך דעם וואס מ’וועט זיך נעמען “איבערבויען” דעם עפ די אר… מ’טוט דאס שוין די לעצטע 100 יאר און ס’זעהט נישט אויס ווי מ’וועט אמאל ענדיגן.

שטייט דארט מיין חבר ברוך און קאטשעט זיך פאר געלעכטער קודם שטילער, און נאכדעם אזוי הויך אז מ’קען אפי’ זיך נישט מאכן ווי מ’באמערקט נישט, מוז איך איך פרעגן וואס אים דרוקט. ברוך וואס איז די מעשה אז דו לאכסט אזוי?

זאגט מיר ברוך אז הערשט יעצט פארשטייט ער פארוואס די מה יעשה’ניקעס פארפירן אז מ’מוז טוישן דעם חינוך סיסטעם ביי אונז, אזוינע אמעראצעס פון אונזערע קלוגע פאארשטייער, דער מענדל איז ממש מפליא פלאות ווי דער פארדרייט יוצרות…

אלזא איז ברוך מסביר אינפרעסטרוקטשאר איז א גאר וויכטיגע און שטארקע טובה פאר כלל ישראל.

און כדי דו זאלסט פארשטיין וואס אינפרעסטראקטשער מיינט, זאגט מיר ברוך, ווען מענדל קוקט האלב פארשעמט מיט א בליק פון איינעם וועם עס אינטערסירט נישט צו הערן דעם אמת אבער איז דאך נייגעריג…

למשל ווען דו האסט א וואכנאכט, דערמאנט מיך ברוך אז מארגן האמיר טאקע א אוואכטנאכט פון א גוטן חבר, און דארט וועל איך מיך קענען איבערצייגן וואס די ריכטיגע אפטייטש פון “אינפרעסטראקטשאר” איז, וועסטו זעהן ווי אינגעלייט קומען אריין צום וואכנאכט און אטעמען שווער.

דו ווייסט וואס דאס שווערע אטעמען איז? דאס איז א דירעקטע רעזאלטאט פון א גאר נארהאפטיגן איבערגעפולטן נאכטמאל וואס די חשוב’ע אשת חיל האט אנגעגרייט, און דער אינגערמאן ברוב חסדו וטובו האט פארלענדעט נישט פארציילנדיג פאר די חשובע אידענע אז אויפן וועג אהיים האט ער פאר צידה לדרך משנה מקום געווען פון א דעניש’ל מיט א קאווע פון זעקל צום גרויסן קערפער, און אז דאס איז געקומען קנאפע אנדערהאלבן שעה נאך דעם לאנטש וואס ער האט געקויפט קעגן איבער ביים קאפע שאפ.

ער פארציילט נישט אז דער לאנטש איז געווען א פינף און צוואנציג טולערדיגער 5 קורסיגער געשפייז. און אזוי אויך פארציילט ער נישט אז ביי אים נעבן קאמפיוטער ליגט אלס גרייט טשאקאלאדן מיט ניסעלעך אין פאל ער שפירט עטוואס ליידיג פלאץ א אינטש נאענט צום וישט וועלכעס מאכט אים טראכטן אז ער מוז אנפילן דאס געברויך מיט א מאכל אדער א טרונק.

אלנספאלס אט דער אינגערמאן קומט אריין ווען ער האלט זיך קוים דעם קערפער אויף די צוויי רחמנות’דיגע פוס וועלכע שלעפן אים מיט די לעצטע כוחות ביז ער שארט זיך צו צום ערשטן בענקל וואו ער פאלט אנידער מאכטלאז.

אט דער אינגערמאן וועם דו זעהסט איז אויסגעשעפט מאכטלאז און מוהטלאז צוליב די שווערע משא פון מאכלים און משקאות וואס ער שלעפט מיט זיך, ער שפירט זיך גארנישט ווייניגער ווי די מאפלער פון א דעליווערי טראק פאר א עסן דיסטריביוציע קאמפעני…

און דו מיינסט אודאי אז יעצט ווען ער זעצט זיך אראפ ביי דעם וואכנאכט וועט ער אביסל נוצן דעם מויל פאר די צווייט ראנגיגע פליכטן וואס זיין מויל שטעלט אהער “אטעמען”! און לאזן אביסל די קושקע’ס פארדייען די גאנצע טאג ארבייט? אה! לעבסט אין א טעות, דארט אין ווינקל ליגן 4 גאלדענע בעקעלעך, דו הערסט, גאלדענע בעקעלעך… נישט ממש גאלד אבער די וועג ווי דער זאטער אינגערמאן קוקט פארגלייזט אויף די בעקעלעך זעהט אויס ווי עס איז פון גאלד געציהרט מיט דיימאנטן.

עס נעמט נישט קיין מינוט און ער שטייט מיט א ריזיגן ברייטן פיר קאנטיגן טעלער און שפעקולירט וועלכן בעקעלע ערשט צו באזוכן, און ווי גארנישט וואלט געווען שארט זיך אריין אלע סארט פליישן, קוגלען, און פארשטייט זיך א געטראנק וועלכעס זעהט אויס אזוי רויטליך און פארשוויצט פון קעלט אין א גרויסן פלאסטישן גלאז, און ער ווענדט זיינע טריט צום מקום מוכן וואו ס’איז די נענטסטע צו די זויערע פיקל און קאלסלאו, און אזוי ציהט ער זיך ארויף די ברילן צו האלטן א בליק אויפן טאץ קעיק צו זעהן אויב ס’איז נאך דא פון די טשאקאלאד קעיק וואס לאכט אזוי צו אים, און די מערכה פאנגט זיך אן און ענדיגט זיך אין א קורצע 10 מינוט. טעלער’ס זענען ליידיג, די גלעזל אויסגעלעקט, און דער אינגערמאן דערמאנט זיך מיט איין שרעק:

“אוי געוואלד איך בין דאך זאט געווען אויפן וועג אהער?” וואו האב איך געהאט פלאץ פאר נאך?

די גוטע נייעס איז אז וועג ארויס פון וואכנאכט איז וועג אראפ, און ס’וועט נישט אויספעלן צו כאפן א הארץ אטאקע אויף די שטיגן נאך אזא שרעקליך אומדערהערטע פארברעך קעגן אייגענעם קערפער.

אט דאס ‘רופט אויס ברוך מיט פאטאס’ איז די ריכטיגע אפטייטש פון

אינ – פרעס – טראק – טשור

אין וואס זענען מיר פארוואנדלט געווארן? ממש ווי די ציגן אין פעלד וועלכע קענען נישט אויפהערן עסן נאר ווען ס’איז שוין נישטא קיין גראז?

זאגט מיר א אינגערמאן אז ער געדענקט נישט וואס מיינט הונגעריג, ווייל פונקט ווי ער ריטשארדזשט אלס זיין בעטעריי פון טעלעפאן ווען ס’איז נאך 80 פראצענט אנגעפוהלט, מאכט ער זיכער צו רעטשארדזשן דעם קערפער די מינוט וואס ער האט אפעטיט פאר נאך…

הזאת נעמי? א וואונדער אז די דאקטוירים זעהען א איבערפלוס פון יונגעלייט מיט דרוקענישן און רח”ל ערגערס?

ס’איז צייט זיך צו נעמען אין די האנט אריין און לעבן מיטן כלל “נישט עסן ווען ס’איז דא עסן, נאר ווען מ’איז באמת הונגעריג”. זייער סימפל.

ס’איז צייט צו ווערן מענטשליך… אראפ מיט די “אינ-פרעס-טראק-טשור מענטאליטעט.

זייטס מיר געזונט לאורך ימים ושנים טובים…

האלט אייך רואיג, ר’ איד

דער דרייט זיך ארום אין ביהמ”ד און ווי א קוימען פון פארע בלאזט ער אויפברויז, קיינער האט נאך היינט מיט אים קיין ווארט נישט פארטוישט, אבער בליקן, דאס האט ער שוין פארטוישט מיט א האלבן שוהל אידן, דעם בליק וואס פארנעמט דעם אפעטיט פון גיין איין טריט נענטער צו א שמועס, אט די בליקן טיילט ער היינט אין גרויסן, און דער רוב ציבור פארשטייט דעם ווינק און פרובירן אוועק צו שטיין פון דעם סכנה’דיגן מצב.

עס זענען יא דא אזוינע וואס פארשטייען נישט דעם בליק, זיי גייען ווייטער נאך געלט, און זיי קימערן זיך בכלל נישט צו אונזער בעל בית’ל איז אנגעצויגן פאר א סיבה אדער סתם אזוי ווייל ער האט צו שנעל געטוישט די וועטער פון אונטער די דאכענע צום פרייען גאס, אבער זיי גייען ווייטער נאך געלט כאילו לא ידעו.

אונזער בעל דבר האט טענות פארשטייט זיך, און אסאך פון זיינע טענות זענען בארעכטיגטע, אבער די היינטיגע נערוועזיטעט איז פשוט א רוטין, ער קען נישט באהאנדלען אזויפיל אויפריכטיגע דרוק, ער איז א פארנומענער מענטש, ער האט אסאך אויפן קאפ, איר זעהט אביסל אויסגעפליקטע האר און א שמוציג הוטל, דאס איז אלעס נאר למראית עין, באמת אין דעם קאפ ווערט געפירט א וועלט.

ער האט א שטוב מיט קינדערלעך וואס אויב ער ברענגט נישט אהיים אפאר גראשן וועלן זיי נעבעך אויסגיין פאר הונגער. ער האט א בעה”ב אין דער ארבייט וואס האט אויך א שטוב מיט קינדערלעך וואס ער דארף אהיים ברענגען אביסל מער ווי די פאר גראשן אז זיי זאלן קענען געהעריג דורכלעבן דעם טאג.

ער דאוונט ביי אונז אין שוהל’עכל וואס איר שמש’ל האט אויך א שטוב מיט קינדערלעך וואס ווארטן אויף אפאר גראשן צו קענען א ברכה מאכן אויף א פריש ווייס ברייטל. און דער מקוה איד, ער דארף אויך אהיים טראגן אפאר גראשן צו דערקוויקן די בני בית מיט דאס ביסעלע וואס מ’ערלויבט זיך.

און אלעס פאלט אויף זיין פלייצע, ער וואלט געווען נאיוו און צוריקגעשטאנען אויב וואלט ער נישט געווען אנגעצויגן, עכ”פ איינמאל אדער צוויי מאל א וואך אומווייניגסטנס.

מה יאמרו הבריות? וואס וועט מען זאגן ווען מ’וועט זעהן אז א איד מיט אזוינע ברייטע פלייצעס און אזויפיל שטובער מיט קינדער וואס אלע ווארטן נאר אויף אים אז ער זאל געבן די פאר גראשן צו לייזן, קומט אריין אין ביהמ”ד און האט נישט אין בערזל קיין קאפיקע אייגנס, וויאזוי דרייט ער זיך ארום רואיג ווען די גאנצע וועלט דרייט זיך ווי א שלשלת ארום זיין קעפעלע?

דעריבער אין א איבערגעטראכטן מינוט איז אנגענומען געווארן איינשטימיג אז צוויי מאל א וואך איז דאס ווייניגסטע וואס ווייניגער פון דעם צו זיין אנגעצויגן איז פשוט נישט פינאנציעל אויסגעהאלטן, און איז ווייט פון מענטשליך.

עס איז געווען דער איינער טאג וואס האט אביסל געטוישט דעם סקעדזשול פון אנגעצויגנקייט, ווען איין טאג ווי להכעיס האט זיך דער טאג אנגעהויבן אויפן רעכטן פוס, און נישט סתם אזוי א טאג, עס איז געווען אין די סאמע אנגעצויגנסטע טאג “מאנטאג”, דער טאג וואס ליגט אויפן קאלענדער אלס א קלארער זמן פאר אנגעצויגנקייט, און דא שטייט זיך עס אויף א געוויסן מאנטאג און אלעס לייכט, אלעס לאכט, אלעס שמייכלט, די וועלט איז אויף זיין זייט היינט.

ער פרובירט אנצושטרענגען די גלידער, זעהן צו ער איז אפשר געלעמט ח”ו, אדער איז גאר היינט ערב שבת, און ער איז זיך טועה גאר?, וואס גייט דא פאר? אלעס זעהט אויס אזוי גלאטיג. אין בערזל ליגט די זעלבע אפגעריבענע קאפיקע, די קינדערלעך דארפן נאך אלס עסן, דער שמש, דער בעה”ב, קיינער איז נישט אומגעקומען איבער נאכט, און טראץ די אלע שוועריגקייטן שפירט ער עפעס א לייכטקייט אין די גלידער.

אומווילדיג דרייט ער זיך ארום אין ביהמ”ד גרייט פאר אלעם, ער ווארפט בליקן, אנדערע סארט בליקן, ער ווארט אויף א געלעגנהייט צו כאפן א זאפטיגן שמועס מיט איימיצן, ווי נישט איז דער עולם פארפאניקט, מ’שטייט ווייט פון אים, אבער ער ברויך היינט א גוטן שמועס ווי לופט צום לעבן, ער גרוסט די ארומיגע הילכיג און שמייכלדיג, דאס אויפגעבויטע חומה בצורה פון פארע און אומעט צערינט און צעגייט ווי עס וואלט קיינמאל נישט עקזיסטירט.

ר’ אידל, וואס האט פאסירט מיט אייך? וואס גייט פאר מיט אייער געוויסן? ווי לאזט מען א וועלט אויף הפקר און מ’דרייט זיך מיט א שמייכל? עס פאסט גאר נישט פאר אזא רעכטדענקענדער מענטש ווי אייך….

קיינער גייט אים דאס נישט זאגן, ווייל די ארומיגע טראגן דאך די זעלבע דאגות, זיי האבן אויך קינדער אין שטוב, זיי האבן אויך בעלי בתים, און זיי דאווענען אויך אין זעלבן ביהמ”ד, אבער זיי טראגן דורך דעם דרוק אן קיין עקסטערע קנייטשן אויפן שטערן.

ער קוקט זיך ארום און אין א רואיגע מינוט באמערקט ער א אינטערסאנטע אנעקדאט, די אלע אידן ארום אים טראגן די זעלבע פעקעלע דאגות, און זיי שמייכלען יא, זיי גריסן יא, זיי זענען ביי זיך געהעריג, און די קינדערלעך גייען נישט אויס פאר הונגער.

אפשר איז צייט צו טוישן דעם סקעדזשול…

מיין צניעות’דיגע באנק ביכעלע

איך האב אינדערהיים א באנק ביכעלע וואו איך האלט אלע חשבונות פון הוצאות און הכנסות, לאו דוקא דאס געלט וואס גייט אין באנק, נאר יעדעס דאללער וואס קומט אריין אדער גייט ארויס ווערט נאטירט אין דעם ביכעלע.

למשל פאר פסח, מיש איך אויף דעם באנק ביכל ביי פסח, און איך קוק וואס פאראיאר האבן די הוצאות פארלאנגט, און איך מאך א בערך’דיגן חשבון כפי המצב וויאזוי עס קען אויסקוקן היי יאר, און דערנאך מאכט מען א קורצן איבערזיכט צו זעהן צו מ’איז געפארן קיין מזרח אדער מערב. און מ’אנאלאזירט די סיבות. אמאל זענען די סיבות אזוינע וואס מ’קען איבערן יאר פארמיידן אדער מינימיזירן, און אמאל זענען די הוצאות אויפריכטיג געשטיגן און דער באנק ביכעלע באשטעטיגט נאר דעם פרישן מציאות מיט וואס מ’דארף לעבן.

עס איז דא אמאל ווען מיין באנק ביכעלע ווערט אזוי אויפגעברויזט אז ער נעמט זיך מאכן גרימאזן, און איך מוז מיט אים כאפן א ליבליכן שמועס עם נישט ארויסצושלעפן פון גלייך געוויכט, איך מוז אים קענען ענטפערן פארוואס אדער וויאזוי עס האבן זיך אנגעפירקלט דריי בלעטער הוצאות אויף עפעס וואס ער האט נאך נישט איינגעזעהן פאר וויכטיג.

וואס אן אמת איך האב פון אים ווייניג מורא, איך בין בעה”ב און אז איך וויל, וועל איך קאטשקענען מיטן רויטן פעדער וויפיל דאס הארץ גלוסט זיך, און אז ער איז נישט צופרידן זאל ער בעטן ביים דאווענען אין קומענדיגן גלגול מגולגל ווערן אין א שענערן באנק ביכל, (ער קען גיין צום גביר פון שטאט, אדער צום שלעפער וועלכער האט אויך א ריינעם באנק ביכל ווייל ער ליגט נאך אינעם פלעסטיק פון דאס ערשטע מאל ווען מ’האט באשלאסן מ’גייט האלטן חשבון)  אבער ס’דא אמאל ווען זיינע טענות קומען מיט ראיות און הוכחות, ווי אויך מיט עדים זוממין וועלכע פארלאנגען מ’זאל באצאלן די חובות וואס זאמלען זיך אן, וואס זיי קען איך שוין נישט סתם צומאכן און אריין לייגן אין הינטערשטן שופלאד, זיי קענען אלע מיינע טעלעפאן נומערן, און זיי ווייסן וואו איך וואוין, זיי זענען נישט גרייט סתם מיטצוגיין מיט מיינע שיקאנען. דאן דארף איך שוין יא זיך אראפזעצן און מסדר זיין א שיינעם סך הכל און אויפקומען מיט הארטע וואלוטע תירוצים.

געווען איז דאס אין יאר (הלואי איך ווייס וועלכע…) ווען איך בין צום ערשטן מאל געגאנגען אין די קאנטרי, ווען איך האב געמוזט נאכן סעזאן זיך אראפזעצן מיט מיין באנק ביכעלע און פארהאנדלען מיט אים א סטראטעגיע. ער האט געטענה’ט חי וקיים אז פאראיאר זומער האט מיר דאס לעבן געקאסט א נישטיגע 3 אלפים א חודש, און ער איז נישט דערביי צו דעקן פרישע 15 אלפים מיר נישט דיר נישט אן קיין געהעריגע שמועס און א פלאן פון פאראויס וויאזוי מ’גייט אים דעקן ער זאל נישט האבן בושות.

ווי איר זעהט שוין איז מיין באנק ביכעלע א צניעות’דיקע און איידעלע נשמה, גלייכט זייער צו זיין געדעקט, און וויל נישט זיין אויסגעשטעלט צו קיין בזיונות, איך קען נישט טון מער ווי אים מחנך זיין, און אויסלערנען אז אין די נייע “קאנטרי עפאכע” דארף מען זיין מער פריצות’דיג. איך קען נישט מער ווי אים פרובירן פארשטיין געבן אז די כללים פון פינאנץ גייען נישט אלס אן, גיי זיי אים מסביר אז צוויי חדשים א יאר זענען פלאס און מיינוס אומרעלעוואנט, און אז צוויי חדשים א יאר איז גרין און רויט דער זעלבער קאליר…

מיין באנק ביכעלע פרעגט מיך זייער קלאר: איך זעה דא אז דו צאהלסט רענט 2000 דאללער פאר די געוויינליכע דירה, און 4000 פאר עפעס א דירה אין פאלסבורג. מה פשט?

איך בין אים מסביר אז די 4000 דאללער איז נישט סתם אזוי א דירה, עס איז א “באנגעלוי”.

ער פארשטייט נישט, אבער מער פון אלעם פארשטייט ער נישט פארוואס צו דער זעלבער צייט האלט איך אויף 2 דירות? און אויב יא אזוי פארוואס האלט איך נישט ביידע דירות א גאנץ יאר?

גיי זיי מסביר פאר א באנק ביכעלע, סטייל.

דערנאך וויל ער וויסן וואס די פרישע הוצאות פון שכר לימוד איז?

יא יא באנק ביכעלע, דאס איז קעמפ געלט, אלזא לאמיר דיר מסביר זיין: ווייל מיר אלע גייען אין קאנטרי, דארפן אונזערע מוסדות מאכן קעמפס, אויב נישט וואלטן די איבערגעליבענע צוריקגעשטאנענע וואס גייען נישט אין קאנטרי, נישט געהאט קיין חדר, און דערפאר מוזן מיר די קאנטרי פארער צאלן סיי פאר קאנטרי, סיי פארן שטאט, סיי שכר לימוד, און סיי קעמפ געלט.

פארשטייט ער ווייטער נישט דער דום קאפ. איך פלאן אים ערנסט צו אויפזאגן פון בוכהאלטעריי, דער פארדרייט מיר שוין צופיל דעם קאפ.

נאך לאנגע הסברים, פאנגט ער אן צו באגרייפן אז ס’איז א מכת מדינה, וואס נישט די מדינה האקט, נאר מיר האקן זיך קאפ אליינס אין וואנט, אבער איין שאלה האט ער נאך:

אלעס ביז אהער פארשטיי איך, איך פארשטיי פארוואס דו האלטסט אויף ביידע דירות, איך פארשטיי פארוואס דו צאלסט עקסטער שכר לימוד, איך פארשטיי פארוואס ס’קאסט עקסטערע הונדערטער דאללארן דאס אנקומען די טראנסטפארטאטציע אהין און צוריק, און איך פארשטיי אז דו טוסט עס נאר פארן חינוך פון די קינדערלעך און פארן שלום בית. אבער איין זאך פארשטיי איך נאך אלס נישט: וויאזוי איז מעגליך אז עסן און שאפפינג קאסט דיך דרייפאכיג מער ווי א גאנץ יאר???

איך האב נישט געהאט קיין תירוץ בין איך געלאפן דאווענען מנחה.

עני העלפ???

— 
Credit ivelt Group

אם אין אתה לי, מי לי?…

בס”ד

מיר זענען שוין אזוי געוואוינט אז מ’לעבט אין א וועלט פון דום און אומבאוועגליכקייט, אונזערע פליכטן ווערן געטון דורך אנדערע, און אונזערע פארלאנגען ווערן געמאלדן פון פרעמדע, מיר לעבן אין א וועלט וואס דאס עסן קאכט מיר א קעכער, דאס געבעקס דער בעקעריי, מיינע מיינונגען זאגן די פרעסע לייט און אזוי גערופענע פארטרעטער. אן אייגן מיינונג איז פארבאטן און אבסורד.

אונזערע קליידונג ווערן גענייט דורך כינעזער, אונזערע הייזער געבויט דורך מעקסיקאנער, און דאס איבעריגע ווערט באשאפן אין וויעטנאם.

צו די זעלבע צייט ווען איך פאל דורך איז אלס יענער שולדיג, אויב גליטש איך זיך אויס וועל איך קלאגן דעם ערד
אייגענטומער פון א פריוואטן בעה”ב און ארויף ביז די לאנדס באהערדע, ווען איך בריה זיך אפ פון די קאווע איז מיין פרעמדער קאווע מאכער שולדיג, און ווען איך שטיי אויף שפעט איז מיין זייגער נישט אין ארדענונג.

אין רוחניות ווען מיין קינד קען נישט די גמרא איז דער מלמד שולדיג, און ווען איך קום אן שפעט צום דאווענען איז ווייל מ’הייבט אן צו פריה, ווען איך מאך א טעות אין די ארבעט איז עס ווייל ס’איז נישטא קיין סופארט, ווען איך קראך דעם אויטא אין א פארענדען פאר מיר איז יענער געפארן צו שטייט.

יא, און דא קומט אריין דער נייער רוחניות’דיגער לעבנסשטייגער, ווען אמונה און בטחון איז אויך עפעס וואס אליינס קען איך נישט טוהן, תהלים זאגט מיר איין ארגעניזאציע, חצות לערנט מיר א צווייטע, עין הרע היט מיר א דריטע, און כיבוד אב ואם ווייס איך נאך נישט ווער ס’קען מיר העלפן איז עס אויף “האלט”.

און אזוי גייט דאס לעבן, און ווען עפעס איז אומגעוויינליך אדער אומבאקוועם, דארף שוין משיח קומען ווייל מ’לעבט אין א שלעכטן דור.

עס קומט נעבעך צום לאכן און צום וויינען ווען עס מאכט זיך אמאל א דורכפאל וואס דער מענטש האט נעבעך נישט אויף וועם אנצולייגן, עס איז היינט א ענין וואס פארגרעערט יעדע סארט ווייטאג פיהלפאכיג. א שטייגער ווען דער מאן פאלט אין שטוב ווען קיינער איז נישט דארט ווייל ער האט נישט באמערקט א טרעפל, און ער האט נישט אויף וועם צו שרייען, ער דרייט זיך ווי א ברויזנדער לייב, און קריצט מיט די ציין, אבער האט נישט אויף וועם זיך אויסצוגעבן.

איך אליינס בין אויף גארנישט שולדיג, איך בין געבוירן פולקאם אין בוכשטאבליכן זין, און קיינמאל נישט קיין אומרעכט געטוהן, פון וואו איך ווייס? ווייל איך טוה נישט גארנישט בכלל, אלזא וויאזוי איז שייך אומרעכט צו טוהן.

געווען אמאל א תקופה ווען א כעסן האט געשריגן, א גנב האט געגנב’ט, און א שלעגער האט געשלאגן. אין די היינטיגע וועלט, דרייט זיך דער כעסן מיט געמאכטע רואיגקייט, און דער גנב ווייזט ארויס אויסנאמליכע אויפריכטיגקייט, און דער שלעגער בייסט זיך די נעגל.

געווען אמאל אידן וואס מ’האט אויף זיי געקענט אנווייזן זייערע קענטעניסן, מ’האט געזעהן אין זייערע מעשים זייערע אויסערגעוויינליכע טאלאנטן. געקומען איז א תקופה ווען “טוהן” איז נישט אין ווערטער בוך, און א טאלאנט נוצן ווייזט אויף גאוה, אזש אז שרייבער’ס מוזן נוצן באהאלטענע נעמען נישט צו קומען אויסצוזעהן ווי א בעל גאוה…

מיט די אלע אויבנדערמאנטע פאסיווע אויפפירונג פון ליידיג גיין און נישט טוהן גארנישט, דרייען מיר זיך אלע ארום פארנומען אן קיין צייט פאר זיך אדער די קינדערלעך, מ’האט נישט גענוג שעה אין טאג, מ’איז אויף שפעט אויפדערנאכט, מ’לויפט כסדר.

איז דאס נארמאל? ווען איר וואלט זיך אראפגעזעצט מיט א אידל פון דער אלטער היים און אים פארציילט די נייעס אז עס קומט א דור וואס דארף גארנישט אליינס טוהן, ממש גארנישט, וואס מיינט איר וואלט געווען זיין ערשטע שאלה?

אינגערמאן! וואס גייט מען טוהן מיט די ליידיגע צייט???

וואס טאקע?

גוט שבת, איך יאג זיך…

א גאסט אויף א וויילע

געשריבן פארן גליונות לש”ק פ’ בא

בס”ד

א גאסט אויף א וויילע

זייענדיג א גאסט ביים ראש הקהל פון שטעטל, איז ר’ חיים אויף א גאר געשמאקן געסטעריי, ער האט די געלעגנהייט הנאה צו האבן פון דעם גרויסן עשירות, גאר געשמאקע מאכלים, און א באקוועמען געלעגער, און צו דער זעלבער צייט די געלגענהייט צו זעהן דעם מהלך החיים ביים גביר אין שטוב.

בעפאר ר’ חיים פארלאזט דעם עושר’ס שטוב זייענדיג גרייט אהיים צו פארן צוריק צו זיין היים, קען ער זיך נישט איינהאלטן און בעט דעם גביר ר’ וועלוול, זאל אים געבן אפאר מינוט פון זיין טייערע צייט, ווארום ער וויל אים פרעגן אפאר פראגן וואס אלס גאסט אויף א וויילע האט ער באמערקט, און ער קלערט אז מיט זיין פארשטאנד האט ער אפאר גוטע אנווייזונגען פאר אים.

ר’ חיים פארשטייט נישט פארוואס איז דאס אזוי ר’ וועלוול אז ביי אייך אין שטוב זעה איך ווי איר גיבט פאר די קינדערלעך גאר טייערע עסן, מעדני מלך, און ווען די קליינווארג ווילן נישט געהעריג עסן ווי דער סדר פון קליינע קינדער איז, גיבט איר זיי אנדערע ממתקים און זיסקייטן כדי זיי צו ברענגען צום טעלער. ווען איך וואלט געווען אין אייער פלאץ וואלט איך מיך געשפארט גאר אסאך געלט, איך וואלט געלאזט די קינדערלעך עסן ווען זיי ווילן, וויפיל זיי ווילן, און זיך געשפארט סיי געלט אויפן קאסט פון די טייערע מאכלים, און אודאי וואלט איך נישט צוגעלייגט קיין געלט פאר די זיסווארג וואס איר טיילט צו אז זיי זאלן עסן די טייערע מאכלים. איך פארשטיי נישט דעם חשבון דא!

ר’ וועלוול צעשמייכלט זיך און ענטפערט פאר ר’ חיים אז ס’איז קענטיג אז איר האט נישט קיין קינדערלעך און עס איז אייך שווער צו פארשטיין דעם קשר צווישן א טאטן און די קינדערלעך.

מיינע קינדערלעך גיב איך אוועק א האלב פארמעגן, כדי זיי צו קענען געבן די צווייטע העלפט. אלעס וואס איך טוה איז פאר זיי, און ווען איך קען זיי געבן איין מתנה’לע וועל איך טרעפן סיי וועלכע געלעגנהייט דערפאר, און אודאי אויב קען איך דורך א פשוט’ן נאכטמאל זיי נאך אריינווארפן נאך א קלייניגקייט זיי צו פארמערן פארגעניגן, איז דאך דאס פונקטליך וואס איך וויל.

ווייל א טאטע גיבט פאר זיינע קינדערלעך אלס וואס ער האט, כדי זיי צו קענען געבן און געבן אן קיין שום חשבון פון נעמען.

ווען מיין טייערער ר’ חיים איר רעדט פון געשעפטן, איז גאר עפעס אנדערש. מיינע ארבייטער וועלן נאר באקומען באצאלט נאכן ארבייטן, און אויב וועל איך זיך קענען שפארן אפאר דאללער וועל איך אודאי עס טוהן ווייל דאס איז געשעפטן.

ר’ חיים האט פארשטאנען.

—–

והגדת לבנך ביום ההוא לאמר בעבור זה עשה ד’ לי בצאתי ממצרים, ווייסטו מיין קינד פארוואס דער אויבערשטער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים? זאגט רש”י הק’ די מצוות זענען נישט סתם א זכר פאר יציאת מצרים, עס איז גאר די סיבה פארוואס מיר זענען ארויס פון מצרים.

דאס קינד פרעגט, פארוואס טוען מיר די אלע מצות? דער טאטע אנשטאט ענטפערן ווייל מיר זענען ארויס פון מצרים, וואס דאס וואלט געווען זייער א פשוטער תירוץ, ענטפערט גאר “בעבור זה” קינד מיינס, דאס איז גאר די סיבה צום גאנצן מצרים, דער מסבב כל הסיבות, גיבט אונז עסן, און ווארפט צו צוקערלעך, ער טוט אונז ניסים, כדי צו מאכן א זכר, און אונז מזכה זיין מיט די הייליגע מצות, און אזוי איז חוזר חלילה.

עס איז ווי דער הייליגער תנא ר’ חנניא בן עקשיא זאגט רצה הקב”ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצות.

פאר די אומה”ע קען אויך זיין געוויסע מצוה’לעך וואס זיי האבן, און אויב זיי טוען זיי וועלן זיי אפבאקומען זייער שכר, אוואו עבדים על מנת לקבל פרס,  אבער איז עס דען גלייך צו דאס וואס א טאטע טוט פארן קינד, ווען ער שטעלט אונטער ווי מער געלגענהייטן צו קענען געבן און געבן פארן קינד?

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן האבן שכל מקבל צו זיין, און פארשטיין די חסדים, און זעהן די חסדים בעין, עדי ביאת גוא”צ בב”א.

עס גלוסט זיך (פ’ יתרו)

געשריבן פארן גליונות לש”ק פ’ יתרו

עס איז א גרויסע משפחה בלי עין הרע, מ’זיצט כסדר ביים טיש און מ’דיסקוסירט ענינים עומדים על הפרק. דער טאטע פארהערט די קינדערלעך, די מאמע פרעגט אויס אביסל די יונגערע, און די קינדער צווישן זיך זענען אלס אקטיוו מיט זייערע אקטועלע פראבלעמען, און שמועסן צווישן זיך איבער אלס און אלעמען.

עס איז גאר אינטערסאנט זיך צוצוהערן צו די טרוימען און פאנטאזיעס פון די קינדערלעך, און וויאזוי מיט א יאר רוקט זיך כסדר פאראויס די אנשויאונגען, עס וואלט זיך געלוינט צו נעמען א פעדער און באשרייבן יעדע האלבע יאר וויאזוי די אלטע חלומות וועפן אויס, און פרישע ערזעצן די אלטע מיט פול מער אימפעט.

שמועסן צווישן זיך חיים’ל א 14 יעריגער בחור’ל מיט זיין ברודער אברהמ’לע וועלכער איז נארוואס אריין אין די כיתה ה’ און לערנט מיט פרישקייט דאס ערשטע מאל א שטיקל תוספות, און מיט א העכערע שמחה שמועסט ער איבער זיינע עררייכונגען אין חדר מיט א פולן עמוד גמרא און א תוספות’ל אין די זייט.

ווען די עלטערן הערן וויאזוי די קינדער שמועסן איבער זייערע חלומות פארן צוקונפט, הערן זיי ווי אברהמ’לע וויל זיין דער מענעדזשער פון א חדר, און חיימ’ל רעדט שוין פון וועלן זיין א גרויסער דיין וועלכער זיצט אויבן אן.

ווען דער עלטסטער ברודער קומט אריין אין די שמועס, רעדט ער שוין פון גאר עפעס אנדערש, ער פארשטייט שוין אביסל אז געלט איז אן עסק, ער שלאגט זיך שוין פאר תורה וגדולה במקום אחד. און אזוי גייט דאס אין שטוב ווען מ’הערט נאר אביסל צו.

לא תחמוד! מ’טאר נישט גלוסטן… עס איז אין די עשרת הדברות, א חוב קדוש, און די אידישע קינדער האבן זיך שוין מתחייב געווען צו היטן אויף די הייליגע תורה מיט א רוישיגן “נעשה ונשמע” נאך בעפארן הערן אפי’ וואס אין די הייליגטום שטייט געשריבן.

אבער טאטע אין הימל וויאזוי איז מען מקיים די מצוה? איז דען חמדה, גלוסטן, א זאך וועלכעס מ’נעמט זיך אליינס? דאס אויג זעהט, דאס הארץ גלוסט, וויאזוי איז דאס צוגלייך מיט די אנדערע מצוות פון די עשרת הדברות וועלכעס איז קלאר מיט וואס מ’מעג אדער טאר נישט אדער מוז געטון ווערן.

ווען די אידישע קינדער שטייען ביים בארג סיני, עס איז דער הייליגסטער און העכסטער זמן, די וועלט שטייט שוין דורי דורות ווארטנדיג אויף דעם מינוט. הימל און ערד און אלעס אינדערצווישן איז קאנצענטרירט צום בערגעלע סיני.

אלעס אזוי וואונדערליך און אומנאטורליך. מ’זעהט וואס די אויג קען נישט פארטראגן, און מ’הערט וואס די אויער האט נישט כוחות צו דערהערן. אינג און אלט, קליין און גרויס, אלעס איז אין א מין הארמאניע וועלכע די וועלט האט נישט געזעהן און וועט קיינמאל נישט זעהן.

שרפי מעלה באזעסן די גרעזעלעך אויף דעם נידריגן ערד, די פמליא של מעלה האט זיך אריבערגעצויגן צום כדור הארץ, און די נשמות פון אלע אידן פון אמאל און היינט שוועבן און ווארטן צו הערן דעם קול ד’ בכח.

שטעלט זיך די גאר עגבערנדע שאלה: מיט די אלע דערהויבענע און אומנאטורליכע מתנות וואס כלל ישראל קריגט, קומט אריין דער “הגבל את העם” דער גדר ארום דעם בארג, וועלכעס איז געווארן אין די קליינע פרשה פון מתן תורה א גאר וויכטיגער פרט וועלכעס פארנעמט דריי פסוקים גיין און קומען און ווארענען די אידן, און השי”ת פארלאנגט גאר א פיזיש געבויטן גדר וועלכעס זאל ווארענען די אידן נישט גיין נאענט צום בארג.

איז דען נישט לאגיש צו טראכטן אז אין אזא געהויבענעם זמן ווען אלעס ווערט געפירט מיט א זעלטענע התרוממות און אתערותא דלעילא וואס מ’זעהט קיינמאל נישט, זאל דער איד זיין אפגעהיטן פון דעם חטא פון אנרירן דעם בארג דורך די צוויי מלאכים וועלכע האלטן אים דאס קרוין? פארוואס פארלאנגט זיך אזויפיל אויף דעם פיזישן גדר אז די גאנצע פרשה פון מתן תורה איז פארנומען מיט אזא זאך וואס פארן מענטשליך אויג זעהט אויס ווי א מינדערוויכטיגע דעטאל אין דעם גאנצן מערכת המתן תורה.

עס איז דער לימוד וועלכער דער גדר לערנט אונז, און נאר מיט דעם לימוד קענען מיר ריכטיג מקיים זיין די הייליגע תורה.

עס גלוסט זיך דעם מענטש נאר דאס וואס ער חלומ’ט אז ער קען דערגרייכן, דער פויער האט נאך קיינמאל נישט געגלוסט צו ווערן דעם קעניג’ס אן איידעם. דער דעליווערי מאן האט נאך קיינמאל קיין חמדה נישט געהאט צו לויפן פאר פרעזידענט. עס שטעלט זיך אלס אריין דער גלוסטעניש נאר אין א קליינעם פייערל וועלכעס ברענט שוין סיי ווי.

ווען כלל ישראל איז געשטאנען ביים בארג סיני און אידישע קינדער זענען געווארן דערהויבן עד למעלה, און עס שפירט זיך א דערהויבנקייט פון וועלכן מ’קען נישט זעהן אויף אראפ, נאר אויף העכער. פארגעסט זיך אמאל דער עיקר אז מ’דארף זיך אליינס פיזיש גרעניצן מיט גבולים, מ’דארף מתקן זיין גדרים נישט דורכצופאלן.  ווי די גמרא לערנט אונז ביי תנאים און אמוראים וועלכע זענען שיער דורכגעפאלן מיט א חטא צו ווייזן דעם כלל אז נישט קיין חילוק ווי גרויס דער מענטש איז שוין דארף ער געדענקען דעם פיזישן גדר אלס אנצוהאלטן, און זיך נישט פארלאזן אויף זיין רוחניות’דיגן התעלות.

כדי צו קענען דעם לא תחמוד ריכטיג איינהאלטן, דארף מען די גדרים אליינס בויען, זיך נישט פארלאזן אויף דעם אתערותא דלעילא. ווייל גלוסטן גלוסט דאס קליין קינד נאר צו וואס ער קען דערגרייכן מיט זיין מח’ל, און ווי עלטער און ווי קלוגער דער מענטש ווערט אלס קען ער זיך ברענגען צו גלוסטן צו פארשידענע חמדות און תאוות וועלכע ער מוז אכט געבן דערצו נישט אנצוקומען, און געדענקען אז די דמיונות זענען נישט קיין חזיונות, נאר ברענגען צו פוסטע גלוסטענישט וועלכע קענען נישט און טארן נישט אפי’ אין באטראכט גענומען ווערן.

אט דאס האט אונז הקב”ה געלערנט מיט דעם גרויסן געוויכט אויפן מינדערוויכטיגן גדר: מיינע טייערע קינדער, לא תחמוד הייבט זיך נישט אן ווען מ’זעהט שוין, ווען מ’טראכט שוין, און ווען מ’גלוסט שוין, עס איז די לא תעשה וועלכעס פארלאנגט א גדר פון ווייט בעפאר, און א שטארקן דגוש איר אנצוהאלטן אויף אייביג מיט א נצחיות.

זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו מקיים זיין די הייליגע מצות מתוך קדושה והרחבה עדי ביאת שילה בב”א.

די נייע דירה

(געשריבן פארן גליונות לש”ק פ’ בשלח)

עס רודערט זיך אין די משפחה, מ’האלט פארן שליסונג פון די נייע דירה, א גאר שיינער מלכות’דיגער וואוינונג, איינגערישט מיט אלע צוגעהערן, ווי עס פאסט זיך פארן טייערן פרייז וואס ווערט געצאלט.

דער בעה”ב איז פרייליך און אנגעצויגן באנאזאם, ער האפט אז דער מקח וועט אים געלונגען צום בעסטן, און ער וועט קענען אריינציען זיין פאמיליע אין די הערליכע דירה. ער מאכט זיכער אז אלע קלייניגקייטן ווערן אויסגעשמועסט פאר דער מקח ווערט פארענדיגט. מ’קוקט אויף אזוינע קליינע אומוויכטיגע דעטאלן וועלכע זעהן אויס גאר אומנויטיג אבער ביים שליסן א מקח וויל מען דאך זיכער מאכן אז עס וועט זיך נישט מאכן דער טאג וואס מ’וועט חרטה האבן אויף דעם גאנצן האראוואניע.

אט איז דער טאג מ’האלט ביים שליסן, עס קומען זיך צוזאם ביים טיש די אדוואקאטן, דער באנק, דער מוכר, דער קונה, מיט א הויפן פאפירן וועלכע דארפן ווערן אויסגעשריבן, און אונטערגעשריבן אזוי אז דער מקח זאל רעקארדירט ווערן ריכטיג.

יעדער איז פארטוהן אין די עסקים ווען פלוצלינג גיבט דער קונה א שפרינג אויף ווי א פון שלאנג געביסענער: וואס קומט דא פאר? ? ? מ’האט מיך אריינגענער’ט אין מקח, איך ציה זיך שוין ארויס, און איך גיי נישט ווייטער!

וואס גייט פאר? פרובירט דער מוכר צו פארשטיין. וואס האט דיך דערוועקט יעצט מיט אזוינע ספיקות?

דער קונה מאכט נישט קיין לאנגע שהיות און ווייזט אן אויפן סעיף אינעם קאנטראקט וואו עס שטייט קלאר אז מ’דארף אויך איינהאנדלען א “פארזיכערונגס – אינשורענס” פאר שווערע שאדן’ס אין די דירה, ביז אזויפיל ווי דער קאלאסאלער סומע פון די פולע פרייז וואס די דירה האט געקאסט. פארוואס דארף איך איינהאנדלען אינשורענס??? וואס באהאלט מען דא פון מיר?? איך האב געמיינט אז דאס הויז קומט מיט אלע פיטשיעווקעס, און מ’האט דאך מיר פארזיכערט אז די דירה איז שטארק, פעסט, און עס פעלט איר גארנישט, איך וועל קענען אין איר וואוינען פאר לאנגע יארן , און דא קומט די באנק און שוין ווייזט זי מיר אז מ’נער’ט מיך אריין און פארלאנגט שוין עקסטערע פארזיכערונג פאר די שאדנ’ס וועלכע זיי ערווארטן.

דער מוכר איז מסביר פאר אונזער תמימות’דיגן קונה. מיין טייערער פריינט, די דירה וואס איך פארקויף דיר איז א נייער און פראכטפולער דירה, דער באנק גיבט דיר א הלואה, ווייל זיי זענען צופרידן פון די אומשטענדן, אבער אויב במשך די יארן זאל זיך מאכן ח”ו סיי וועלכע אומפאראויסגערעכנטער אומגליק, ווער וועט צאלן פאר די באנק אירע שאדן, און פאר דיר דיינע שאדן? דערפאר מוז מען מאכן דעם פארזיכערונגס פלאן.

זאל די באנק באצאלן! פארשטייט נישט אונזער תמים. אויב איז דאס זייער פראבלעם פארוואס צאל איך?

דער אדוואקאט נעמט איבער, און איז מסביר, ווען די דירה ווערט דיינער, איז דאס דיין אחריות, דו דארפסט טון אלעס אויף דער וועלט ס’זאל קיין שאדנס נישט זיין, און ווען דו קומסט צום באנק בעטן א הלואה מוזטו זיין דער וואס גאראנטירט אז אלעס וועט דורכגיין כשורה, טראץ וואס ביים מקח דארף דיר דער מוכר גאראנטירן אז אלעס איז ווי אין קאנטראקט איז געשריבן, דאס איז אלס ביז ווען דו נעמסט איבער דאס בעלות. פארשטייט איר?

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ד’ רופאך.

לכאורה איז זייער שווער צו פארשטיין דער לשון, אויב וועט קיין מחלה נישט זיין, וואו קומט אריין דאס דאקטאריי? צו דארף מען דען היילן דעם געזונטן? עס וואלט זיך געפאסט דער לשון כי אני ד’ בוראך. אדער שומרך, נישט צולאזן דאס קראנקהייט בכלל.

הקב”ה זאגט פאר אידישע קינדער, מיינע טייערע קינדער איך גיב אייך געזונט, איך געב אייך לעבן, און איך געב אייך תענוג.

און ווען דער בעל כרחך אתה חי ליגט ביי אייך אין די האנט, און איר קענט מאכן ח”ו א שלעכטע בחירה אין לעבן, טוה איך אייך גאראנטירן איר האט אלס א וועג צוריק, כי אני ד’ רופאיך, אפי’ אויב האט איר ח”ו שאדן געמאכט, א אומגעהויערן שאדן וועלכע דער מענטשליכער פארשטאנד קען נישט אפי’ באגרייפן, געדענקט אז די פארזיכערונגס פאליסי ליגט ביי מיר אין די האנט, אני ד’ רופאיך, איר דארפט נאר וועלן, איר דארפט נאר בעטן, און איר דארפט נאר זיך מכניע זיין מקבל צו זיין מיין השפעה משמים.

יא איר זענט געזונט, איר קענט געניסן פון די הייליגע ברכה כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך, אבער וואס איז אויב ח”ו איר ווידערשפעניגט אין מיין רצון, און די תנאים צו די הייליגע ברכה ווערן נישט טייער געהאלטן, אלזא געדענקט אז “אני ד’ רופאיך” איר אליינס קענט טאקע נישט היילן, אבער איך דער גרויסער רופא קען יא. איר דארפט נאר וועלן מקבל זיין.

השי”ת זאל העלפן אלע אידן זאלן זיין געזונט און שטארק און מ’זאל מיר באנפין נהירין זוכה זיין צום גוא”צ בב”א.

גוט שבת

Show quoted text