געשריבן פארן גליונות לש”ק פ’ יתרו
עס איז א גרויסע משפחה בלי עין הרע, מ’זיצט כסדר ביים טיש און מ’דיסקוסירט ענינים עומדים על הפרק. דער טאטע פארהערט די קינדערלעך, די מאמע פרעגט אויס אביסל די יונגערע, און די קינדער צווישן זיך זענען אלס אקטיוו מיט זייערע אקטועלע פראבלעמען, און שמועסן צווישן זיך איבער אלס און אלעמען.
עס איז גאר אינטערסאנט זיך צוצוהערן צו די טרוימען און פאנטאזיעס פון די קינדערלעך, און וויאזוי מיט א יאר רוקט זיך כסדר פאראויס די אנשויאונגען, עס וואלט זיך געלוינט צו נעמען א פעדער און באשרייבן יעדע האלבע יאר וויאזוי די אלטע חלומות וועפן אויס, און פרישע ערזעצן די אלטע מיט פול מער אימפעט.
שמועסן צווישן זיך חיים’ל א 14 יעריגער בחור’ל מיט זיין ברודער אברהמ’לע וועלכער איז נארוואס אריין אין די כיתה ה’ און לערנט מיט פרישקייט דאס ערשטע מאל א שטיקל תוספות, און מיט א העכערע שמחה שמועסט ער איבער זיינע עררייכונגען אין חדר מיט א פולן עמוד גמרא און א תוספות’ל אין די זייט.
ווען די עלטערן הערן וויאזוי די קינדער שמועסן איבער זייערע חלומות פארן צוקונפט, הערן זיי ווי אברהמ’לע וויל זיין דער מענעדזשער פון א חדר, און חיימ’ל רעדט שוין פון וועלן זיין א גרויסער דיין וועלכער זיצט אויבן אן.
ווען דער עלטסטער ברודער קומט אריין אין די שמועס, רעדט ער שוין פון גאר עפעס אנדערש, ער פארשטייט שוין אביסל אז געלט איז אן עסק, ער שלאגט זיך שוין פאר תורה וגדולה במקום אחד. און אזוי גייט דאס אין שטוב ווען מ’הערט נאר אביסל צו.
—
לא תחמוד! מ’טאר נישט גלוסטן… עס איז אין די עשרת הדברות, א חוב קדוש, און די אידישע קינדער האבן זיך שוין מתחייב געווען צו היטן אויף די הייליגע תורה מיט א רוישיגן “נעשה ונשמע” נאך בעפארן הערן אפי’ וואס אין די הייליגטום שטייט געשריבן.
אבער טאטע אין הימל וויאזוי איז מען מקיים די מצוה? איז דען חמדה, גלוסטן, א זאך וועלכעס מ’נעמט זיך אליינס? דאס אויג זעהט, דאס הארץ גלוסט, וויאזוי איז דאס צוגלייך מיט די אנדערע מצוות פון די עשרת הדברות וועלכעס איז קלאר מיט וואס מ’מעג אדער טאר נישט אדער מוז געטון ווערן.
ווען די אידישע קינדער שטייען ביים בארג סיני, עס איז דער הייליגסטער און העכסטער זמן, די וועלט שטייט שוין דורי דורות ווארטנדיג אויף דעם מינוט. הימל און ערד און אלעס אינדערצווישן איז קאנצענטרירט צום בערגעלע סיני.
אלעס אזוי וואונדערליך און אומנאטורליך. מ’זעהט וואס די אויג קען נישט פארטראגן, און מ’הערט וואס די אויער האט נישט כוחות צו דערהערן. אינג און אלט, קליין און גרויס, אלעס איז אין א מין הארמאניע וועלכע די וועלט האט נישט געזעהן און וועט קיינמאל נישט זעהן.
שרפי מעלה באזעסן די גרעזעלעך אויף דעם נידריגן ערד, די פמליא של מעלה האט זיך אריבערגעצויגן צום כדור הארץ, און די נשמות פון אלע אידן פון אמאל און היינט שוועבן און ווארטן צו הערן דעם קול ד’ בכח.
שטעלט זיך די גאר עגבערנדע שאלה: מיט די אלע דערהויבענע און אומנאטורליכע מתנות וואס כלל ישראל קריגט, קומט אריין דער “הגבל את העם” דער גדר ארום דעם בארג, וועלכעס איז געווארן אין די קליינע פרשה פון מתן תורה א גאר וויכטיגער פרט וועלכעס פארנעמט דריי פסוקים גיין און קומען און ווארענען די אידן, און השי”ת פארלאנגט גאר א פיזיש געבויטן גדר וועלכעס זאל ווארענען די אידן נישט גיין נאענט צום בארג.
איז דען נישט לאגיש צו טראכטן אז אין אזא געהויבענעם זמן ווען אלעס ווערט געפירט מיט א זעלטענע התרוממות און אתערותא דלעילא וואס מ’זעהט קיינמאל נישט, זאל דער איד זיין אפגעהיטן פון דעם חטא פון אנרירן דעם בארג דורך די צוויי מלאכים וועלכע האלטן אים דאס קרוין? פארוואס פארלאנגט זיך אזויפיל אויף דעם פיזישן גדר אז די גאנצע פרשה פון מתן תורה איז פארנומען מיט אזא זאך וואס פארן מענטשליך אויג זעהט אויס ווי א מינדערוויכטיגע דעטאל אין דעם גאנצן מערכת המתן תורה.
—
עס איז דער לימוד וועלכער דער גדר לערנט אונז, און נאר מיט דעם לימוד קענען מיר ריכטיג מקיים זיין די הייליגע תורה.
עס גלוסט זיך דעם מענטש נאר דאס וואס ער חלומ’ט אז ער קען דערגרייכן, דער פויער האט נאך קיינמאל נישט געגלוסט צו ווערן דעם קעניג’ס אן איידעם. דער דעליווערי מאן האט נאך קיינמאל קיין חמדה נישט געהאט צו לויפן פאר פרעזידענט. עס שטעלט זיך אלס אריין דער גלוסטעניש נאר אין א קליינעם פייערל וועלכעס ברענט שוין סיי ווי.
ווען כלל ישראל איז געשטאנען ביים בארג סיני און אידישע קינדער זענען געווארן דערהויבן עד למעלה, און עס שפירט זיך א דערהויבנקייט פון וועלכן מ’קען נישט זעהן אויף אראפ, נאר אויף העכער. פארגעסט זיך אמאל דער עיקר אז מ’דארף זיך אליינס פיזיש גרעניצן מיט גבולים, מ’דארף מתקן זיין גדרים נישט דורכצופאלן. ווי די גמרא לערנט אונז ביי תנאים און אמוראים וועלכע זענען שיער דורכגעפאלן מיט א חטא צו ווייזן דעם כלל אז נישט קיין חילוק ווי גרויס דער מענטש איז שוין דארף ער געדענקען דעם פיזישן גדר אלס אנצוהאלטן, און זיך נישט פארלאזן אויף זיין רוחניות’דיגן התעלות.
כדי צו קענען דעם לא תחמוד ריכטיג איינהאלטן, דארף מען די גדרים אליינס בויען, זיך נישט פארלאזן אויף דעם אתערותא דלעילא. ווייל גלוסטן גלוסט דאס קליין קינד נאר צו וואס ער קען דערגרייכן מיט זיין מח’ל, און ווי עלטער און ווי קלוגער דער מענטש ווערט אלס קען ער זיך ברענגען צו גלוסטן צו פארשידענע חמדות און תאוות וועלכע ער מוז אכט געבן דערצו נישט אנצוקומען, און געדענקען אז די דמיונות זענען נישט קיין חזיונות, נאר ברענגען צו פוסטע גלוסטענישט וועלכע קענען נישט און טארן נישט אפי’ אין באטראכט גענומען ווערן.
אט דאס האט אונז הקב”ה געלערנט מיט דעם גרויסן געוויכט אויפן מינדערוויכטיגן גדר: מיינע טייערע קינדער, לא תחמוד הייבט זיך נישט אן ווען מ’זעהט שוין, ווען מ’טראכט שוין, און ווען מ’גלוסט שוין, עס איז די לא תעשה וועלכעס פארלאנגט א גדר פון ווייט בעפאר, און א שטארקן דגוש איר אנצוהאלטן אויף אייביג מיט א נצחיות.
זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו מקיים זיין די הייליגע מצות מתוך קדושה והרחבה עדי ביאת שילה בב”א.