אז יעדער טוט אין חינוך, מעג איך דאך אויך זאגן א ווארט אדער צוויי אין דעם נושא, איי איך בין נישט קיין בעל מחנך? דאס איז שוין היינט נישט קיין קשי’, עס איז א פארגעשריטענער וועלט, דער פלאמבער איז א טעכנישן, דער טעכנישן איז א לויער, און דער לויער לויפט פאר מעיאר. אלזא מעג איך דאך אויך וויסן א זאך אדער צוויי, העכסטנס וועל איך עס גוגלען (וואס אימער דאס מיינט…)

איך לייג אריין אין מיין סאפיסטיקירטן ריזיגן דעסקטאפ קאמפיוטער די ווערטער גוגל, און איך מאך א זוכעריי אויף די
ווערטער “חינוך פאר א ליגנער”.

אט איז וואס קומט ארויף:

חינוך פאר א ליגנער תשכ”ט

חינוך פאר א ליגנער תשל”ט

חינוך פאר א ליגנער תשמ”ט

חינוך פאר א ליגנער תשנ”ט
איך קליק שנעל מיטן ראסטיגן מייזל וואס דרייט זיך איבער מיין קאוועדיגן איבערגעדרייטן צייטונג פון גלייך נאך פסח, און איך מארשיר אריין אין דעם חינוך פאר א ליגנער תשל”ט. לאמיר זעהן די השגות פון די אמאליגע אידן וויאזוי מ’האט מחנך געווען א קינד וואס פלאגט זיך מיט ליגנט.

הערט וואס איך לייען:

צום אלעם ערשטן דארף מען ווארענען דעם קינד מיט גוטן, און פרובירן צו פועל’ן און פארשטיין געבן די אומווירדיגקייט פון ליגנט, און וויאזוי עס טוט אפעקטירן דאס לעבן פונעם מענטש, און אז מ’קען זיך דערפון נישט ארויסזעהן נאר טאמער מען ארבייט דערויף אינגערהייט.

(עס איז ראטזאם צו לערנען קב הישר און ארחות צדיקים אויף שקר, דאס קען ברענגען דאס קינד צום ריכטיגן פארשטאנד)

אויב דאס ווירקט נישט, איז וויכטיג אנצוהייבן אביסל שטרענגער נעמען דעם עסק, און ווארענען דאס קינד מיט א שטיקל ווארענונג, אז ביים קומענדיגן ליגנט וועט מען דאס קינד שטראפן.

אויב דאס העלפט אויך נישט דארף מען שוין טאקע נעמען א מילדען שטראף אין די האנט, און נישט געבן פאר דאס קינד דעם לעקערל אדער לאנג ערווארטעטן צוקערל וואס מ’האט צוגעזאגט פאר אלע קינדער לכבוד שבת (אמאל פלעגט אזוי זיין אז מ’פלעגט געבן צוקערלעך און לעקערלעך פאר עונג שבת… שווער מסביר צו זיין אין היינטיגין דור)

אויב האט דער קליינער ליגנער זיך נאך אלס נישט דערלערנט דאן דארף מען אפיר נעמען דאס קאנטשיק (דאס איז א ריזיגער לעדערנער פאסיק וואס מ’פלעגט אמאל נוצן פאר שנעלע בארירונג מיטן קינד, און דאס האט שאקירט זיין געוויסן אין א גאר נידריגן וואלט)
וכו’ וכו’ וכו’

איך בין הייקל פאר די אלע שרעקעדיגע מעשיות, און איך קען נישט לייענען ווייטער. איך וועל ענדערש קוקן תשמ”ט, לאמיר זעהן וואס דארט שטייט, אפשר איז עס אביסל לייכטער…

אט לייען איך אזוי:

מחנכים זאגן אז שלאגן דאס קינד מאכט אים נאר ערגער, און די רעאקציע איז או סי די, און פי די על, וואס דאס ברענגט אי פי די רח”ל

איך פארשטיי נישט, אבער איך לייען ווייטער, א שטייגער ווי ווען איך זאג די הפטורה.

לייענט זיך ווייטער: עס איז ראטזאם צו רעדן צום קינד מיט משלים, און אים מסביר זיין מיט מעשה’לעך, און אויב פאלגט דאס קינד נאך אלס נישט איז וויכטיג צו רעדן צום מנהל, און זיך ווענדן צו חדר עזרה, איבער ספעציעלע חינוך מעטאדן וואס קענען נוצן פאר א כראנישן ליגנער.

וכו’ וכו’ וכו’.

איך הער וואס זיי זאגן, אבער עס זעהט מיר אויס אז ווי מער די וועלט ווערט פארגעשריטן אלס מער פארשטייען מיר צום קינד, נו! וואס דארף איך מער, איך וועל קליקן אויף תשס”ט דאס איז די נענטסטע יאר וואס זיי האבן רעקארדירטע אנווייזונגען.

און איך לייען:

אויב אייער קינד איז געשלאגן מיט “נישט אמת” (באמערקט: מ’רופט דאס נישט ליגנט, עס קען באליידיגען את מי שאין לו) אדער נישט זיין זייער אויפריכטיג, איז זייער וויכטיג איר זאלט לייענען די פאלגענדע מיטלען וואס צו טוהן.

דאס ערשטע איז וויכטיג איר זאלט ח”ו נישט לאזן אייער קינד זאל מיינען אז ער איז א ליגנער, איר מוזט אים קלאר שטעלן אז ווען ער זאגט וואס איז נישט אמת, מאכט דאס אים נישט קיין ליגנער, נאר פשוט ער האט געזאגט א ליגנט ווייל ער האט איינגעזעהן לצורך שעה למען השלום אדער למען האמת בפיקוח נפש אז מ’דארף דא זאגן ליגנט.

ווען דאס קינד איז שוין פארזיכערט אז ער איז נישט קיין ליגנער דאן איז זיין מוהט זייער געהויבן, און עס איז נארמאל צו זעהן א העכערונג אין ליגנטס פער שעה, דאס איז א נארמאלע ערשיינונג, און דארף אייך נישט באזארגן, דאס ווייזט אז אייער קינד האט קיעה”ר די ריכטיגע כלים, מיט א ריכטיגן מהלך המחשבה.

ווען די ליגנטס ווערן שוין למעלה מנשוא און איר קענט זיך נישט ספראווען דערמיט, איז וויכטיג איר זאלט גיין פאר א “פערענטינג קלעסס” דאס לערנט אויס פאר עלטערן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט דעם צוקונפטיגן דור, אנע דעם צו מאכן ח”ו שאדן פאר זייערע הייקאלע מוח’לעך וועלכע מיר ווילן האלטן אזוי ריין און פרעדזשייל.

ווען אייער קינד וואקסט אינטער וועט איר מעגליך זעהן אז ער וואקסט א גאר גרויסער ליגנער און עס וועט אייך קימערן איבערן עתיד זיינעם. דאן איז די צייט זיך אראפצוזעצן און אריינאטעמען טיעף, און געדענקען!

עס איז א נייע וועלט! די כלה זיינע איז זיכער אויך א ליגנער, און זיי וועלן זיך אי”ה גוט פארשטיין, און אויפשטעלן א ערליך
אידיש דור על דרך ישראל סבא!

ווייס איך שוין וויאזוי מ’האט מחנך געווען ביז היינט! און איך מאך צו מיין קאמפיוטער, איך וויל בכלל נישט וויסן וואס דער צוקונפט וועט ברענגען. עס זעהט נישט אויס אינטערסאנט…

Leave a comment